בלאט 2 פון 11

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:00 pm
דורך הענדימען
כאפצעם האט געשריבן:איבערן גרויסן ערווארטעטן האריקעין נעבן די קאראליינעס:

עס קומט אסאך וואסער, זייער זייער נאס!
(טראמפ - סעפטעמבער 11 18׳)

טאקע נישט אזוי אבסורד ווי פאר דו האסטעס פארראכטן אבער נאכאלץ מיסליעדינג

טאמער קוקן אלע זיינע דבדי פקחות אזוי אויס איז דער אשכול בכלל נישט אינטערסאנט. ביידען'ס געפס זענען געווען סאאאאאך בעסער

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:10 pm
דורך דממה דקה
This is a tough hurricane, one of the wettest we' ve ever seen from the standpoint of water

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:44 am
דורך כאפצעם
פרישע דברי פקחות:

In less than two years, my administration has accomplished more than almost any administration in
the history of our country


כאן ילכחו כל העולם כולו:

America’s — so true. (Laughter.) Didn’t expect that reaction, but that’s okay. (Laughter and applause

נו, ער זאגט ער האט נישט עקספעקטעט מען זאל לאכן פון אים, מיט רעכט, ער ווייסט נאר וואס ער הערט געווענליך אין זיין פאקס ניוז באבל אז ער איז די בעסטע און שענסטע און קלוגסטע זאך וואס פלאנעט ערד האט נאר פראדוצירט.

שטעלט זיך אבער ארויס אז ווען מ'קומט ארויס צום ריעל ווארלד ווערט מען געפעיסד מיט רעאליטי.. און אין די וועלט איז ער עקטשועלי דאס געלעכטער אין שטאט;

זעהנדיג א פרעזידענט וואס זיין אייגענע אדמיניסטראציע סטראטאגירט וויאזוי פטור צו ווערן פון אים.. איינגעשטעלטע קומען און פליען.. ער איז אונטער אויספארשונג דורך זיין אייגענע זשאסטעץ דעפארטמענט.. גייט אן צוויי יאר מיט סטראשונקעס און גלאנציגע סאמיטן צו שליכטן די נארט קאריער נוקליער זאפאסן אבער דער קימל מאכט דאס גענאר פונעם.. ער שיקט סטראשעס און סאנקציעס קיין טערקיי אבער די חברה איגנארירן אים כאילו לא היה.. דער רוסישער פוטין פארציילט אים אז ס'איז קיין מעדלינג געווען און ער זאגט עס איבער אין פובליק מיטן פולסטן תמימות, דערקלערט אז פוטין האט אים פערזענליך שארף געלייקענט.. ער שניידט דאס גאנצע הילפס פעקל קיין פאלעסטינע אבער די חברה באווייזן זיך נישט, און די מיטל מזרח "פיעס דיעל אוו דע סענטארי" בלייבט אין די פאנטאזיע ביכער.. ער טאריפט טשיינע עד הסוף אבער די חברה רירן זיך קיין כי הוא זה.. ער שרייט און ווארענט "אפעק" צו העכערן די סופליי אבער די חברה פארן ווייטער ווי נישט זיי מיינט מען און אויל פרייזן סקיי ראקעטן..

אינדערהיים איז ער קיין קלענערע שלימזל.. זיין סיגנוטשער קאמפיין אישו דער מעקסיקאנער וואנט איז ליידער נאך ביים מלאך החלומות.. זיין ריזיגע קאמפיין פארשפרעך פון ריפיעלן אבאמאקעיר איז ליידער מיאוס דורכגעפאלן.. זיין ריזיגע קאמפיין אישו פון די טריליאן דאלארדיגע אינפערסטרוקטור איז ערגעצוואו פארהאנקערט.. זיינע אנקעטעס זענען אין דר'ערד.. זיין פארטיי ליידט מאסיווע פארלוסטן.. פארשעמנדע ביכער ערשיינען ווי שוועמל נאך א רעגן און ווערן צעכאפט דורך די מאסן.. דער "זשאבס פרעזידענט" שטעלט גאר צו ווייניגער זשאבס ווי זיין פארגייער אבאמא.. זיין ערשטע גרויסע נאטירליכע דיזעסטער טעסט אלס פרעזידענט גייט ארויף אין פלאמען נאך 3,000 טויטע אין פארטא ריקאו.. אן אדמיניסטראציע אין קאמפליעט כאאס.. יעדע פאר מנוט אין דעמעדזש קאנטראל איבער א צווייטע סקאנדאל..

נאכדעם וואונדערט ער זיך ווי די וועלט לאכט.. "איי דידנט עקספעקט דעט"..

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:51 am
דורך מטעמים
און די עקאנמיע בומט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:57 am
דורך וויכטיג מאכער
האלטן מיר שוין אויף א וועג, אמאל וואלט דאס געליגן אין די ליגענט אשכול, יעצט איז יעדער מודה אז סיניש קיין ליגענט...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 7:48 pm
דורך כאפצעם
פרישע דברי פקחות:

"קיינער האט נישט גערעדט פון א 2 שטאטן מיטל מזרח פלאן בעפאר מיר, עס איז געווען א גרויסע זאך דאס ארויסצולייגן".

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:09 pm
דורך שמשון הגיבור

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:56 pm
דורך כאפצעם
פראגע: גייסטו פייערן ראד ראזענשטיין?

טראמפ: "איך האב געהאט א גוטע שמועס מיט אים, ער זאגט ער האט די זאכן נישט געזאגט, ער גלייבט עס נישט. איך וואלט אים ווייטער געהאלטן".

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:48 pm
דורך כאפצעם
"מיר [טראמפ און קים יאנג און] זענען געווען גאר שטרענג איינער מיטן צווייטן, און דאן האט ער מיר אנגעהויבן שרייבן הערליכע בריוון און מיר זענען געווארן הארץ פריינט, אמת'דיגע הארץ פריינט".

(דאנעלד טראמפ - סעפטעמבער 29 2018)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:26 am
דורך צל עובר
מטעמים האט געשריבן:ערגעץ האב איך געהערט אז די נאמבער דריי טויזענט איז נישט אמת, 975 מענטשען רעכענען זיי אלס א טייל פון די האריקעין, ווייל עס איז געשטארבען מיט 975 מער מענטשען די יאר ווי א יאר בעפאר און זיי טראכטען אז עס האט צו טוהן מיט די האריקעין אבער עס גיז נישט דא קיין עווידענס דערויף.

וויאזויס די נאמבער זאל נאר נישט זיין, בלייבט עס נאכאלס איבער אלס א גרויסע שאנדע פאר די טראמפ אדמיניסטראציע, עס איז געוועהן זייער א שוואכע רעספאנס וואס וואלט געקענט ווערן באהאנדעלט סך בעסער.

בינעך נישט זיכער אז מען וואלט געקענט טון א גוטע ארבעט אין די חרובע אינזל, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די טיפשות צו זאגן אז עס איז געווען פון די בעסטע רעספאנסעס עווער.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:30 am
דורך צל עובר
כאפצעם האט געשריבן:"מיר [טראמפ און קים יאנג און] זענען געווען גאר שטרענג איינער מיטן צווייטן, און דאן האט ער מיר אנגעהויבן שרייבן הערליכע בריוון און מיר זענען געווארן הארץ פריינט, אמת'דיגע הארץ פריינט".

(דאנעלד טראמפ - סעפטעמבער 29 2018)

דאס איז שרעקעדיג אז דאס איז היינט שוין די סטענדערט אז עס ווערט ניטאמאל קיין מצב אז דער "אמעריקאנער פרעזידענט" האט געזאגט "איי פעל אין לאוו" מיט דעם בלוטיגן רוצח "קים יאנג אן".

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:33 am
דורך Think and Thank
יעפ. זינט אבאמא'ס זיך האלזן מיט די אפריקאנע מערדערישע דיקטאטורן און זיי באערן מיט שטאטליכע אויפנאמעס אין ווייסן הויז, איז עס געווארן די נארמע.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:57 am
דורך צל עובר
אויב דו מיינסט מאנדעלא, ליידער הייסט ער א הירא אין די וועלט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:59 am
דורך טשאדעלע באדעלע
צל עובר האט געשריבן:אויב דו מיינסט מאנדעלא, ליידער הייסט ער א הירא אין די וועלט.

וואט אבאוט קיאבע?

דארט האט אבאמא געזאגט אז אמעריקא איז ״ריאליסטיש״.. און אויב סאנקציעס ארבעטן נישט, הויבט מען די הענט און מ׳לעבט ווי גוטע פריינד.

קענסט עס אויפטשעקן, ס׳איז גראדע דאן נישט געווען קיין פקחות אשכולות..

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:03 am
דורך צל עובר
ראול קאסטרא גייט בכלל נישט אריין אין דעם גדר פון קים יאנג אן, אבאמעס עבירה דארט איז געווען, זיך לעקן צו אמעריקעס שונאים, נישט אלס רוצח.

ער רעדט פון אפריקאנער, קען זיין אז עס איז אויך געווען אנדערע, אבער מיט מאנדעלא איז עס ליידער נארמאל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:04 am
דורך צל עובר
מסתמא רעדט ער פון אנדערע, און עס קומט זיך טאקע פעטש פאר אבאמע, אבער דאס אלעס איז נאך אלץ נישט, פעל אין לאוו, מיט קים יאנג אן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:14 am
דורך טשאדעלע באדעלע
טראמפ האצעך נישט געביקט פאר קים. ס׳איז שוין דורך באלד א גאנצע יאר און קיין איין מיסל איז נישט געפלויגן. סאקסעס!

אמעריקא האט אים נאכנישט נאכגעגעבן גארנישט מער ווי א בילד מיט טראמפ, אפילו די מיליטערי עקסערסייז אויף וואס די דעמעקראטן האבן אזוי געוויינט איז שוין פולי צוריקגעשטעלט. סאקסעס.

קים בעט זיך, פליז פליז ריליעס די סאנקציעס, כ׳זאג דיר צו כ׳זאג דיר צו.. און די מין טיים זאגט טראמפ ״איי לאו יא״... סאקסעס!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:24 am
דורך צל עובר
איך עגרי אז עס איז א סוקסעס, דאס אליינס אז קים שיסט נישט, ווער רעדט נאך אז ער מאכט נישט קיין טעסטס.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:19 pm
דורך כאפצעם
פראגע: מר. פרעזידענט, וואס איז דיין שאצונג איבער דיינע שאנסן אין די בעפארשטייענדע מידטורמס?

טראמפ: די עדווענטידזש וואס אונז האבן מיר איז אז איך בין גראדע א גאר פאפולערער פרעזידענט, מענטשן האבן דאס נישט ליב צו מודה זיין, ווייסטעך.

(דאנעלד טראמפ - סעפטעמבער 2018)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:02 pm
דורך כאפצעם
"מיר זענען די וואס באשיצן פרי עקזיסטינג קאנדישענס, געוויסע דעמאקראטן רעדן פון ענדיגן קאווערידזש פאר פרי עקזיסטינג קאנדישאנס"

(דאנעלד טראמפ - 2018)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:10 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
בעלאנגט נישט אין די אשכול

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:18 pm
דורך Think and Thank
וואס גייט דיר אן וואס יענער טוט ביי זיך אין דיינינג רום?...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:54 am
דורך פארשער
@realDonaldTrump
The paid D.C. protesters are now ready to REALLY protest because they haven’t gotten their checks - in other words, they
weren’t paid! Screamers in Congress, and outside, were far too obvious - less professional than anticipated by those paying (or not paying) the bills!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:03 am
דורך צל עובר
כאילו וואשינגטאן איז נישט א וויסט ליבעראלע שטאט.

עקסטער איזעס נאך די עסטעבלישמענט ממילא אנטי טראמפ. אין קיין איין "קאונטי" האט טראמפ נישט באקומען א קלענערע פראצענט ווי אין די דיסטריקט אוו קאלאמביע.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 3:46 am
דורך Potus
פארוואס זענען די פאולס אזוי שוואך פאר די רופאבליקאנער ווייל טראמפ סופארטערס האקן אראפ די פאון פאר אנקעטעס