Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך מרץ 21, 2012 2:13 pm

ענדערש מעלה הטאלל.

Advertisement

מיטוואך מרץ 21, 2012 2:38 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:
טאקע א דורכפאל. דאס איז דאך פשט פון "משיב הרוח ומוריד הטאלל". האסט מסתמא צו שטארק איינגעריסן ביי די ווערטער... :P :P (מען דארף זאגן מוריד הגשם ווינטער..)
:lol:
רעדנדיג פון דיין מעשה, דערמאנסטו מיר א דורכפאל וואס איך האב אויך געהאט אויף יענעם פלאץ. ס'איז שוין געווען עטליכע יאר צוריק, ווען כ'האב זיך נישט גוט אויסגעקענט מיטן בעטערי טונעל, כ'געדענק שוין נישט גענוי וואס האט פאסירט, אבער כ'האב געוואלט אויסקרויזן דעם טונעל, און פארן גלייך צו כאפן דעם FDR פון די אנדערע זייט, אבער סאם-האו האב איך מיך ביז אפאר מינוט געטראפן אינעם טונעל זיך צוריקקערנדיג צום וועסט סייד, נאר כדי זיך צו קענען אויסדרייען שפעטער און נעמען דעם טונעל אויף צוריק און צאלן 2 מאל טאלל.

כ'געדענק שוין נישט גענוי וואס מיין טעות איז געווען, אבער אוי בין איך געווען אפגעפאטשט דאן... כ'האב זיך נאך געיאגט אויך, צוצולייגן זאלץ צו די מעשה... (איך האב ווארשיינליך איינגעריסן יענעם צופרי ביי "רוקע הארץ על המים" ,און "המכין מצעדי גבר", איי געס...)

און דיין מעשה דערמאנט מיר אן ענליכע מעשה... פונעם עף די אר האביך געוואלט גיין צום וואשינגטאן בריק, סאם האו האביך מיר דערזען אויפ'ן רעמפ ארויף צום טרייבארא ברידזש, סימיר שלעכט געווארן! ביים טאלל בוט האביך געזאגט פאר יענעם אז סיז א טעות צו איך קען מיך אפשר צוריקדרייען ? זאגט ער אז ניין איך האב געמוזט צאלן, ער האט מיראבער געגעבן א צעטל וואס איך זאל געבן אויף די אנדערע זייט בריק אין די נעקסטע 15 מינוט און יענער וועט מיר דורכלאזען בחינם אן א טאלל.

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:01 pm

אזוינ'ס?
נע, יעדער האט דאך יעצט אזוינע מעשיות אין די צענדליגע, אבער ביי מיר האט עס נארוואס פאסירט.
זיצעך אינעם פסח קאך און מ'ארבייט אויף די מאכלים, רואיגערהייט, כאטש מיין פיר יעריגער האט דאן געקייעט א חמץ'ן ברויטעל און חמץ קעך, האב איך אים דאך אנגעזאגט אז בעפאר מ'טרעט ארויס דארף מען לאזן רופן טאטי אדער מאמי ווייל מען דארף זיך גוט אפשאקלען און אפשווענקען דאס מויל. פלוצים הער איך זיינע קליינע טריט דערנטערן זיך צום פסח קאך, כ'פרעג: "זאנווילע, האסטו זיך גוט אפגעשאקלט?" און ער שרייט צוריק: "יא טאטי, כ'האב זיך אויך גוט אפגעשווענקט". "נו, שוין, קענסט אריינקומען" ערלויב איך מיר צו זאגן. די טיר עפענט זיך אויף (גאר דראמאטיש אראפגעלייגט, ניין?) און דער שפאצירט אריין אינעם פסח קאך אזוי קייענדיג דעם ברויט'ל אויף ביידע באקן לתיאבון, און ער זאגט מיט א זיסקייט: "טאטי, כהאב שוין געענדיגט, און זיך זייער גוט אפגעפיצט און אפגעוואשן...
קומט אים א צוקער'ל דערפאר, ניין?

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:08 pm

בערטשע האט געשריבן:אזוינ'ס?

אינטערסאנטע נעמען לויפן ביי אייך אין די משפחה, בערטשע, זאנווילע, זאג נאר א שפרינצא האסטו אויכעט ?

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:11 pm

בוידעם האט געשריבן:

וואלסטו ווען געווען באהאוונט אין די 'בעל עגלה טראדיציע'ס' וואלט עס דיר נישט געוווען קיין חידוש, דאס קומט נאטורליך.
פארגעס נישט, איך אינדערהיים אין רוסלאנד געווען אינדזשיניער, געקומען קיין אמעריקע געווארן טעקסי דרייווער.
(אויך גוט אינעם דורכפאל אשכול...)

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:20 pm

און איך פארלוירן די מאמען, פארלוירן דעם טאטען, און יעצט איך פארלוירן א קוואדער אין דעם טעלעפאון...

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:23 pm

דאכצעך מיר אז ס'שוין דא א רוסישער אשכול....

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:27 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דאכצעך מיר אז ס'שוין דא א רוסישער אשכול....

;l;p-

דינסטאג אפריל 17, 2012 11:57 am

בערטשע האט געשריבן:אזוינ'ס?
נע, יעדער האט דאך יעצט אזוינע מעשיות אין די צענדליגע, אבער ביי מיר האט עס נארוואס פאסירט.
זיצעך אינעם פסח קאך און מ'ארבייט אויף די מאכלים, רואיגערהייט, כאטש מיין פיר יעריגער האט דאן געקייעט א חמץ'ן ברויטעל און חמץ קעך, האב איך אים דאך אנגעזאגט אז בעפאר מ'טרעט ארויס דארף מען לאזן רופן טאטי אדער מאמי ווייל מען דארף זיך גוט אפשאקלען און אפשווענקען דאס מויל. פלוצים הער איך זיינע קליינע טריט דערנטערן זיך צום פסח קאך, כ'פרעג: "זאנווילע, האסטו זיך גוט אפגעשאקלט?" און ער שרייט צוריק: "יא טאטי, כ'האב זיך אויך גוט אפגעשווענקט". "נו, שוין, קענסט אריינקומען" ערלויב איך מיר צו זאגן. די טיר עפענט זיך אויף (גאר דראמאטיש אראפגעלייגט, ניין?) און דער שפאצירט אריין אינעם פסח קאך אזוי קייענדיג דעם ברויט'ל אויף ביידע באקן לתיאבון, און ער זאגט מיט א זיסקייט: "טאטי, כהאב שוין געענדיגט, און זיך זייער גוט אפגעפיצט און אפגעוואשן...
קומט אים א צוקער'ל דערפאר, ניין?

וואס פארא משוגעת האסטו אים אריינגעלאזט???? ביסטער אליינס שולדיג, עס איז נישט קיין דורכפאל, עס איז א פשיעה.

דינסטאג אפריל 17, 2012 3:53 pm

איך שטיי און בארעד מיין שווער
און והנה ער איז אריינגעקומען

אוי לאותה בושה........

דינסטאג אפריל 17, 2012 5:11 pm

פריי זיך אז ער איז אריינגעקומען, און נישט געבליבן שטיין אינדרויסן....

דינסטאג אפריל 17, 2012 7:21 pm

די דורכפאל איזגעווען

אז ער האט ניטאמאל געכאפט אז איך האב עם בארעדט

ער איז מיר נאר געקומען בעטן אוועק צו ריקן מיין קאר פון זייין פארקינג ספאט

מיטוואך אפריל 18, 2012 2:16 pm

באלד שרייבט דער שווער אריין דא אין אשכול אז ער האט געמיינט אז זיין איידעם איז אים געטריי און ער האט במקרה אויפגעכאפט ווי ער בארעדט אים.
די דורכפאל איז צוייפאכיג.

דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:41 pm

חול המועד אינדערפרי, דער האט גענדיגט לייגן די טלית, מיט א ווארימקייט הויעך שיין הייבט ער אן דעי הנני מכוין בהנחת תפילין לייגט אריין די הענט אין די "טלית" בייטיל און ........ ס'נישטא.......יוש כאב אים אזוי געשוינט.. כ'געדענק נישט אז ער זאל זאגן אייביג אזוי הויעך

דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:45 pm

אז דו דערמאנסט שוין, איך האמעך די ערשטע טאג חוה"מ אויסגעטון די ערמעל פאר די תפילין...

דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:02 pm

שנאפס האט געשריבן:אז דו דערמאנסט שוין, איך האמעך די ערשטע טאג חוה"מ אויסגעטון די ערמעל פאר די תפילין...

הא ! די ביסט עס געווען ?, שוין איצטערט איז נתגלה געווארען ווער עס איז די פארשוין וואס פארשלייערט זיך אינטערן נאמען שנאפס.

ווען איך ווייס ווען.........וואלט איך נישט געשטאנען דא מיט דיר אין ווארט..... :lol:

זונטאג אפריל 22, 2012 9:48 pm

פריער מיטגעהאלטן אין סמעדרעש ווי א בחור אינמיטן זיך מאכן א טיי האט עפעס נישט גוט אויפגעפאסט און סאצעך ארויסגעגאסן עטליכע טראפן פונעם טיי אויף זיין האנט און פון גרויס ציטערניש פונעם ברי האט זיך נאך האלב פונעם גלעזל אויסגעגאסן אויף אים.....

פרייטאג אפריל 27, 2012 1:41 am

די רעבעצין האט געבעטן איבערצולערן דעם וואש-מאשין צום דרייער. ואני בחכמתי, האב גענומען דעם גאנצן לאוד אויפאיינמאל און זיך ארויסגעלאזט דערמיט אויפ'ן וועג צום דרייער.

מה עשה הקב"ה? כ'האב געכאפט א קוצקע...

די רעשט איז היסטאריע.

פרייטאג אפריל 27, 2012 1:45 am

חחחח פלץ פלצתי.....

נישט קיין כוח צו לאכן אזוי שפעט ביינאכט.

פרייטאג אפריל 27, 2012 8:42 am

איר האט שוין אמאל געשפירט ווי א פרעקל?
אט אזוי האב איך מיר היינט געפילט שוין זיין פיקס גרייט ארויס צי גיין אין בהמ"ד, איך גיי נאר א סעקאנד צי צים שפיגל אין אינטער מיין היט ליגט א שיינע ווייסע קאפל!! אוי וואלט דער עולם געלאכט.. אין איך וואלט געדארפט צירוק וואקן די צען מינוט'יגע וועג אהיים...

פרייטאג אפריל 27, 2012 8:53 am

איי איי איי, דערמאנסט מיר מיינע קינדער יארן. כ'האב כמה פעמים געהאט דאס ווייסע קאפל אויפ'ן קאפ. ב"ה, דער גוטער באס דרייווער האט מיר א טובה געטון און מיר גלייך געמאלדן מיין דורכפאל. ער האט נאך געווארט אויך, ביז איך לויף צוריק אריין אין שטוב עס טוישן.

פרייטאג אפריל 27, 2012 10:01 am

דאס געשעט טאקע נאר ווייל דו קוקסט אין שפיגל ודו"ק.

פרייטאג אפריל 27, 2012 10:10 am

אויב רעדט מען שוין פון איבער-פאקן פון די וואש מאשין צו די דרייער, קען איך נישט דורך גיין אן אויפברענגען מיין ווייטאג איבער דעם. איך שטעל עס דא, ווייל למעשה יעדעס מאל דאס געשעט איז עס א באזונדערע פלאפ. נעמליך, וויאזוי מיידט מען אויס די קלאפ אויפן קאפ פון די דרייער טיר ווען מען הייבט זיך אונטער מיט צוויי הענט פול מיט וועש?

מיין פראבלעם איז אזוי, איך עפן די דרייער טיר און איך בייג מיך אראפ צום וואש מאשין (פראנט לאודערס) איך פיל אן ביידע הענט מיט האלב נאסע וועש. איך הייב מיך אויף עס אריין צולייגן אין דרייער, אבער די דרייער טיר האלט זיך אינמיטן פארמאכן און באאאפס,, א זעץ אין קאפ. און דאס געשעט אפילו ווען איך פראביר עס צו מאכן זייער שנעל נאך בעפאר די טיר עספיעט זיך צוצומאכן. אבערוואס, דער לאכט פון מיר און מאכט זיכער צו שטיין פונקט ביי האלב. האלטן פארמאכט די טיר איז נישט קיין עסק ווייל איך קום דאך ארויף מיט פולע הענט און איך קען קיין טיר אזוי נישט עפענען. און די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז ביים כאפן די קלאפ וועט א קליינע שטרימפעלע אייביג אראפ פאלן און זיכער מאכן אז איך געב עם עקסטרע אטענציע און איך בייג מיך ספעציעל פאר אים, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין פארל האט אויך זיכער געמאכט צו באקומען זיין פארציע ווען ער האט זיך באהאלטן און איז נישט מיטגעקומען מיט אלע אנדערע וועש. אלזא אידן, וואס טוט מען? וויאזוי גיט איר זיך אן עצה?

פרייטאג אפריל 27, 2012 10:14 am

מ'מאכט אפאר טריפס פון וואש מאשין צום דרייער

פרייטאג אפריל 27, 2012 11:42 am

געלעגער האט געשריבן:אויב רעדט מען שוין פון איבער-פאקן פון די וואש מאשין צו די דרייער, קען איך נישט דורך גיין אן אויפברענגען מיין ווייטאג איבער דעם. איך שטעל עס דא, ווייל למעשה יעדעס מאל דאס געשעט איז עס א באזונדערע פלאפ. נעמליך, וויאזוי מיידט מען אויס די קלאפ אויפן קאפ פון די דרייער טיר ווען מען הייבט זיך אונטער מיט צוויי הענט פול מיט וועש?

מיין פראבלעם איז אזוי, איך עפן די דרייער טיר און איך בייג מיך אראפ צום וואש מאשין (פראנט לאודערס) איך פיל אן ביידע הענט מיט האלב נאסע וועש. איך הייב מיך אויף עס אריין צולייגן אין דרייער, אבער די דרייער טיר האלט זיך אינמיטן פארמאכן און באאאפס,, א זעץ אין קאפ. און דאס געשעט אפילו ווען איך פראביר עס צו מאכן זייער שנעל נאך בעפאר די טיר עספיעט זיך צוצומאכן. אבערוואס, דער לאכט פון מיר און מאכט זיכער צו שטיין פונקט ביי האלב. האלטן פארמאכט די טיר איז נישט קיין עסק ווייל איך קום דאך ארויף מיט פולע הענט און איך קען קיין טיר אזוי נישט עפענען. און די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז ביים כאפן די קלאפ וועט א קליינע שטרימפעלע אייביג אראפ פאלן און זיכער מאכן אז איך געב עם עקסטרע אטענציע און איך בייג מיך ספעציעל פאר אים, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין פארל האט אויך זיכער געמאכט צו באקומען זיין פארציע ווען ער האט זיך באהאלטן און איז נישט מיטגעקומען מיט אלע אנדערע וועש. אלזא אידן, וואס טוט מען? וויאזוי גיט איר זיך אן עצה?

יו האבעך געלאכט! (כ'בין אבער געווען רויט אויך, פארשטייסט, מיין דרייער איז אין קינדער שטוב, און אלץ דארף מיין גרויס מיידל זען מיין דורכפאל!)
שרייב א תגובה

Advertisement