Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זכרתי ימים מקדם

זונטאג פבואר 17, 2008 10:40 pm

בס"ד

לכבוד מיינע טייערע חבירים דא אינעם קרעטשמע
די לעכטיגע ווינקעל וואס שיינט ארויס פין צווישען די שווארצע וואלקענעס פינעם אינטערנעט
אזוי ווי לעצטענס האביך מיר ווייניג געדרייט דא ווייל לעצטענס דריי איך זיך ווייניג אויף די ליניעס פינעם אינטערנעט,

אבער דערמאנענדיג זיך פין מיינע חבירים דא אינעם קרעטשמע, האביך גענומען די פענע אין האנט אין אנגעהויבען צי
שרייבען נישט וויסענדיג פונקטליך וואס כ'וועל שרייבען , זיך פארלאזענדיג אויף מיינע הענט אז עס וועט שרייבען
עפעס מענין לענין באותו ענין , איז ביז דא איז געווען די הקדמה,
אין כ'וויל נישט מאכען קיין צי לאנגע הקדמה , ווייל כ'וויל נישט גיין קאמפעטישען מיט מיין פריינד "איך הער"
וואס ער האט די מאנאפאל אויף הקדמות דא אין די קרעטשמע , אבער אויף א קליינע הקדמה גלייב איך נישט אז ער וועט ברוגז זיין ,
נאכען זיך ווייניג געפינען צווישען די ווענט דא , קומט מיר אויף אויף די געדאנקען מיינע ערשטע צייטען דא אין די
קרעטשמע, ווען איך האב דא אריין געוואנדערט אנגעטוהן מיט א אנדערען ניק , אין ווער עס געדענקט געדענקט די
די שטורמישע צייטען דאן , ס'האט זיך דאן געעפנט בתי מדרשים , מקואות, ביזנעסער, ס'געווען קול קורא'ס מיט מוחאות
ס'געווען טישען אויף בענק,
כ'האב זיך דאן באקענט מיטען חשובען מייסד "קרעמער" , אין מיט די מנהלים "יאנאש" אין "טריאו" , אין אזוי אויך מיט "איך הער" אין מיט מאשקע וואס איז נאך דאן געזעצען ביים געהעריגען קאמפיוטער אין אנגעפירט מיטען קרעטשמע סדר היום ,
כ'דערמאן זיך יעצט אין איינע פין די מוצאי שבתים אין די ערשטע צייטען פין מיין מיטגלידערשאפט אינעם קרעטשמע
איז געווען עפעס אזא קאנפרענץ קאל פין די חברי הקרעטשמע , וואס דאכט זיך אז יאנאש האט מיר אנגעריפען אין כ'האב זיך איינגעהערט צי די קולות אין ס'איז געווען היבש אינטערעסאנט צי הערען די קולותוואס באהאלטען זיך אינטער די מאדנע ניקס,
אין אזוי לויפען מיינע געדאנקען ווייטער אין די טיפע קעמערלעך פין מיין מוח אין ברענגען אויףאלטע זכרונות
פין פארלאפענע צייטען, כ'דערמאן זיךיעצט די צייטען ווען קרעמער פלעגט נאך זיצען מיט זיין רויטען פידעל,
לאנג איז דער פידעל שטילערהייט געזיצען אינטער זיין ניק ביז איין טאג איזער פארשוואונדען געווארען אן צי איבער לאזען שפירען נאך זיך,
יעצט לויפט מיר אדורעך אין די געדאנקען מיינע באגעגענישען מיט "יאנאש" צים ערשטען מאל דארט אינטערען פרייען הימל ווען אויפען טאראסע שטייט "אבי מ'לעבט" ,
כ'דערמאן זיך יעצט אז "לחיים ולברכה" האב איך שוין אויך געהאט די געלעגענהייט צי באגעגענען אויף די גאסען פין א גרויסע שטאט אין אמעריקע ווען כ'בין געווען אינטערוועגענס,
יא כ'לאז מיינע געדאנקען שפרייזען פריי , די ערשטע צייטען ווען כ'בין נאך נישט געווען געוואוינט צי דעם קרעטשמע שפראך האטעס מיר געקאסט אסאך שטארקע אויספלאצונגען ,
מאשקע איז דאן געווען פעסט אין די כלים , נאטורליך האט מען אויך געזעהן פין צייט צי צייט אין כ'דענק שוין נישט וועם נאך אבער כלם כאחד האבען מיר געשאפט א גרויסע הנאה ,
אין אזוי ווי כ'האב געזעהן אז "טריאו" בעט אז מען זאל אויסדריקען אז דאנק ווען מען האט הנאה , אין צירוק טראכטענדיג זעה איך אז כ'האב אסאך הנאה געהאט פין דעם ווינקעל
וויל איך טאקע אויסדריקען א הארציגען יישר כוח פאר אלע וואס האבען געהאט א חלק אין אויפבויען די זאך
אין פאר אלע וואס האבען א חלק אין אויפהאלטען די פלאץ
י י ש ר כ ו ח !!!
י י ש ר כ ו ח !!!
עס איז א ערליך געשמאק ווינקעל
זאל גא-ט אונז אלע בענטשען מיר זאלען אלע זוכה זיין צי בני ברוכי חיי ארוכי ומזוני רויחי , מיט אלעם גוטען
ביז מען וועט שוין זוכה זיין צי די גאנצע ישועה במהרה בימינו . אמן

Advertisement

זונטאג פבואר 17, 2008 10:47 pm

איך האף אז דאס איז בלויז דער פתיחה צו דיין צוריקקער (אויסער אויב דו האסט געפונען א פרנסה וואס איז נישט פארבינדן מיטן נעט, אשרי חלקך וחבלך), ווייל עס איז מיר כלל נישט גרינג דאס געדאנק זיך צו שיידן פון דיר מיט דיינע ניקס (וואלט דאס געווען א געזעגענונגס דרשה, גלייב איך אז דו וואלסט אויסגעגאסן דא א ליסטע פון דיינע חברים, כ'מיין ניקים... דאס איז מיין נחמה פורתא אז דו ביסט דא "טו סטעי" אי"ה).

זונטאג פבואר 17, 2008 10:49 pm

דאס איז אן אייגנארטיגע געלונגענע ארטיקל! לאקשן, מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר!

מאנטאג פבואר 18, 2008 8:04 am

זייער גוטע לאקשען ממש ספגעריס

מאנטאג פבואר 18, 2008 10:40 am

נייס דזאב לאקשי, און יא מיר געדענקן נאך אויך די בעיבי סטעפס וואס מיר האבן גענומען ביז מיר זענען אנגעקומען אהער.

און ווי שוין געזאגט פאר דיר אין גוגל, ווי אר מיסינג יו, פליז קאם מאר אפטן.

מאנטאג פבואר 18, 2008 11:08 am

לאקשן, ביזט איינגעלאדענט צו מיר אויף שבועות הבעל"ט...

מאנטאג פבואר 18, 2008 12:07 pm

יא יא, מיר ליגט נאך אויך אין די אוערן די קול פון לאקשן וואס איז געקומען צו מיר דורן יאנאש'ס סעלפאון, און ס'געווען דארנערטאג נאכט, נישט מוצאי שבת.

געווען אמאל גוטע צייטן (נישט אז יעצט איז נישט גוט, אבער אמאל איז אויך גוט געווען).

מאנטאג פבואר 18, 2008 5:04 pm

א סמעטענע

מאנטאג פבואר 18, 2008 11:43 pm

זכרתי לאקשן וניקאוו מקדם.
שרייב א תגובה

Advertisement