בלאט 5 פון 36

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 8:18 pm
דורך סאכדעס
מאשיקע וואסידען א מפקא נינה?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:28 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:ניין ליידער.


ברוך השם. (נאר דוירך דעם איז ארויס געקומען א מעכטיגע ארטיקל.)

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 10:36 am
דורך Jewboy
מיר האבן געמאכט א קעיק, און פון די שניי האבן מיר געגעבן צו לעקן פארן קינד, און זי מאכט א ביטערן פנים,
האבן מיר זיך געוואונדערט פשט דערפון, ס'רעבעצן האט אויך געגעבן א לעק די אייער שניי, און שפירט זאלץ אנשטאט צוקער.
די גאנצע קעיק האבמער געדארפט איבער מאכן ווייל אלעס ווי סיהאט געדארפט זיין צוקער איז געווען זאלץ,
זעצט אייך פאר.
די צווייטע קעיק האב איך שוין געמאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 5:25 pm
דורך קרעמער
דאס קליינטשיגע איז א מבינ'טע!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 9:08 pm
דורך איך_הער
אז מ'האט אזא טאטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2007 12:49 pm
דורך יעקב אלי בראך
איך האב געהאט איינס און אזוינס, אזוי כ'העל עס געדענקן לאנג טיים. איז דא דא א תקנה אז מ'מוז ארויסשרייבן וואס ס'איז געווען? עהה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2007 12:57 pm
דורך א אידעלע
אוודאי. (שטייצעך מ'קען טוישען געוויסע פרטים, אויב נויטיג).

גאר א שטארקע דורכפאל פארדינט א באזונדערן אשכול (לענ"ד)...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2007 1:07 pm
דורך מיללער
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:איך האב געהאט איינס און אזוינס, אזוי כ'העל עס געדענקן לאנג טיים. איז דא דא א תקנה אז מ'מוז ארויסשרייבן וואס ס'איז געווען? עהה


ברויכסט שוין גארנישט שרייבן, וואט עי פלאפ, המקום ימלא חסרונך.

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 22, 2007 10:20 pm
דורך קרעמער
האלאו, ווער ביסטו (מיללער)?

איך וויל אז ק'וועליע זאל ארויסשרייבן זיין דורכפאל 'לאק סטאק און בערל', כדי מיר זאלן זיך קענען אפלערנען וואס 'נישט' צו טאן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 12:13 am
דורך Jewboy
ערב יו"כ דורכפאל.
כ'האב אנגעטוהן די ט' באב שיך, אנשטאט די יו"כ שיך.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 12:47 am
דורך לאקשען ברעט
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

גוט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 11:41 am
דורך קרעמער
דאס איז נאכנישט געפערליך דזשובוי;

איך האב נעכטן (יוה"ק) אינדערפרי געזען א איד שפאצירן אויפן גאס געמיטליך און רואיג מיט די שיינע שווארצע לעדערנע שיך!!!

איך האב אים געזען אריינגיין אין זיין שוהל, און נישט געוואלט שטיין און ווארטן ביז ער קומט ארויס א רויטער פון דארטן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 12:44 pm
דורך סאכדעס
קען זיין ער איז געגאנען צווישן גוים,?????

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 1:19 pm
דורך לחיים ולברכה
אין בעד. סטיי. איז פארהאן גוים????

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 1:34 pm
דורך דרך אגב
יענעם'ס דורכפאל מעג מען אויך שרייבן?

(יענער איז א מעמבער דא)

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 5:05 pm
דורך קרעמער
יענעם'ס דורכפאל? אויב שרייבסטו נישט קיין נאמען אדער ניק - גאו אהעד.

--
סאכדעס;

יענער האט שפאצירט אין אלט וויליאמסבורג.

לחיים-ולברכה;

איך ווייס נישט (איך קוק נישט..)

אגב, דאס באלאנגט אפשר אין ידיעות התורה פארום: די היתר פון גיין מיט שיך צווישן גוים שטייט ביי יום כיפור אויכעד? אדער נאר ביי תשעה באב.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 5:30 pm
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:האלאו, ווער ביסטו (מיללער)?.


קרעמער,

ס'באלאנגט און די "פרעגט און פארענטפערט" אפטיילונג, בבחינת הוא מותיב והוה מפרק (איי ס'איז נישט דא אזא אפטיילונג, נא גא-אהעד און שאף איינס)

ווער איך בין? מיללער!
האסט שוין אמאל געהערט פון מיר? ניין, אקעי. בין איך דיר מוחל נאך פאר סוכות אז זאלסט עס קענען צולייגן צו די זכיות ביי ראשון לחשבון עוונות.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 5:50 pm
דורך פרשנדתא
קרעמער האט געשריבן:אגב, דאס באלאנגט אפשר אין ידיעות התורה פארום: די היתר פון גיין מיט שיך צווישן גוים שטייט ביי יום כיפור אויכעד? אדער נאר ביי תשעה באב.


כ'קען נישט די הלכה פון אינעווייניג (אונז זעמיר נישט אנגעקומען ביז אהין אין מטה אפרים), אבער בעיני ראיתי ווען כ'בין אמאל געווען אויף יו"כ - צוליעב פארשידענע סיבות - אין א גויאישע שטאט, האב איך געזעהן א גרויסע תלמיד חכם קומען אין ביהמ"ד מיט די שיך, און תיכף ביים אריינקומען האט ער דאס אויסגעטוהן.

שוב נזכרתי אז די מעשה איז געווען אביסל אנדערש. זיין יו"כ שיך האט זיך צוריסן... און ער האט נישט געוואלט גיין מיט די זאקן אויף די גאס ווייל ס'איז א גוי'אישע שטאט, ע"כ איז ער געגאנגן מיט די שיך.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2007 7:03 pm
דורך קרעמער
הער אויס, אויב די שיך איז צוריסן, גלייב איך אז עס איז פשוט א סכנה צו גיין מיט די זאקן אויפן גאס, מען קען דאך ערנסט צו'מזיק'ט ווערן פון די גלאז (ביי בעדפארד צווישן פארק און פלאשינג) אדער די רויע פעך (לענגאויס בעדפארד, ביים גרעניץ צווישן אלט און ניי וויליאמסבורג [נישט די ברוינפן]), קען מען אפשר מקיל זיין צו גיין מיט שיך (פרעג א מורה הוראה).

יענעם איד האב איך אבער דן געווען לכף זכות אז ער האט פשוט פארגעסן אז עס איז יום כיפור, און איך האב געהאט סמוכין דערצו (ווייל ער האט אויך געטראגן א בעג - דא לאכט מען).

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2007 10:10 am
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:אגב, דאס באלאנגט אפשר אין ידיעות התורה פארום: די היתר פון גיין מיט שיך צווישן גוים שטייט ביי יום כיפור אויכעד? אדער נאר ביי תשעה באב.


היינט האב איך בעזהשי"ת געטראפן א מטה אפרים נעבן מיין דאווען ארט אין שוהל, און מיינע אויגן זענען באלד געפאלן אויף דעם סימן וואו ער דערט פון די עינוי פון נעילת סנדל, האב איך טאקע געזען אז ער שרייבט קלארע רייד: אפילו די וואס וואוינען צווישן גוים און תשעה באב זענען זיי מקיל צו גיין מיט לעדערנע שיך צוליב חשש אז די גוים וועלן לאכן פון אים, יום כיפור וואס דער איסור איז מדאורייתא זאל מען דאס נישט טאן!

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2007 3:07 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, וואלט דאס געווען אין ידיעות התורה, העט איך ווען דיר נישט געפרעגט ס'שאלה, כ'אבעס נאר געפרעגט בדערעך לאצע....

איז אזוי, דער דורכפאל מיינער איז אז כאבעס געפרעגט אינ'ם דורכפעלער אשכול.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 2:24 pm
דורך abimlaibt
היינט האב איך געפרעגט אזאך, וואס איז נישט געווען געהעריג צו די זאך, וואט עי דורכפאל.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 30, 2007 4:57 pm
דורך איך_הער
און אז ביי הלל האסטו שוין געהעריג מיטגעהאלטן מיטן ציבור, איז נישט קיין ערענסטע דוירכפאל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 01, 2007 11:29 am
דורך abimlaibt
נו גילוי?
אהה עס איז געווען א פילע מקוה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:32 pm
דורך קרעמער
איך עפן אויף דעם דעקל פונעם טעפל נאך 12 מינוט, צו באמערקן אז דער סלייס פיצא איז עטוואס אנדערש אין אויסזעהן ווי דאס וואס איך בין געוואוינט צו זען נאכן אנווארעמען א פארפרוירענע פיצא. איך באטראכט עס איינמאל און נאכאמאל... פארוואס איז דאס אזוי גלאטיג? נישטא קיין קעז דערויף???

א מינוט דערויף כאפ איך זיך אז עס האט זיך געבראטן מיטן פנים אראפ...

..........
יעצט נאכן עסן קען איך אייך זאגן אז דאס באלאנגט גאר אינעם סוקסעס אשכול! לויט דעם גוטן טעם דערפון, וועל איך שוין עמטליך אנווארימען די פיצא מיטן קעז אויף ארונטער.