דורכפעלער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג יולי 28, 2011 1:37 pm

מאשקע האט געשריבן:דו רעדסט פון חיים גרין?

אדער ארי שווארטץ.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג יולי 28, 2011 8:51 pm

גימעל האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:דו רעדסט פון חיים גרין?

אדער ארי שווארטץ.


וואאאאאאאס???? מען זעהט מיין נאמען דארט??

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יולי 28, 2011 9:11 pm

שוין לאנג געוואלט זיך באקענען מיט דיר רב ווערעלע. ענדליך הערט מען א נאמען, גראדע א היימישע. עפעס קרובים מיט די פעקל 'שווארץ' פאטעיטא צ'יפ וואס איך האב נארוואס פארלענדט?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג יולי 28, 2011 9:18 pm

נישט קיין קרוב מיט דעם נייעם ניק (גראפיק דעזיינער) יואל שווארטץ (ער ספעלט עס מיט א 'ט')

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג יולי 28, 2011 9:29 pm

א מיאוס'ער דורכפאל געהאט היינט אויף דער עלטער. כ'בין געווען פארטיפט אין די געדאנקען . און אנגעטוהן אזוי פארקלאצטערהייט, די תפילין אויף די קאפ און די פיס. בעת מיין טלית איז נאך געליגן שיין צוזאמגעפאלד אויף מיינע אקסלען ...אוי האט דער עולם געלאכט!! און איך בבושת פנים האב מיך פלינק רויטערהייט איינגעהילט אינעם טלית, ראשו ורבו , און שוין גבליבן אזוי ביז נאך עלינו...
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 28, 2011 9:36 pm

פעדער כאנישט געוויסט אז דו אליין קענסט אויך האבן דורכפעלער...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 3:07 pm

פאר זיינע אייגענע באגנוגט ער זיך מיט א קליין תגובה'לע, אן אנדערעמ'ס, קומט אן אשכול.

אוועטאר
זאפטיג
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 4:57 pm

תגובהדורך זאפטיג » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 4:28 pm

אזאנס דורכפאל, מיין לענדלאר נישט מער געדאכט וואוינט מחוץ לעיר און איך דארף אים אריינשיקן די געלט אויף פאסט, היינט האט זיך געמאכט די מעשה אז קיין געלט איז נישט דא ופטור בלי כלום אפשר האב איך אריין געשיקט א ליידיגן ענוועלאפ, און ביז א טאג צוויי וועט איינער קומען דא אין קרעטשמע מיט א שמחה אז זיין טענענט האט געהאט א דורכפאל זאלט איר אלע וויסען אז דיר איז מיין לענדלער...

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 5:25 pm

דו רעדסט פון א דורכפאל וואס דיין לענדלארד וועט האבן?
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 5:47 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:דו רעדסט פון א דורכפאל וואס דיין לענדלארד וועט האבן?

יא, האסט נישט געזען?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:11 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:דו רעדסט פון א דורכפאל וואס דיין לענדלארד וועט האבן?

זעסטו . אויף דעם קומט אן אשכול..

כ'טרעף מיין אינגל נעכטן אין ביהמ"ד שפעט. פרעג איך אים. וואס טוהסטו דא אזוי שפעט פארוואס ביסטו נאכנישט אינדעהיים?
זאגט ער מיר "מיין רבי האט געזאגט היינט אס'איז א ענין צו דאווענען מיט א מנין"!..."וואס האב איך מיט דיין רבי?" זאג איך אים דו ביסט נאך א אינגל, דאווען אינדערהיים!..... ווי נאר כ'הייב מיך אויף דעם קאפ, מערק איך זיין מלמד, דורך שפאצירן רויטערהייט!!! אזא בושה..
וואס העט ער טראכטן? דער טאטע, העצט געגן מיר?! ער בונטעוועט?! און ווען מיין אינגל וועט צומארגנס קומען שפעט ? וועט ער טראכטן אז כ'האב אים צוגעבינדן מיט א גראבע 24 גארטל . און נישט ארויסגעלאזט ביז א האלבע שעה . נאר אים אפצוטוהן??!!
ווער ווייסט צו ער העט אים חלילה צאמפראסקענען אלס נקמה?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:30 am

ער לייענט דאך דאויך, א דורכפאל בתוך דורכפאל....

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:18 pm

הא הא...קול מבשר האט היינט געזאגט. "נאך א וואך פון פאליטישע "צאנקערייען" אנשטאט "אמפערייען"!
צו ווייסט איינער א מקור?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:20 pm

דאס זוכן האט נאר אפירגעקראצט איין זאך: צאנקעריי...
לעצט פאראכטן דורך moshele11211 אום דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:23 pm

באמת טראכט איך יעצט, אז אולי קען עס פארט מיינען זיך "געשלאגן" אזוי ווי דער לעכטל שלאגט זיך אויף זיין פלעמעלע, צו בלייבן אנגעצינדן!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 8:05 pm

לעצט מינוטיגע פארמיטענע דורכפעלער מעג מען אויך דא באשרייבן?

היינט צופרי האב איך אריינשפאצירט אין שויער רום אין די מקוה גרייטענדיג זיך צו נעמען א ווארעמע שויער, אבער איך האב זיך ב"ה געכאפט אין די לעצטע רגע, און שנעל אפגעפיצט אין בור הטבילה אריין.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 8:12 pm

בערך אזוי ווי באגי מען

היינט גענימען א זייף, אבער שנעל באמערקט אז די שויער שטוב איז טינקל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:10 pm

יא יא אויך בערך אזוי : געקויפט ביים מקוה איד די ברוינפן קאפ מיט שעמפוי (לעצטע סטייל) און דער וואקט אריין אין מקוה מיט עס.... נו מן הסתם איז אים אויך געווארן טינקל דארט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 12:13 am

פעדער האט געשריבן:
שאלת_חכם האט געשריבן:דו רעדסט פון א דורכפאל וואס דיין לענדלארד וועט האבן?

זעסטו . אויף דעם קומט אן אשכול..

כ'טרעף מיין אינגל נעכטן אין ביהמ"ד שפעט. פרעג איך אים. וואס טוהסטו דא אזוי שפעט פארוואס ביסטו נאכנישט אינדעהיים?
זאגט ער מיר "מיין רבי האט געזאגט היינט אס'איז א ענין צו דאווענען מיט א מנין"!..."וואס האב איך מיט דיין רבי?" זאג איך אים דו ביסט נאך א אינגל, דאווען אינדערהיים!..... ווי נאר כ'הייב מיך אויף דעם קאפ, מערק איך זיין מלמד, דורך שפאצירן רויטערהייט!!! אזא בושה..
וואס העט ער טראכטן? דער טאטע, העצט געגן מיר?! ער בונטעוועט?! און ווען מיין אינגל וועט צומארגנס קומען שפעט ? וועט ער טראכטן אז כ'האב אים צוגעבינדן מיט א גראבע 24 גארטל . און נישט ארויסגעלאזט ביז א האלבע שעה . נאר אים אפצוטוהן??!!
ווער ווייסט צו ער העט אים חלילה צאמפראסקענען אלס נקמה?

דער דורכפאל אז דער מלמד האט דארכגעוואקט איז גארנישט קעגן דעם דורכפאל פון אזא הנהגה
אבער עס איז דאך נאר א דזשאוק, פעדער פירט זיך נישט צו שרייבן עכטע מעשיות
אבער טאמער האט עטס באמערקט, האט פעדער עס נישט צולייגט מיט זאפט, ווייל אזא מעשה קען אן ערליכע איד נישט צולייגען מיט זאפט, ווייל עס ציפט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:01 pm

צו האט איר שוין אמאל געהאט אזא פאל
נאכן לייגן דעם של יד זאל מען אוועקשפאצירן גענצליך פארגעסנדיג פונעם של ראש?

צו יא צו נישט - איך האב דאס היינט געהאט
בזיונות פונעם ערשטן קלאס!!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:43 pm

אוטש

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:58 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:צו האט איר שוין אמאל געהאט אזא פאל
נאכן לייגן דעם של יד זאל מען אוועקשפאצירן גענצליך פארגעסנדיג פונעם של ראש?

צו יא צו נישט - איך האב דאס היינט געהאט
בזיונות פונעם ערשטן קלאס!!!


נישט א יעדער ברויך וויסן אז איר האלט פארן דאווענען איר קענט גאר האלטן נאכן דאווענען ביים אויסטוען די תפילין, און איר האט שוין אויסגעטוהן דעם של ראש נאכנישט דעם של יד, גארנישט אזא גרויסן דורכפאל ווי איר מאכט דאס
א חוץ אז אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, און אויפן דורכגעפאלענעם ברענט דאס פנים............

אבער אני הקטן האט געהאט א דורכפאל גאר ביים אויסטוען, אז איך האב אויסגעטוהן דעם של יד פארן של ראש און נאכדעם זיך ארויסגעלאזט אויף אייער שפאציר מיטן של ראש אויפן קאפ אנע של יד.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 4:00 pm

ביזט גערעכט אז אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אבער דאס איז טאקע נאר אין אזא פאל ווען ער האט נאכנישט אנגעטון דעם של ראש און ער האט נאך מעגליך דעם הוט אויפ'ן קאפ (אויב ער איז א בחור), משא"כ אין דיין פאל - שעמען לאמיר - האסטו ניטאמאל געהאט א הוט וואס זאל ברענען, ווייל האסט דאך נאך אנגעהאט דעם של ראש...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 4:02 pm

מאשקע האט געשריבן:ביזט גערעכט אז אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אבער דאס איז טאקע נאר אין אזא פאל ווען ער האט נאכנישט אנגעטון דעם של ראש און ער האט נאך מעגליך דעם הוט אויפ'ן קאפ (אויב ער איז א בחור), משא"כ אין דיין פאל - שעמען לאמיר - האסטו ניטאמאל געהאט א הוט וואס זאל ברענען, ווייל האסט דאך נאך אנגעהאט דעם של ראש...


;l;p-
גוט גוט,,,
מיינע מילצן טוען מיר נאך וויי.........
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נו,,,,,,,,,,, אין די ניין טעג ?????????

שארפער21
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2011 2:22 pm

תגובהדורך שארפער21 » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 4:21 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:צו האט איר שוין אמאל געהאט אזא פאל
נאכן לייגן דעם של יד זאל מען אוועקשפאצירן גענצליך פארגעסנדיג פונעם של ראש?

צו יא צו נישט - איך האב דאס היינט געהאט
בזיונות פונעם ערשטן קלאס!!!


יוששש אידעס גוט טטטט!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 9 געסט