Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

צווייטע חבירים

מיטוואך פבואר 13, 2008 5:05 pm

קינדער, מארגן וועט זיין א סאבסוטוט, השמר והזהר אז איינער וועט זיין א מחוצף, גלייך נאכ'ן דאווענען זאל יעדער נעמען "צווייטע חברים" און איבער'חזר'ן די לאנגע אפוד רש"י...

Advertisement

מיטוואך פבואר 13, 2008 5:13 pm

חחחחחחחחחחחחחחחח
ארויסגעשלעפט א לאך פון מיין מויל שכח

מיטוואך פבואר 13, 2008 5:30 pm

זכרונות זכרונות זכרונות זכרונות

מיטוואך פבואר 13, 2008 6:03 pm

כאב נישט גיוויסט אז די ביסט א מלמד !!

מיטוואך פבואר 13, 2008 7:35 pm

און ווער ס'וועט נישט פאלגן, וועט זיצן מארגן ביי פרישטאג ביים "מאסף" טיש! ראה הזהרנוך!

מיטוואך פבואר 13, 2008 8:35 pm

מלמד: פייוויש (די "נעבאך" פון די כיתה, וואס זיצט אליינס אין די קארנער, און האט א חזקה צו כאפען מכות רצח טעגליך) דו האסט נישט אויפגעגעסן די סאפער נעכטן וואס דיין מאמע האט געגעבן, איך זעה עס אויף דיין שטערן! קום אהער און דו כאפסט צוויי געזונטע פעטש, מען דארף פאלגען וואס א מאמע און טאטע הייסען!!!

פייוויש: אמ... אמ... איך שטיי יעצט איין ביי מיין מומע, מיין מאמע איז נישט אינדערהיים...!!!

מלמד: (ווערט פארלוירען)... קום נישט מיט קיין מעשיות, נאכאיינמאל דו קוקסט אויפן וואנט, העסטו כאפען פאר יעצט (?) אויכעט!!!

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 12:22 am

וואס זאגט רשי אין אייפאד.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 10:54 am

פאריגע וואך ביי קרעמער'ס וואכנאכט, האט זיין בכור געזאגט אז ער דארף נישט קענען אזוי גוט די סדרה, ווייל זיין טאטע מאכט א ברית.

איך האב נישט פארשטאנען קיין פשט, איז נישט, ס'פארט שיחת ילדים.

היינט הער איך ווי א מלמד זאגט פאר איינעם, א ביזנעסמאן ווען ער זאגט אז ער האט געהאט א גוטן טאג, מיינט עס אז ער האט געמאכט א גוטן דיעל, אדער געטראפן א פעטן קאסטומער א.ד.ג. ווען א מלמד זאגט אז ער האט געהאט א גוטן טאג, מיינט עס אז א יונגעל האט אים געברענגט א בילקעלע מיט א סלייס געפילטע פיש, שריים פון א ברית...

הערשט יעצט האב איך יורד געווען לסוף דעתו פון קרעמער'ס יונגעל, די וואך איז ער די מיוחס, ער גייט נישט דארפן קענען ביים פארהער, ער גייט מאכן די קאוועס פאר די רבי, ער גייט באקומען די איבערגעבליבענע צוויבל פונעם רבי'ס פרישטאג א.א.וו. אלעס פאר די בילקעלע און די פיש.

הקיצור דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, קרעמער איז דער מיוחס אין קרעטשמע, זיין יונגעל אין חדר...

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 4:42 pm

פוילישער, איין ווארט האב איך פאר דיך........

...לא"ה

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:06 pm

פוילשר, גוט גוט.

דער קרעמער'ס אינגל איז שוין נישט איינמאל דער מיוחס אין חדר, איך רעדט שוין נישט פון דער עצם מציאות אז קרעמער שיקט איטליכע מאל א יאר א מאה'לע פארן מלמד אז אויפן בחינה זאל ער באקימען אן "אא+" אפילו ער הויבט נישט אן צו יכול'ן, דאס אליין מאכט אום פאר די סארט אינגל וואס ווען ער דרייט אן דעם גאנצן כיתה זיך אינטערצוברומען ביי "ואת האלף" אדער ביי "קטנתי" וואס ביי א געווענליכער פאל וואלט דער אינגעל ארויסגערופן געווארן פון זיין פלאץ, מ'וואלט אום אויסגעטוען דאס שיך (לאכט נישט, אזוי האבן איינע פון מיינע רביים געטון) געשטאנען אויף די בלויזע קאלטער ערד, אויסגעדרייט מיטן פנים צום עולם/אינגלעך, זיך גענימען מסביר זיין דאס עוולה וואס ער איז נארוואס באגאנגען, ווען מיטאמאל פליט א פראחסק!.. און נאך איינס!.. און יעצט זעץ זיך אראפ. (אחW.. מיין האנט-פלאך טוט מיר נאך וויי דערפון)

אנדערש איז עס אבער ביי אינזער מיוחס'ל, דער רבי/מלמד שעלט אריין ביי זיך אין הארץ, דער פאדרייט מיר דא אלע קינדער, טראכט ער צו זיך, אבער מ'קען קיין פעטש נישט טיילן אין אינזער פאל, דא מיז מען זיך האלטן אין די ראמען, דאס אנגעצויגענקייט און כעס וועט אי"ה אויסגעבן פארן קימענדיגער קרבן, יעצט איז נאר געבליבן איין ברירה, מ'רופט ארויס דעם קליינער קרעמער'ל, אינזער מיוחס, און מ'באפעלט אום צו גיין מאכן א קאווע אין מלמדים-שטוב, אויז אויך גיבן א קוק אויב דער לאנטש איז שוין אנגעגרייט אין עס-זאל, ווילאנג ער קומט צירוק איז שוין דער קלאס מער-ווייניגער אינטער קאנטראל.

און אזעלעכע מעשיות שפילן זיך אפ טאג טעגליך אינטער די שטיינערנע ווענט פון די צענדליגע תלמוד תורה'ס פון איבער די וועלט.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:12 pm

איך מיין אז קרעמער'ס זין איז א מיוחס אין כיידער ווייל די רבי ווייסט אז אויב נישט וועט קרעמער מאכן צימעס פון אים אין די קרעטשמע.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:19 pm

ווען מיין זוהן זאל וויסן וויפיל מען בארעדט אים דא, וואלט ער אייך אויך אינזין געהאט מיט א בילקע און פיש...

צייטליך;

גלייב מיר אז דיין פאטש איז דיך דיר ערליך געקומען. עס וועט נאך קומען א צייט וואס דו וועסט זיין א טאטע, און וועסט טרעפן דעם מלמד אויפן גאס, וועסטו אריבערקראסן צו אים, פאלן צו די פיס, קושן די לאפעס פון זיינע פערשט און זיך באדאנקן פאר די שמיץ וואס ער האט דיר צוגעטיילט, וואס א דאנק דעם, און טאקע נאר א דאנק דעם, ביסטו אויסגעוואקסן דאס וואס דו וואלסט געדארפט אויסוואקסן.

פוילישער;

איין פראגע: וואס זוכט א מלמד אויפן אינטערנעט אום צען מינוט צו עלף אינדערפרי? ס'אפשר געווען א ברית היינט?

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 7:15 pm

גוט גוט וכו'. איינס פאר יעדן פון די מגיבים דא. (פאר איינעם וואס האט עטליכע, קען נעמען נאך איינס.)

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 8:08 pm

איך זיך אפאר זיך נאך אפאר מלמדים איבערציבעטען


די מערסטע זיך איך נאך, איין מלמד וואס האט מיר פאר דרייסיג יאר צירוק אין כיתה ה',

אראפ געלאזט אינמיטען די שטילע שמונה עשרה, צוויי קלינגעדיגע פאראסקעס אויף מיינע קליינע ארעמע בעקעלעך,

אויסער דעם וואס איך האב געזען שטערן'ס האט מיין אויער נישט ריספאנדעט פאר אפאר טעג,


אין די גאנצע זאך איז פשוט, ווייל עס האט זיך אים געדאכט אז איך האב ארויסגעבליקט פין סידור א רגע קטנה,


אין הוסיף חטא על פשע, האט ער ניטאמאל געפילט פאר וויכטיג מיר צו זאגען עפעס דערנאך, פארוואס....פארווען....פארווי... גארנישט,
אויסגעליידיקט דעם כעס זעקל אין געגאנגען ווייטער, איך האב געמיזט אויס געפינען פין א צווייטער וואס האט אויס געטרעטן, וואס דא איז פארגעגאנגען

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 10:48 pm

איך האב אויך אמאל אין כיתה ד' געכאפט א געזונטן פאטש אין פנים אינמיטן שטילע שמונה עשרה, פון א סובסיטוט מלמד וואס האט זיכער געזען אויף מיין שטערן אז איך האב נישט אינזין פירוש המלות. איך האב אים אבער גלייך מוחל געווען, ווייל איך האב אים גוט געקענט (ער איז געווען מיין רבי אין כיתה ג'), און געוואוסט אז ער האט מיר באמת ליב און מיינט מיין גוטס (היינט לערנט מיין אינגל ביי אים!)

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:22 am

טענקס

איי אללוועס יאסד טא פיק מיללער ביפאר באדווייזר

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:24 am

קאניאק האט געשריבן:טענקס

איי אללוועס יאסד טא פיק מיללער ביפאר באדווייזר


קאני,
דו רעדסט צו מיר?

איך בין נישט דיין מלמד און נישט דיין צווייטע חבר

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:32 am

איך רעד פין ביר, פין וואס רעדטסטו ?

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:34 am

באט סא מיסטעק סבלאנגט אין די מקוה געהענגל

פרייטאג פבואר 15, 2008 1:17 am

קאניאק האט געשריבן:איך רעד פין ביר, פין וואס רעדטסטו ?


ווארשיינליך פון מידקייט.

פרייטאג פבואר 15, 2008 1:33 am

דעט פארשאר מעק סעינס

פרייטאג פבואר 15, 2008 11:32 am

אלע מגיבים דא, שטעלט'ס ענק אויס אין א רייע, יעדער באקומט א קניפ אין בעקל

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:31 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:אלע מגיבים דא, שטעלט'ס ענק אויס אין א רייע, יעדער באקומט א קניפ אין בעקל


איך בין געווען די ערשטע אין די רייע, חיים ברוך האט זיך אריינגעכאפט............

"חיים ברוך, גיי יעצט די לעצטע אלס קנס".............

פרייטאג פבואר 15, 2008 1:28 pm

מיללער ווי ביסטו דא אונגעקימען, און די זאגט נאך אז מען האט זיך אריין געכאפט
שרייב א תגובה

Advertisement