Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:04 pm

אנדי;

נאך דיין קאווע אויסטויש ווילט זיך מיר פרעגן: חלב עכו"ם האט כאטש א בעסערע טעם? (איך מיין אז דאס איז רבי געלט נישט צו קויפן קאווע אין א גוי'איש געשעפט, אבער ווער בין איך צו מוסר'ן?)

Advertisement

א דורכפאל מיט א העפי ענדינג

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:48 pm

אלץ בחור אין די פרעמד בין איך געלאדענט געווארן פרייטאג-צו-נאכטס צו די סעודה ביי א קרוב. שפאצירענדיג פון ישיבה צו יענעם הויז, האט זיך פארוויקעלט א טיפע שמועס מיט מיינ'ס א חבר. נישט טראכטענדיג האב איך געקלינגען דעם בעל ביים טיר... פארשטייט זיך אז כ'האב אפגעיאגט ווי די שוארצע פעפער און געגעסען אין ישיבה.
שבת צופרי טרעפט מיך דער יוד, אין ער געט מיר א פארציע אין זיבעטען ריפ אריין, די אומפארשעמטער בחור... איך האב שוין געמיינט אז איך בין נישט גענוג שנעל אנטלאפען... אבערוואס, ער האט פשוט געווארט אויף מיר 2 שעה ביז ער האט אויפגעגעבען.
אחר כעסו, פארענטפערעכ'מעך אז ס'איז געווען א באנדע צוהיצטע גוים לעבען זיין הויז, אין כ'האב פשוט מורא געהאט, אין כ'האב מיך צירוק געדרייט אין ישיבה. ער האט עס אנגענומען אין זיך בארואיגט. נאכדעם גיט ער א זאג, אה; זיי האבען מסתמא געקלינגען די בעל און אנטלאפען!
דאנט ווארי, איך האב געגעסען דארט די מיטאג סעודה. ;l;p-

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 9:50 pm

אנדי און קל וחומר,

חחח, חחח.

יישר כח.

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 10:50 pm

גרינגער שווער, נאט בעד.

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 11:22 pm

קל וחומר;

שוין דעמאלטס געהאט א לומד'ישן קאפ..

פרייטאג פבואר 01, 2008 10:16 am

קרעמער האט געשריבן:אנדי;

נאך דיין קאווע אויסטויש ווילט זיך מיר פרעגן: חלב עכו"ם האט כאטש א בעסערע טעם? (איך מיין אז דאס איז רבי געלט נישט צו קויפן קאווע אין א גוי'איש געשעפט, אבער ווער בין איך צו מוסר'ן?)


כ'וועל דיר זאגן אזוי, איך האב מיך בשעת מעשה נישט געכאפט אפילו וועגען די חלב עכו"ם פראבלעם, אבער יעצט אז דו האסט מיר געמאכט אויף מערקזאם טראכט איך אז די מילך האט געטעיסט די זעלבע ווי אייביג. אבער עס איז נישט קיין ראי' ווייל על פי רוב זעה איך די גוים נעמען פון די זעלבע גאלדען פלאו באטעל ווי איך נעם. איז קען זיין לעולם (א דריי מיט די גראבע פינגער דא) חלב עכו"ם טעיסט בעסער נאר פונקט דער קאווע וואס איך האב פארטוישט האט גענומען פון די חלב ישראל.

פרייטאג פבואר 01, 2008 10:59 am

קרעמער האט געשריבן:קל וחומר;
שוין דעמאלטס געהאט א לומד'ישן קאפ..

מיט א צוגעמאכטע שירעם אין די רעגען, ווי מען פארציילט אויף א געוויסען ת"ח, ווייס איך נישט אויב איך וואלט געגאנגען.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 10:23 am

אזא דורכפאל ווי איך האב היינט געהאט, אויף אלע לעיקוואודער גויים געזאגט.

ווען כ'בין אויפגעשטאנען צופרי, האב איך געפלאנט אז היינט גייט מען קויפן א פיינעם געשמאקן פרישטאג ביים "פת שחרית" טרעקל, צום געזעגענען ווי מ'זאגט.

די פלאן איז געווען אויף א גוט דורכגעבאקענע טאוסטעד בייגל, אנגעשמירט מיט אסאך קרים-טשיז, אינווייניג זאל ליגן א פיינע אייער-שפייז מיט אמעריקען-טשיז, אז ס'זאל רינען די שפייאכץ פון מויל בלויז ביים קוקן דערויף.

מה עשה הפת שחרית? איך קום אן, און זיי זענען פארמאכט היינט! האסטו געהערט אזאנס? פארמאכט! פארוואס? ווייל מ'מאכט שוין פסח'דיג!

רבותי, כ'בין הונגעריג...

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 11:27 am

קום אריבער דא צי מיר און אפיס, דער עולם האקט שטיקער וויפל עס גייט אריין

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:16 pm

דארפסמאן האט געשריבן:קום אריבער דא צי מיר און אפיס, דער עולם האקט שטיקער וויפל עס גייט אריין

ווי דא ??? שרייב אן אדרעס.

דינסטאג אוגוסט 05, 2008 10:24 pm

דורכפאל 1. איך האב פרובירט ווייטער צו גיין מיטן מפתח אויפן שפראך פארום, אבער איך האב נישט געקענט מאכן דעם הייפערלינק. אויך האב איך געדארפט יעדע מאל ביים שיקן א תגובה צולייגן א נושא אויפן קאפ ארויף.

דאס האט מיר געברענגט צו טאן עפעס אנדערש אין די צווישנצייט, וועל איך שרייבן דורכפאל 2. מיין שכן'ס ברודער האט בר מצוה דא אין די בערג, מתחילה האט ער נישט געוואלט קומען, אבער זיין טאטע האט אים צוגעזאגט אויסצוצאלן האלב פון די שפעזן, האט ער באשטעלט א קאר סערוויס אויף דינסטאג (היינט) נאכמיטאג, און מיר האבן אפגעשמועסט אז ער וועט אונז ברענגן די פאסט און באזוכן וכו' וכו'.

הארט פארן ארויספארן רופט ער איבערפרעגן אפאר לעצטע נקודות, זאג איך אים אז צווישן די בערג שמועסט מען אז די בר מצוה איז הערשט מארגן מיטוואך. ער האט שנעל אנגערופן זיין פאטער, וועלכער האט אים טאקע באשטעטיגט דעם פאקט אז די בר מצוה וועט נישט פארקומען דינסטאג (ווי ער האט נעבעך געמיינט און אנגעדרייט די קינדער, אזש ביזן באשטעלן א קאר) נאר מיטוואך. ב"ה מען איז אפגעקומען מיט (?).

דורכפאל 3. היינט האב איך באמערקט פון פענסטער א באקאנטער פיגור, נעמליך א קרעטשמע מיטגליד וואס קומט מיר נישט אויס צו טרעפן אזוי אפט (מיר האבן זיך דערווייל בלויז איינמאל געטראפן). איך לויף ארויס פון באנגעלוי מיט איין אימפעט, און יענער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן. עס איז געווען זיינס א ברודער וואס זעהט אויס אקוראט ווי אים.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:50 am

אוטש, פאר די לעצטע.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 9:46 am

ווער זאגט דיר אז ס'געווען זיין ברודער. אפשר איז ער געקומען צו דיר אין קאנטרי מיט זיין צווייטן ניק? ער האט פשוט נישט געוואלט זאלסט אים דערקענען... אקורשט א ווי אין קרעטשמע.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 11:22 am

זארעכפעפער האט געשריבן:ווער זאגט דיר אז ס'געווען זיין ברודער. אפשר איז ער געקומען צו דיר אין קאנטרי מיט זיין צווייטן ניק? ער האט פשוט נישט געוואלט זאלסט אים דערקענען... אקורשט א ווי אין קרעטשמע.


לכטי ולכטי ונתלכ.....................

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 1:49 pm

זארעכ;

דיין ברודער האט דיר נישט איבערגעגעבן דעם ווארימען גריס וואס איך האב מיטגעשיקט? :lol:

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:45 pm

האט ער דיר נישט געבעטן א טרונק ברוינפן ביז צו די קרעטשמע????

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:06 pm

ווער וויל ליינען א מעכטיגע דורכפאל וואס כהאב געהאט היינט? (ווער נישט קען ארויסגיין כצווינג קיינעם נישט צו ליינען...)

אפאר שעה צירוק בין איך געזיצן אין די קרעטשמע און געמיטלעך ארומשפאצירט פון איין שטיבל צום צווייטן, און וואו איך האב געקענט האב איך געטרייט צו אריינווארפן מיין צוויי צענט. איך בין געווען זייער רוהיג וויסינדיג אז קיינער קען מיך יעצט נישט כאפן ביי די מעשה. מיין בעה"ב איז אוועקגעפארן א וואך וואקאציע, א מחי'... איך קען טון וואס איך וויל!

פלוצלינג, מיין מייז רוקט זיך פון זיך אליין. וואס גייט דא פאר???

ביז איך האב באמערקט..... מיין בעה"ב איז אריינגעקומען צו מיר, אין מיין קאמפיוטער (דורך logmein.com), און.. מיך געפאקט ביי די מעשה!!

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:07 pm

אוטש..... ס'ציפט.............

וועט ער כאטש זעהן דעם תגובה???

אוי האט ער דיר מסדר געוועזן....

ער איז זיכער געשטאנען און געלאכט פון דיר....

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:20 pm

סתם, יויש טוט דאס וויי, האסט כאטש געכאפט א סקרין פרינט פון די קאלער פון דיין פנים אין יענע מינוט?

איך בין נעכטן אנטלאפן פון קרעטשמע צו גיין דאווענען מנחה, (פארשטייטצעך די לעצטע מינוט.) און אפילו אנגעפאנגען זאגן וידבר אויפן וועג צו די קאר, און נאכן זיך ארויס ציען פון די דרייוועי, כאפ איך מיך אז איך האלט שוין לאנג נאך מנחה.

בינעך פלעין געפארן צום שול צו דאווענען מעריב ביי זעכציג. (דאסי שוין נישט קיין חלק פון די דורכפאל.)

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:36 am

איך הער'ס מעשה דערמאנט מיר א ענליכע מעשה וואס איך האב לעצטענס געהערט אויף א יוד וואס איז א מנהל אין א גרויסע תלמוד תורה, ער ווער גערעכנט פון די שיינע אידן אין זיין קהלה. די מעשה גייט צירוק לאנגע יארן צוריק, ווען ער איז נאכנישט געווען קיין מנהל, אבער ער איז שוין געווען פון די שענערע אידן, געדאווענט מיט א שיינעם נוסח א.א.וו.

ער האט געדאווענט מעריב, און נאך מעריב איז ער געווען ביי אן אסיפה, נאך די אסיפה איז געווען א גרויסע מנין מעריב, און אונזער שיינע איד איז צוגעגאנגען צום עמוד, זאגן קדיש אויפן הערליכען נוסח נאכדעם זאגט ער ברכי, און דא דערמאנט ער זיך אז ער האט שוין געדאווענט היינט מעריב... ער האט זיך געגעבן א דריי אויס צום ערשטען מענטש וואס ער האט געזען, און געוויזן אויך בויך, ווי גלייך ער פילט נישט אזוי גוט, און ער דארף ארויסגיין, און אראפגעקוט אויפן פלאר, און אנטלאפן פון בית המדרש...

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:02 pm

חחחחחח גוט גוט

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 7:57 pm

יויש איז דאס גוט...

איך האב אמאל געזעהן אין ישיבה א בחור שבת ביי מנחה, ווי ער שאקלט זיך זייטיג זייער שטארק, און די הענט פליען אים פון רעכטס צו לינק, די רעכטע הענט אויפן בויך, די לינקע הענט אויפן בויך וחוזר חלילה.

ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז ער האט זיך בטעות געקלאפט סלח לנו,און כדי מען זאל נישט כאפן האט ער עס געמאכט ווי א שפיל, שאקלענדיג די הענט אהער און אהין....
ודו"ק...


אויך דערציילט מיר א חבר ענליכעס, אז איינער איז אמאל צוגעקומען צו אים נאך שמו"ע אין שבת, און געזאגט: "ווען דו קראצט דיך אויף די לינקע זייט מיינסטו ווייסט מען נישט אז דו האסט אהין געריקט דיינע הענטפאר סלח לנו און עס פארוואנדלט אין א קראץ...."

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 12:09 pm

אוי האב איך יעצט געהאט א פחד!
איך דריי זיך דא ארום, און..... אלעס איז געווארן בלוי! וואס מיינט דאס? מיין בעה"ב איז נאכאמאל אריינגעקומען? וואס גייט ער יעצט טראכטן אויף מיר? איך מאך צו די גאנצע אינטערענעט, און ווארט צו זעהן וואס עס גייט געשען. און...קיינער איז נישטא, וואס מיינט דאס?
איך קום צוריק אריין און זעה, אה... ארענדער האט געטוישט די קאלירן!!

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 6:06 pm

היינט גיי איך אריין און באנק פינעף צי פיר זע איך ווי מיין חבר (אזוי האב איך געמיינט) וואס איך טרעף כמעט יעדן טאג דארט אזא צייט געב איך אים א קלאפ און ריקען א גיטן טאג יענקי און יענער דרייט זיך אויס און פרעגט מיר וואס איך וויל פון אים

וואס זאל איך ענק זאגען עס איז געווען בושות

זונטאג אוקטובר 26, 2008 11:26 am

ערשטן טאג סוכות אינדערפרי, כ'קום אין ביהמ"ד, גיי אין מקוה מיט א רואיגקייט, מ'קומט ארויס מיט די נאסע פיאות, אריין אין קאווע שטיבל, מ'נעמט א הייסע געבראטענע קאווע, מיט א צוקערל האלב וועגס איינגעטונקען, מ'מאכט א ערליכע שהכל, מ'טרונקט אויס דעם בעכער, און נאכדעם געט מען זיך א כאפ ביים קאפ און מ'קוקט גוט ארום צו קיינער האט נישט געזעהן.....
שרייב א תגובה

Advertisement