Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג אוקטובר 26, 2008 1:37 pm

שמערי בערי האט געשריבן:ערשטן טאג סוכות אינדערפרי, כ'קום אין ביהמ"ד, גיי אין מקוה מיט א רואיגקייט, מ'קומט ארויס מיט די נאסע פיאות, אריין אין קאווע שטיבל, מ'נעמט א הייסע געבראטענע קאווע, מיט א צוקערל האלב וועגס איינגעטונקען, מ'מאכט א ערליכע שהכל, מ'טרונקט אויס דעם בעכער, און נאכדעם געט מען זיך א כאפ ביים קאפ און מ'קוקט גוט ארום צו קיינער האט נישט געזעהן.....


זיי מזכה את הרבים און געב די שמש פונעם שול די פאלדענדע עצה פאר נעקסטע יאר. ער זאל לייגן די מילך אינעם סוכה אזוי ווי אנדערע שולן טוען.

ביני לביני וואס איז שוין די דורכפאל? אז מענטשן האבן געזעהן אז דו ביזט נישט א בעל נפש ווייל דו ביזט נישט מחמיר צו טרינקן אינעם סוכה? גלייב מיר אז רובה דרובה עולם זענען נישט אפילו ווען זיי זענען יא מחמיר.

Advertisement

זונטאג אוקטובר 26, 2008 5:02 pm

ווער פון ענק האט שוין אריינשפאצירט חוה"מ אין ביהמ"ד מיט די טו"ת אין איין האנט און די שבת'דיגע טלית אין די צווייטע?

איך האב.

קאמענטארן זענען ציפעדיג.

זונטאג אוקטובר 26, 2008 5:20 pm

אייטש..... כ'וואלט עס געוואלט זעהן....

זונטאג אוקטובר 26, 2008 6:12 pm

כ'וועל פרובירן דאס צו טון חוה"מ פסח, אבער ביי מיר אינדערהיים; בשו"א נישט אין ביהמ"ד...

זונטאג אוקטובר 26, 2008 7:37 pm

רוף מיר פאר דעם....

זונטאג אוקטובר 26, 2008 10:28 pm

רואיג! גארנישט קומטט נישט צו צי מיין דורכפאל (אפאר יאר צוריק), ערשטע טאג סוכות געפאלט שבת און שפאצירט מיט א גאווה מיט מיין דריי הונדערט דאלערדיגן אתרוג צום שול, ביז איינער א חבר מיינער קוקט מיך אזוי אן :roll: , זאג איך אים די זעסט נאר די פושקע די דארפסט זען דעם אתרוג.............
ביז ער האט מיר עס מסביר געווען אז איך געדענק עס נאך ביז היינט.

זונטאג אוקטובר 26, 2008 10:59 pm

אייטש....

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 2:10 am

שמערי פילט עס אפילו אן א מסביר זיין....
לעצט פאראכטן דורך KCSP אום דינסטאג אוקטובר 28, 2008 12:30 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 8:53 am

זאנוויל, כ'האב מיטללייד.

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 8:30 pm

געשעהן מיט יאהרען צירוק
מיין רביטצען באקט א קעיק און די אינגרידיענס פון די אייסינג רופט פאר א קאפ ווייסע וויין.
זי גייט צי צום שאנק און בטעות, אנשטאט וויין האט זי גענומען א פלעשעל שליוואוויטץ, און גיסט אריין א גאנצע קאף דערפון אונעם אייסינג.
געכאפט דעם טעות האט מען ערשט ווען איינע פון מיינע קינדער האט טועם געווען דער קעיק.

מיטוואך אוקטובר 29, 2008 10:01 pm

געלאזט ברענען די קאר דריי שעה. נישט געפערליך.

דינסטאג נובמבר 04, 2008 10:45 pm

דארף מען דען א גרעסער דורכפאל וויא די היינטיגע עלעקשאנס?

דינסטאג נובמבר 04, 2008 10:46 pm

חחחח
עס וואלט געקענט זיין ערגער (הילערי וואלט געקענט געווינען)

דינסטאג נובמבר 04, 2008 10:50 pm

קרעמער, דיין חתימה קענסטו שוין טוישן, שוין נישט געבליבן קיין טעג. כ'בין אפילו נישט זיכער צו שעות.

מאנטאג נובמבר 10, 2008 1:03 am

כ'באקום א מעסעדש אין טאלק פון א מעמבער וואס כ'קען אינגאנצן נישט אז ביז אפאר מינוט וועט ער זיין ביי מיר....

יענעמס דורכפאל געוועזן...

מאנטאג נובמבר 10, 2008 11:32 am

שמערי, אוי איז דאס א מאסיווע דורכפאל

מיינסט נישט מיר.......?

מאנטאג נובמבר 10, 2008 1:52 pm

צופעליג נישט...

מאנטאג נובמבר 10, 2008 2:11 pm

שוין גאר נישט קיין צופאל....

מיטוואך דצמבר 03, 2008 6:00 am

ר' זאנוויל לאמיר הערן אביסל דיינע דורכפעלער...?

מיטוואך דצמבר 03, 2008 10:01 am

גלייב מיר אויפן עהרן ווארט דו ווילסט נישט הערן...

דינסטאג דצמבר 30, 2008 10:33 am

עס ציפט נאך יעצט אביסל.

נעכטען אויפדערנאכט בינעך געגאנגען צו מיינס א חבר'ס א וואכט נאכט, אנקומענדיג דארט איז נאך געווען אביסל פרי, און איך זעה אז עס איז נאך ליידיג קיינער איז נאך נישט דא, און איך שפאציר אריין מיט א פעסטקייט, גלייך אריין און דיינונג רום, איך שלעפ ארויס א בענקעל און איך זעץ זיך אראפ.

איך האב גלייך באמערקט אז עס איז עפעס זייער פענסי צוגעגרייט, אבער איך האב גארנישט חושד, איך האב געטראכט אז זעהט אויס פאר זיין ערשטע אינגעלע שטעלט ער זיך אביסל צו, און פון דערווייטענס שמייכעלט צו מיר דו פיינע געשמאקע וועפער קעיק, איך טראכט נישט קיין צוויי און איך שטרעק אויס מיין האנט אריינצוכאפן א שטיקל וועפער קעיק.

ווען פליצלינג הער איך קלאפן אויפן טיר, טראכט איך אזוי צו מיר, אה ב"ה איך וועל שוין נישט דארפן זיצן דא אליינס, און דו טיר געט זיך א מאך אויף און עס נעמט זיך אריינשטראמען מאסן פרויען און גלייך און דיינונג רום אריין, איך האב גראד געכאפט מיין טעות און איך האב געהויבן פוס און איך האב מיר גענומען ארויסלויפן רויט פאר בושות, אזוי אראפלויפענדיג דו סטעפס זעה איך אינטון ביים אריינגאנג א ריזיגע צעטל מענער אריינגאנג דו רעכטע זייט פון דו הויז...

הוי האט דאס געציפט!!!

דינסטאג דצמבר 30, 2008 11:28 am

הה"ד OUTCH

דינסטאג דצמבר 30, 2008 11:40 am

אוי איז דאס א ביטערע פאסירונג....אבער וואס טוט זיך מיטן שטיקל וועפער קעיק?

דינסטאג דצמבר 30, 2008 11:57 am

ארויסגייענדיג פון שטוב היינט אינדערפרי מיטן טלית ותפילין, איז פלוצים אן קיין שום ווארענונג געקומען צו פליען א ווינט מיט א שנעלקייט און אראפגעבלאזן מיין טייערן היט וואס ערשט נעכטן איז ער געקלינט און געסטימט געווארן, און ס'איז געפלויגן און געפלויגן, אראפ אויפן גאדער און א קאר האט עס רח"ל איבערגעטרעטן... (איך מיין אז פאר דעם אליינס לוינט זיך שוין צו האבן א קוטשמע).

דינסטאג דצמבר 30, 2008 12:05 pm

די שטרויענע רעבעצן איז נעכטן געווען ביי א וואך-נאכט. ערציילט זי מיר אז אויפן וועג אריין דערזעט זי ווי א יונגערמאן לויפט ארויס פון דארט מיט א שטיקל וועיפער קעיק אין מויל, מ'האט געוואלט מאכן א כאפצעם...
שרייב א תגובה

Advertisement