בלאט 3 פון 36

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:20 pm
דורך מעסטערמיינד
אויף א פרוי פרעג איך נישט קיין קשיות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:37 pm
דורך קרעזי
פארוואס פרעגסטו נישט קיין שאלות? ווייל די ווייסט אז עס וועט נאכקומען הונדערט תירוצים?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:40 pm
דורך מעסטערמיינד
ניין, ווייל איך ווייס אז עס וועט נאכקומען הונדערט קשיות און צום סוף וועל איך נאך זיין דער שולדיגער,
אבער דא ביי די מעשה מיט רעבעצן סאכדעס וואס לייגט תפילין, פאנג איך ניטאמאל אן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 9:37 pm
דורך איך_הער
א קליינטשיגע דורעכפאל, איך האב געלאזט אביסל אפן די פענסטער'ס פון מיין קאר, און ווי לאנג איך האב געדאווענט מנחה מעריב, איז געווען די געשמאקע וויטיגע רעגן, און ביידע פאדערשטע זיצן מיטן דעשבארד איז געווארן פיין נאס, ב"ה פאר דעם און נישט קיין ערגערס.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 4:26 pm
דורך יגרסהדותא
איך האב היינט מנדב געווען די ראש חודש סעודה, אין קיינער איז נישט געקומען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 4:45 pm
דורך מעסטערמיינד
ס'איז שוין דאס צווייטע מאל אין צוויי טעג וואס איך שרייב אפ א למען ישמעון דרשה, און עס ווערט מיר אויסגעמעקט (דורך מיר בטעות) נאך פארן אניאגען צו קוועטשען שלח,


אאיאאיטטשש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 5:00 pm
דורך קרעמער
קענסט נישט מאכן קאפי אינמיטן די למען ילמדון דרשה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 5:20 pm
דורך מעסטערמיינד
אוי ,די חכם ,נא טאקע אזוי פאסירט עס, איך דריק סעלעקט אלל און אנשטאט קאפי דרוק איך קלעיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 10:39 pm
דורך 3x0
מעסטערמיינד האט געשריבן:אוי ,די חכם ,נא טאקע אזוי פאסירט עס, איך דריק סעלעקט אלל און אנשטאט קאפי דרוק איך קלעיר.

וואס הייסט די דריקסט קלעיר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 10:57 pm
דורך מאשקע
נאכ'ן דרוקן קלעיר (בעקספעיס אדער דיליט), קענסטו שטענדיג דרוקן קאנטראל+Z (אדער ווי מיין פרומער מגי"ש פלעגט זאגן: קאנטראל+ער...) און ס'קומט צוריק אלעס וואס ס'האט זיך אויסגעמעקט. בדוק ומנוסה.

אגב, מיין דורכפאל איז געווען א מורא'דיגע. איך קוק אן דעם אשכול וואס רופט זיך דורכפעלער, איך באגעגען מיך דערמיט איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, און איך גיי מיר ווייטער.
היינט באשליס איך: ווייסטו וואס? איך האב דאך נישט בעסער וואס צו טון. איז לאמיר אלזא אריינקומען אינעם אשכול אין קוקן די אינטערעסאנטע דורכפעלער. לאמיר זעהן מיט וואס מ'האט געקענט אנפילן דריי בלעטער.
איך קום אריין, און דא, אזא דורכפאל!!! די גאנצע אשכול דרייט זיך ארום 1-2 דורכפעלער, און דעטס איט! איר דארפט פארשטיין, איך האב ליב דורכפעלער, איך האב געהאפט צו ליינען אזא 20-30 דורכפעלער ווי גארנישט.
און דא, אזא דורכפאל!!!
אויף קיין שום איד נישט געדאכט...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 12:38 pm
דורך שוועמל
שכוייח קליינער פאר דיין געוואלדיגע עצה פון קאנטראל Z

א שאד א שאד. ווען איך ווייס עס ווען אפאר וואכן צוריק וואלט איך געשפארט אן אשכול אין אן אנדערן פורום, אין אן אנדערן סייט, מיט פול עגמת נפש.

שוין סי געווען באשערט, וואס קאן מען טאן.


דער דורכפאל איז, אז איך גרויסער שוועמל האב דאס נישט געוויסט אזא פשטות וואס דער קליינער האט אהערגעשטעלט...

חחחחחחחח

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 25, 2006 6:24 pm
דורך מאשקע
און וואו - מיינט איר - קומט צו א קליינער יונג ווי מיר אזעלכע ידיעות אינעם גע'אסר'טן קאמפיוטער?
פשוט, דאס אלעס האב איך געלערנט אין הימל (אין גיהנם, פארשטייט זיך, ווייל נאר דארט געפינען זיך אלע קאמפיוטערס...) און דער מלאך האט פארגעסן מיר צו קלאפן אויף די לעפצן...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 28, 2006 9:30 pm
דורך איך_הער
אן אקארשט געשעענע דוירכפאל, איך האב סעלעקט די הודעות מאז ביקורי האחרון, און איך האב אנגעפאנגען אדוירך צו גיין איינס ביי איינס, און אל אפ עה סאדען, פראבירנדיג צו הערן די ניגונים פונעם קרעטשמע, האב איך בטעות צוגעמאכט די קרעטשמע, און משה זיך מיך, איך מוז אליינס זיך מוטשענען צו טרעפן ווי איך האב געענדיגט ליינען פאריגע וואך.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 7:25 pm
דורך סאכדעס
היינט צופרי איך רייט אזוי אריין אין אפיס מיט א פיינע פרישע קאווע אין די האנט, איך לייג דאס אראפ אויפן טיש איך מאך מיך באקוועם, און פאנג אן צו זיפן פון די קאווע נאר געוואר צו ווערן אז דאס איז נאך א נעכטיגע קאווע, און מיין פרישע קאווע ליגט אויף א צווייטע פלאץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 8:55 pm
דורך 3x0
די מעשה פון סאכדעס האט מיר דערמאנט פון אזא מעשה.

א איד איז אמאל ארויסגעקומען פון גראסרי מיט א פרישע קאווע און ער האט גערעדט אויפן סעלפאון, און ער האט געוואלט אריין גיין אין קאר, האט ער אראפגעלייגט די נלעזעל קאווע אויפן דאך פון די קאר און אזוי האט ער געהאט איין האנט ליידיג צו קענען עפענן די קאר, ער עפענט די טיר אזוי רעדענדיג אויפן טעלעפאון און ער זעצט זיך אריין אין קאר פארגעסנדיג אז ער איז נאר ארויס פון קאר צו קויפן א קאווע, און ער נעמט זיך פארן, און די קאווע דרייט זיך איבער און...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 9:21 pm
דורך יאנאש
אז מען רעדט שוין פון קאווע מיט דורכפעלער דערמאן איך מיך א מעשה וואס ס'קען זיין אז מען האט דאס שוין פארציילט אבער אז סאיז גוט איז עס גוט.

אה יא די דורכפאל, א אינגערמאן פארט זיך אין זיין קאר, רעדט אויפן סעלפון און זיפט זיך זיין קאווע געמיטלעך, ווען ער האט געענדיגט אויסטרינקן זיין קאווע, האט ער ארויסגעשליידערט זיין סעלפון פון די פענסטער....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 10:45 pm
דורך מעסטערמיינד
אאאטטשש!!!

ס'ציפט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 10:59 pm
דורך מאשקע
די עיקר מעשה דערפון איז געווען, אז איך האב פונקט דורכשפאצירט אויפ'ן גאס, און אינמיטן כאפ איך א סעלפאון אין קאפ!!!
אזא דורכפאל!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 11:03 pm
דורך מעסטערמיינד
קליינער,

האסט עס פאר'הרג'עט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 11:07 pm
דורך מאשקע
אנטשולדיגט, אבער איך האב נישט אזא מעסטער מיינד ווי דיר. עפטער אלל בין איך נאך א קליין באשעפעניש.
וויאזוי האב איך עס פאר'הרג'עט?
אדער אפשר איז בעסער אז איך פרעג נישט?
אקעי, איך פרעג נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 11:12 pm
דורך איך_הער
איך מיין אז דאס אז איך פראביר ארויף צו לייגן שיינע לינקס, און מ'קען עס נישט זען איז אויך נישט קיין קליינער דוירכפאל, עטץ ווייסט דען ווי לאנג איך שפיל מיך ביז איך ווער געוואר אז מ'קען עס נאך אלץ נישט זען.
(איך האף אז יעצט ארבעט עס שוין, וועט שוין דער דוירכפאל נישט זיין אזוי גרויס)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 29, 2006 11:32 pm
דורך מאשקע
שוין, ב"ה דיינע בזיונות זענען שוין אפגעשטעלט געווארן. ביידע לינקס ארבעטן שוין, געלויבט דער פון אויבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 4:56 pm
דורך Anonymous
איך האב א יאר צוריק בטעות אהיימגענומען א ספר פון א ביהמ"ד פון אן אנדערע שטאט

ווען איך גיי אריין פארגעס איך עס מיצונעמען, און ס'זיצט אינדערהיים נע ונד

ענדליך די וואך אנהייב וואך האב איך עס מיטגענומען, און צום סוף איז עס געבליבן אויפן באס האהא

די שאלה שטעלט זיך ווער איז געבליבן חוזק איך צו דער ביהמ"ד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 4:58 pm
דורך דארפסמאן
איך מיין אז די זאלסט באצאלען פארן בהמ"ד

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 6:47 pm
דורך איך_הער
איך קען נאכנישט צו זיך קומען פון מיין מעכטיגן דוירעכפאל, איך האב אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס, ( פליקט מיך נישט יעצט אריין אז איך האב עס געדארפט מאכן אויף ווארד ) אנגעהויבן פאר מעריב נאך אינמיטן פאסטן, און געענדיגט נאכן אויספאסטן, ( איך רייץ ענק פשוט אן אז איר זאלט פילן א מעין פון דאס וואס איך פיל ) א לאנגע בריוו פאר די אייניקלעך, און אלל אפ עה סאדען, איך דרוק שלח, און איך טרעף מיך ארויס געסיינט פאר אלדע גוטע יארן, איך האף אז איך וועל צוזיך קומען און דאס גאנצע איבערשרייבן, אבער ס'וועט מן הסתם נעמען אביסל.
אבער דערווייל זאג איך ברבים גם זו לטובה, און איך זאל האבן אפגעקומען מיט דעם, און קיין ערגערס זאל נישט פאסירן.