גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:35 pm
חחחחחחח, גוט.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:36 pm
גלייב מיר עס איז געווען נישט סתם גוט, נישט חחחחחחח גוט, נאר באמת גוט און גאר געשמאק.
דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 4:03 pm
אזא פנים ווי א סאני סייד דאון
דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 10:17 pm
כ'בין געווען מיטיינעם אויף א מיטינג אנליין, און יענעם'ס סקרין איז אנגעשטעלט אויף סענטרעל טיים, און צען צו זעקס אינאך געווען ביי אים'ען צען צו פינף, און איך האמעך פעסט איינגערעדט אז כאנאך א שעה צו מנחה, ביז מיין שכן צייגט מיר זיין סעלפאון זייגער, און כאניש געהאט קיין צוויי ברירות, כאניטאמאל געהאט צייט אריין צו גיין אינעם קרעטשמע ס'מעדרעש, נאר באלד צוגעגאנגען צום כותל, און געדאווענט מנחה בצימער, אדער ווי מאנכע רופן דאס געדאווענט בידידות.
פרייטאג נובמבר 09, 2007 12:06 am
אנדי פעטיט האט געשריבן:אזא פנים ווי א סאני סייד דאון
מה זאת?
פרייטאג נובמבר 09, 2007 12:09 am
נעכטן פארנאכטס, ארום האלב זעקסע (25 מינוט צום צאת לפי שיטת רבינו תם) כאפ איך זיך אויף פונעם פאטעל און נעם זיך שפרייזן מיט א גאלאפ צום נאנטסטן שוהל (וואס איז אויך א 5-6 מינוט שפאציר), איך כאפ א בליק אויפן סעלפאון זיכער צו מאכן אז איך בין טאקע שפעט, מיט גרויס האפענונג צו כאפן דעם לעצטן מנין בעפאר אשרי שפאן איך מיט האסטיגע טריט איבעריאגנדיג אלע שחורים און שחור'טעס וועלכע קומען אהיים פון די ארבעט און ווערן פארלוירן אין די פינצטערע נאכט.
טראךךךךךך
א עקסידענט האט פאסירט. מיין רעכטע פיס האט זיך אנגעשטויסן אין א געגנשטאנד. איך האב עטוואס פארשטייטערט מיין גאלאפ זיך צו אריענטירן און באטראכטן דעם שאדן, באמערק איך שוין דעם ראחץ צוריקפאלן פונעם שטויס אין אהונטער וואס ער האט געכאפט פונעם 200 פונטיגן קרעמער.
בלייבט איבער צו קלערן: ווער וועט דאס לענגער געדענקן, איך אדער ער?
פרייטאג נובמבר 09, 2007 9:33 am
איך_הער האט געשריבן:כ'בין געווען מיטיינעם אויף א מיטינג אנליין, און יענעם'ס סקרין איז אנגעשטעלט אויף סענטרעל טיים, און צען צו זעקס אינאך געווען ביי אים'ען צען צו פינף, און איך האמעך פעסט איינגערעדט אז כאנאך א שעה צו מנחה, ביז מיין שכן צייגט מיר זיין סעלפאון זייגער, און כאניש געהאט קיין צוויי ברירות, כאניטאמאל געהאט צייט אריין צו גיין אינעם קרעטשמע ס'מעדרעש, נאר באלד צוגעגאנגען צום כותל, און געדאווענט מנחה בצימער, אדער ווי מאנכע רופן דאס געדאווענט בידידות.
כותל מזרחי איז דאך נישט קיין פראבלעם, וואס איז די דורכפאל?...
פרייטאג נובמבר 09, 2007 12:58 pm
טריאו, ביזט דאפלט אזוי זיס ווי דיין בילד...
פרייטאג נובמבר 09, 2007 4:00 pm
קרעמער, פעך פוי אוי יאך איך עקעל זיך פשוט פון ליינען דעם דורך פאל,
א גוטע קשיא ווער עט דאס לענגער געדענקען די ראץ אדער דו פון די בייגע ווייסעך טאקע נישט, אבער איך על עס זיכער געדענקען.
what a ratz
זונטאג נובמבר 11, 2007 12:42 pm
נעכטן אראפזעצנדיג זיך אויף א בענקל אינדרויסן פון די מסיבת הוויזוי הייסטעס, איז די בענקל נאס געווען. איי אידאס געווען א דורכפאל. איין מעלה האט עס געהאט, יאנאש האט דערויף געהאט וואו צו זיצן.
זונטאג ינואר 13, 2008 10:03 am
נעכטן נאכט - מוצשב"ק פר' בא - האט ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א געהאט א געזונטן "דורכפאל".
ער האט אנגעהויבן זיין שיעור אויף פ' בשלח, ער האט זייער שיין ארומגערעדט, א חלק פונעם ציבור איז איינגעשלאפן, ער האט אבער ווייטער גערעדט און גערעדט און גערעדט, ער האט גענדיגט די שירה, דערנאך פארציילט פון פרשת החמטן, ווען דער ציבור האט זיך אויפגעוועקט האט ער שוין געהאלטן אינמיטן פר' תרומה!!
פאסירט: אויפן I-POD, ביי מיר אין בעט.
זונטאג ינואר 13, 2008 10:11 am
פארוואס איז די עולם איינגעשלאפען?
זונטאג ינואר 13, 2008 10:52 am
זונטאג ינואר 13, 2008 10:58 am
איך האב הערשט יעצט געזען די לעצטע שורה.
יעצט פארשטיי איך.
זונטאג ינואר 13, 2008 6:23 pm
יגר'ל, גוט גוט.
זונטאג ינואר 13, 2008 8:12 pm
אוי איז דאס גוט!
איך האב שוין פיל מאל געהאט אזוילכע דורכפללער לעול"ע.
זונטאג ינואר 13, 2008 8:22 pm
איך אויך,
אבער נישט מיט ר' יוסף חיימ'ן נאר מיט ר' הערשל פרידמאן אדער מיט ר' נחומ'ן.
מאנטאג ינואר 14, 2008 5:20 pm
ביי נחום איז א פראבלעם נאכען מעסיטש איז דא א ריקארדינג ווי יעדער שנארכעצט אריין ארויף א פאר שעה
מאנטאג ינואר 14, 2008 5:21 pm
לא"ה
איך האלט אז ער זאל עס ארויף לייגען אויף די סיסטעם איין מאל!
מאנטאג ינואר 14, 2008 5:30 pm
כאכאכא חאחאחאחא
דינסטאג ינואר 15, 2008 11:16 am
כחכחכחחכחכחכחכחכחכחחכחכחכחחכחכחחכחחכחכחכחכחכחכחכחכחכח
אה, אנטשולדיגט! איך האלט מיר אינמיטן לערנען טייפען...
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 12:28 pm
איך האב אויף געמאכט א נייע אשכל און יאנאש האט מיר צוגעוויזען צו דער אשכל, לייג איך עס איבער דא און איך וועל באלד ליינען די דורכפעלער פון מיינע פרעדעסעסארס.
האט איר אמאל געהערט אדער געזאגט די פלגענדע ווערטער? "איך האב געהאט אזא דורכפאל!"
געווענטליך פאלגט איר נאך מיט עפעס א מעשה וואס איר האלט איז געווען א גרויסע פוטש.
על פי רוב זענען די מעשיות גאנץ אינטרעסאנט און אמאל לאכט מען זיך נאך אונטער אויף יענעמס דורכפאל.
איך מיין אז עס וואלט געווען א פיינע עצה צו מיטטיילען מיט די עולם דא ענקער פערזענליכע דורכפעלער למען ידעו דוריתיכם.
עני דורכפאל וואס איר האט געהאט מיט אייער חבר, באסס, ווייב, שווער/שוויגער, וכדו', זאלט איר דא שרייבען און מיר וועלען שוין מאכען צימעס פון עס.
היות איך האב נישט געהאט קיין גרויסער דורכפעלער לעצטענס וועל איך פארציילען א דורכפאל וואס איינער האט געהאט מיט מיר.
א באקאנטע האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט מיר ארויסהעלפען מיט סירטען ביזנעס פאפירען אויב איך וועל עפעס טון פאר אים, און זייט איך האב אים געטון די טובה דרייט ער זיך אויס פון מיר.
לעצטע דאנערשטאג טרעף איך אים ביי א חתונה זאגט ער מיר מיט די גאנצע ערענסטקייט אז ער איז געווען גאנץ זונטאג אין מיין געגענט און ער האט גערופען מיין אפיס און קיינער האט נישט אויף געהויבען, ווי אויך האט ער געטרייט מיין סעל און איך האב נישט אויף געהיבען. איך האב געוואוסט אז ער איז א שקרן אבער איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט אים ווייל איך דארף דאך אנקומען צו זיין טובה. זאג איך אים אז איך גיי אים רופען זונטאג אז איך וויל אריבער קומען אויף פיקען די פאםירען. "נאו פראבלעם" זאגט ער מיך.
זונטאג נאכט רוף איך אים אן זאגט ער מיר אז ער איז סארי אבער ער איז אין די קאנטרי און מען וועט קער נעמען דערפון אן אנדערס מאל. שוין, וואס קען מען טון? אבער אז איך בין שוין אין געגענט וועל איך אריין פאפען צו א וואך נאכט פון א באקאנטע. איך קום אריין דארט און איך זעה ווי יענער פון די "קאנטרי" זיצט אויסגעשפרייט אויף א טעלער גאלע און סאלאמי.
זיין פנים האט זיך געטוישט צו אזעלעכע קאלירען וואס איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געזען. ער איז מיט מיר אריבער געגאנגען ווי א טאטעלע צו זיין אפיס און ערלעדיגט די מעשה.
יעצט לאמיר הערען פון אנדערע.
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 1:03 pm
סאכדעס האט געשריבן:היינט צופרי איך רייט אזוי אריין אין אפיס מיט א פיינע פרישע קאווע אין די האנט, איך לייג דאס אראפ אויפן טיש איך מאך מיך באקוועם, און פאנג אן צו זיפן פון די קאווע נאר געוואר צו ווערן אז דאס איז נאך א נעכטיגע קאווע, און מיין פרישע קאווע ליגט אויף א צווייטע פלאץ.
איך דערמאן מיך יעצט, אז פאר אפאר טעג צוריק בין איך געווען זייער מיד אינמיטען ארבייטען, בין איך אריבער קיין סעווען עלעווען און זיך איינגעקויפט א 20 אונסיגער קאווע, אבער נישט סתם א קאווע נאר אן ענערדזשי קאווען. איך האב
נישט אריין געלייגט קיין צוקער ווייל איך בין געווען אויף א דייעט (יענע טאג/מינוט).
איך האב אראפ געלייגט די קאווע אויף די קאונטער און איך בין אריבער צו די פרידזש צו קויפען א כשר'ע טונא סענדוויטש. איך קום צום קאונטער באצאל און איך גיי ארויס. אין די גאס האב איך גענומען א זופ פון די קאווע און געפילט די געשמאקע
זיסע טעם.
יא! איך האב גענומען איינעם אנדערש'ס קאווע.!
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 1:10 pm
קרעמער האט געשריבן:דאס איז נאכנישט געפערליך דזשובוי;
איך האב נעכטן (יוה"ק) אינדערפרי געזען א איד שפאצירן אויפן גאס געמיטליך און רואיג מיט די שיינע שווארצע לעדערנע שיך!!!
איך האב אים געזען אריינגיין אין זיין שוהל, און נישט געוואלט שטיין און ווארטן ביז ער קומט ארויס א רויטער פון דארטן.
יאפ! כ'האב געהאט אן ענדליכס.
איך שטיי מיט מיין חבר אין בעסמעדרעש צום גדלי' אינדערפרי (מיר זענען געווען 15 יאר אלט). אינמיטע זאגט ער מיר, "דו ווייסט אז איך האב שוין געהאט א נוצען פון דעם אז עס איז נישט דא קיין ישיבה אויף צום גדלי', איך בין פריער אריבער צו מיין באבע און גענומען פון איר אפאר פון די געשמאקע קענדיס," און אזוי רעדענדיג נעמט ער איינס ארויס פון טאש און פאקט עס אריין אין מויל.
עס האט אים גענומען א מינוט צו כאפען פארוואס איך קוק אים אן מיט אזעלעכע גרויסע אויגן.
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:04 pm
ביי אונז אין חדר (כיתה ט') איז געווען א בחור ל"ע נישט מיט אלעמען, האט ער תשעה באב ביינאכט נאך די קינות - נישט מער אדער ווייניגער - אויסגעפאסט אויף א זעקל פאטעיטא טשיפס. ער האט זיך פארענטפערט אז עס האט אים אנגעכאפט א חולשה...