בלאט 2 פון 36

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 11:10 pm
דורך איך_הער
סאכדעס, געענדיגט מיט די טו פעיסינג מעשיות, איינער קומט זיך אפרעדן מיט א גאנצן שאפינג מאול, מיט סיבות פארוואס נישט צו פארדרייען אשכולות, און דו ביסט געווארן עקסיידעט, און פאר צוויי שעה, האט דיר אנגעכאפט א הרהור תשובה, און גראד נאכדעם צוריק צום אלטן, ס'קען זיין אז בעצם פארדרייסטו נישט קיין אשכולות ( איך האב עס נישט קיין געדולד נאכצוקוקן ) אבער ממשיך זיין א פארדרייטן אשכול ביסטו א מומחה, יעצט זיי מחליט הלנו אתה אם לצרינו, גענוג איז גענוג, אדער ציסטו צוריק פון דיינע מחאות, אדער סטאפ מיט דיין ממשיך זיין די פארדרייטע אשכולות, ( ס'זעט אויס אביסל שטרענג? )

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 25, 2006 12:22 am
דורך שוועמל
ניכרין דברי אמת, עס זעהט זיך שטארק ארויס פון דיינע קשיות, קרעמער'ל, אז דו ביסט טאקע נישט קיין רויכערער.

דארפסט פארשטיין, איינער וואס איז געוואוינט צו רויכערן וועט זיך קודם ארומשפילן מיטן ציגארעטל, דרייען ארויף דרייען אראפ, איבערדרייען פארקערט, אראפקלאפן די ציגארעטל עטליכע מאל אויפן טיש כדי די טאבעקא זאל זיך צוזאמדרוקן, און אלעס ווערט געטון מיט א געמאכטע רואיגקייט. ענליך צו די רואיגקייט וואס די ציגארעטל דארף ברענגען אויפן מענטש..

דעריבער ווערט אלעס געטון מיט די בלויזע הענט, אן די אויגן. מ'שטיינס געזאגט, ער איז דאך א בקי דערין, ער דארף שוין נישט קוקן וואס ער טוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:16 pm
דורך יז בתמוז
איך ווייס נישט צו דאס באלאנגט דא, אבער איך האב געמאכט פאר עטליכע חדשים צוריק א פעימענט פאר מיין קאר דורך וועסטרן יוניאן, און זיי האבן עס נישט באקומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:30 pm
דורך סאכדעס
יז דו שרייבסט נישט קיין דיטעילס פונעם דורכפאל, כ'מיין אז עס באלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול אויסצושמועסן די נושא פון פעימענטס דורך א.ג. קאמפאניס, לדוגמא פעיפעל ועוד.
דער עולם זאל שרייבן זייערע עקספיריענס.
אויסער דעם שרייב וואס איז געווארן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 4:26 pm
דורך יז בתמוז
ביזדערווייל איז גארנישט געווארן, בסך הכל האב איך אנגעהויבן באקומען רופ'ן פון מיין ליעס קאמפאני, היתכן איך האב נישט באצאלט א פעימענט, און איך ווייס נישט פון וואס ער רעדט, בשעת מעשה האב איך זיי אריינגעפעקסט דעם וועסטרן יוניאן רעסיט, און זיי טענה'ן אז דעמאלט האבן זיי טאקע דאס אראפגערעכנט, אבער סוף פסוק האבן זיי דאס נישט ערהאלטן.

איך קלער אז איצט פארשטייסטו שוין דעם דורכפאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 5:03 pm
דורך סאכדעס
אוקיי כעל מיר שוין נישט אזוי רעגן אויף דיר, דו האסט מיר שוין היינט צום דריטן מאל ארויסגענומען פון די גלייזן.
אז דאס הייסט א 'דורכפאל' וואס הייסט נישט קיין דורכפאל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 5:12 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:אוקיי כעל מיר שוין נישט אזוי רעגן אויף דיר, דו האסט מיר שוין היינט צום דריטן מאל ארויסגענומען פון די גלייזן.
אז דאס הייסט א 'דורכפאל' וואס הייסט נישט קיין דורכפאל?

דער אשכול איז נאר אבער געשטעלט פאר דורכפעלער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 09, 2006 9:25 pm
דורך איך_הער
איך האף אז איך מ'מעג דא שרייבן אן אנדערנס דוירכפאל, אויב ס'איז גענוג אינטערעסאנט, איך וועל איבער געבן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געהערט, ס'איז נישט שלעכט, ( פאר א דוירכפאל )
איך קום אין בית המדרש צו מעריב, דערמאן איך מיך אז א נאנטער חבר מיינער האט מיך גערופן צו א וואך נאכט, איך האב געהאפט אז ביז נאך מעריב וועל איך נאך געדענקען, למעשה קום איך אן אהיים און יא איך האב מיך דערמאנט אז איך האב פארגעסן, איך שלאג מיך מיט מיינע דעות יא גיין נישט גיין, איך גיי ס'איז צו א נאנטער חבר, פארפאלן, איך וואוין אין איין עק שטעטל די וואך נאכט איז אין די צווייטע עק, קיין קאר האב איך נישט, (דאס נעמט נאר אוועק אז מ'זאל נישט טראכטן אז דער דוירכפאל האט פאסירט מיט מיר, איך הער)ס'איז שוין באלד עלעוו אזייגער, איך קום אן לעבן יענעם'ס שווער'ס הויז, דער דיינונג רום איז נאך ליכטיג, שוין איך האב נאכנישט פארשפעטיגט, איז זע ארויס קומען א קינד, איך פרעג דא איז די וואך נאכט, ענטפערט ער מיר יא, איך שפאציר אריין, ס'איז ליידיג פון מענטשן, די טישן ליגן נאך אויסגעשטעלט ווי ביי א וואך נאכט אבער קיין טישטעכער איז נישט דא דערויף, דער אבי הבן איז נישט דארט נאר זיין שווער, און איך רוף מיך אן בקול רם, ס'איז טאקע שוין אזוי שפעט? פרעגט מיך יענעם'ס שווער ביסט געקומען צום וואך נאכט, נו, אוודאי צו וואס דען, אה, ווייל די וואך נאכט איז הערשט מארגן, איך קען דיר נישט מסביר זיין די בזיונות, איך האב ארויס געיאגט און אנגעפאנגען אהיים צו שפאצירן דעם לאנגן וועג אהיים, און געהאט גענוג דוירך צו טראכטן דעם מעכטיגן דוירכפאל, צום ענד, אויפצומארגן, האב איך אינגאנצן פארגעסן פונעם וואך נאכט, כצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 15, 2006 6:13 pm
דורך איך_הער
וואס וואלט איר געטראכט ווען איר הערט איינעם קלינגען ביי די טיר מיטן בעל?
איך וואלט געטראכט אז איינער איז דארט און ווארט אז מען זאל אים עפענען, דערציילט מיר איינער אז ער האט אויך אזוי געטראכט ביז ער צוגעגאנגען צו די טיר, און דארט איז ער געוואר געווארן אז איינער לאנט זיך פלעין אן אויף די בעל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 15, 2006 7:42 pm
דורך יאנאש
זייער גוט אז דו דערציילסט עס אנע נעמען, ווייל ווען דו זאגסט ווען א נאמען וואלט איך געווען בייז.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 15, 2006 11:02 pm
דורך איך_הער
וואס וואלסטו געווען? אההההה, בייז, אקעי, איך הער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 9:16 am
דורך יאנאש
זאג, דו שרייבסט אלס אונטער דיי ניק, אבער נאר דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 10:48 am
דורך סאכדעס
פארוואס לאנט זיך איינער אן אויף א מענטש'נס טיר? כ'קען עס נישט פארשטיין, סיז לכאורה שוין גארנישט קיין דורכפאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 1:14 pm
דורך איך_הער
יאנאש האט געשריבן:זאג, דו שרייבסט אלס אונטער דיי ניק, אבער נאר דא?


למאי נפקא מינה?

סאכדעס האט געשריבן:פארוואס לאנט זיך איינער אן אויף א מענטש'נס טיר? כ'קען עס נישט פארשטיין, סיז לכאורה שוין גארנישט קיין דורכפאל.


איך וואונדער מיך די זעלבע זאך, אבער איך קען דאך נישט איבער פרעגן יענעם צו ער האט עפעס א קאנפליקט מיט דעם דאזיגן וואס האט זיך ( מכלומרשט, לשיטתך )אנגעלאנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 1:42 pm
דורך סאכדעס
פארוואס קענסטו איהם נישט איבערפרעגן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 2:20 pm
דורך איך_הער
ס'האט עטליכע סיבות, וד"ל. ( איך האב נאך זייער מורא, אז דער דוירעכפאל גייט זיך גאר ענדיגן אין גאנץ אן אנדער ריכטונג ווי ס'האט זיך אנגעפאנגען )

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 2:27 pm
דורך יאנאש
חחחחחחחחחחחחחחח.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 2:31 pm
דורך איך_הער
יאנאש, שכוח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 3:31 pm
דורך מעסטערמיינד
ווען דער נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 3:48 pm
דורך איך_הער
זעסטאך אז יאנאש, לאכט אפילו דער נער איז זיינס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 3:51 pm
דורך יאנאש
העי העי איך האב דיר געזאגט אז אנע נעמען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 3:54 pm
דורך איך_הער
גיי סטרעיט צו מעסטער, און אפשר אויך צו סאכדעס, וואס ער פראבירט ארויס צו שלעפן ווי מער פרטים פון די נישט אזוי אינטערעסאנטע דוירעכפאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:06 pm
דורך סאכדעס
מיין דורכפאל היינט;
כ'קום אריין אין קרעטשמע, כ'ליין א דורכפאל פון איכער, כ'קען עס נישט פארשטיין, זענט איר שוין אמאל ארויס פון אייער טיר און געזעהן עמיצין זיך אנלאנען אויף אייער בעל אנע שום סיבה? אבער איכער האט געהערט פון איינעם אז מאנסע, וואונדער איך זעך דערויף פרעג איך וויאזוי קען זיין אזא דורכפאל? ענפערט ער אז ער קען איהם נישט פרעגן, זאג איך אז כ'פארשטיי נישט פארוואס, זאגט איכער, אז סיהאט עטליכע סיבות, יאנאש צולאכט זיך, מעסטער נעמט עס פערסענאל, נו הלמאי? וואס גייט מיר אן? דא הויבט זיך אן מיין דורכפאל,

איכער זאגט אז כ'וויל ארויסשלעפן ווי מער פרטים פון די נישט אזוי אינטערסאנטע דורכפאל, קודם איז עס יא אינטערסאנט, כדלעיל, ווער שטייט ביי עמיצין'ס טיר סתם אזוי, און לאנט זיך נאך אן אויפן בעל אזוי בלי שום סיבה? שנית די פרטים שלעפ איך נישט, איך וויל פשוט פארשטיין.

פארשטאנען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:12 pm
דורך איך_הער
איך האב שוין געשריבן אויבן אז איך האב מורא אז די דורעכפאל גייט זיך ענדיגן אין גאנץ אן אנדער ריכטונג ווי ס'האט זיך אנגאפאנגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:17 pm
דורך איך_הער
סאכדעס קענסט צו לייגן נאך א דורעכפאל, אז ביי די מנינים אשכול האסטו געלייגט צוויי מאל די זעלבע תגובה, פאר נא גאד ריזן, איך האב נישט מגיב געווען דארט דיר צו געבן א טשענס אויס צומעקן איינס