דער נעטא עלייענס - איז טאקע דא א עלייענס?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דער נעטא עלייענס - איז טאקע דא א עלייענס?

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יולי 11, 2018 5:19 pm

דער פאלגענדע תגובה אין א אנדערע אשכול, האט מיר געמאכט עפענענען דער אשכול.
viewtopic.php?p=1711450#p1711450

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
די פוינט איז אז די באזעס וועלן נישט פארמאכט ווערן אופילו אויב דייטשלאנד געבט אויס נאך 50 ביליאן דאלער אין דעפענס זיי זענען סטראטעגיש אויך פאר אמעריקע

אגב, פוילן צאלט שוין 2% די לעצטע עטליכע יאר

נ.ב. אמעריקע האט ווייניגער ווי 35 טויזנט טרופן אין דייטשלאנד

עס איז שווער צו זאגן וועלכע באזעס און טרופן וועט אמעריקע יא אדער נישט האלטן דארט נאך וואס זיי וועלן בעסער אויפבויען די אייגענע מיליטער, עס איז אבער זיכער אז א חלק פון די געלטער וועלכע אמעריקע גיסט אריין דארטן איז פאר זייער אינטערעס אין וועלכע זיי נעמע גאנץ א קליין חלק.

נאך א נקודה, און דאס איז דער עיקר.

נאט"א איז בעיקר געשטעלט פאר אין קעיס אוו עמערדזשענסי, און אין אזא פאל, למשל רוסלאנד זאל מארגן אטאקירן לאטוויע, וועלן די אייראפעישע לענדער שטיין כמעט הילפזלאז, און אמעריקע וועט דארפן אויסגעבן רובא דרובא געלט און לעבנס וואס אזא זאך וועט קאסטן, און דאס איז די הויפט ציל פון נאט"א, און דארט וועט עס גיין אויף די אמעריקאנע חשבון.

וועגן פוילן, האבעך בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען וויאזוי די חברה מאכן א לעבן אויף די אמעריקאנע א.ג. אינטערעסן, נישט וויכטיג.

מיין מיינונג האביך שוין געזאגט יארען (און גרויסע עקספערטן אויף רוסלאנד [ווי פראפעסאר ריטשערד קאהען] זאגען עס אויך), אז ווען דער סאוויעט יוניען האט זיך גע'ענדיגט האט זיך אויך געדארפט ענדיגען "נאטא". ווייל אויב דער סיבה פאר וואס מען דארף עס, איז שוין נישט דא; איז שוין נישט דא א סיבה צו עס נאך האלטען אפען.

עס איז דא א סעיאינג אז "ארגאניזאציעס שטארבען קיינמאל נישט" און דאס איז דערפאר ווייל איין מאל א ארגאניזאציע עקזיסיטירט, וועלען די וואס פירען עס (און זיצען ביים שיסל) עס קיינמאל נישט לאזען פארמאכען, נאר טרעפען עפעס א סיבה פון אינטער דער ערד עס צו האלטען אפען. איינמאל א ארגאניזאציע ווערט גע'עפענט באקומט עס א לייף אוו איטס און.

דאס זעלבע דא, איז נאטא געבליבען אפען, ווייל ס'געווען אינטערעסען אז עס זאל בלייבען אפען און האבען אפיר געקראצט "סיבות" פארוואס מען מוז עס האלטען אפען כאטש דער שונא עקזיסטירט שוין נישט.

למעשה האט עס בעקפייערט, און דאס האלטען אפען נאטא איז גאר געווארען דער סיבה וואס רוסלאנד (נאכען פאלען פון דער סאוויעט פארבאנד) האט "צוריק" אויף געהויבען איר קאפ און געוואלט ווערען א סופער פאוער וכו' וכו' וכו' ווי מען האלט היינט. אין איין ווארט, מיט האלטען נאטא פאר א שטעקען קעגען דער נייער רוסלאנד (וואס איז נישט געווען לכתחילה א סרעט), האט זיך רוסלאנד געשפירט אינטער קריגס צושטאנד און עס איז געווארען א סעלף פולפילנג פראפעסי. און נישט ווייל רוסלאנד איז א סרעט צו אמעריקע דארף מען נאטא; נאר ווייל נאטא איז א סרעט צו רוסלאנד, איז רוסלאנד געווארען אגרעסיוו און א סרעט צו אמעריקע; און אז רוסלאנד איז געווארען אגרעסיוו (א סרעט), דעריבער דארף מען נאטא...וחוזר חלילה.

דאס איז א שמועס וואס דארף ערענסט באהאנדעלט ווערען און דערובער דארף עס א אשכול. אבער דא איז צוגעקומען נאך א נקודה, און דער עיקר נקודה; און דעריבער עפענען מיר יעצט די אשכול.

פונדערהיים שרייבט:
נאט"א איז בעיקר געשטעלט פאר אין קעיס אוו עמערדזשענסי, און אין אזא פאל, למשל רוסלאנד זאל מארגן אטאקירן לאטוויע, וועלן די אייראפעישע לענדער שטיין כמעט הילפזלאז, און אמעריקע וועט דארפן אויסגעבן רובא דרובא געלט און לעבנס וואס אזא זאך וועט קאסטן, און דאס איז די הויפט ציל פון נאט"א, און דארט וועט עס גיין אויף די אמעריקאנע חשבון.

דער מאטא פון נאטא איז (געווען)
an attack on one is an attack on all

וואס דאס מיינט אז אויב איינער פון די עליינעס ווערט אטאקירט "מוזען" אלע אנדערע קומען צו איר שוץ. איז דאס טאקע אזוי? אויב רוסלאנד וועט מארגען אטאקירען לאטוויע, וועט זיך איינער אריין מישען און שיקען זיין מיליטער עס אפצוהאלטען? אויב רוסלאנד וועט אטאקירען טערקיי, וועט אמעריקע אריין שיקען איר מיליטער צו שיצען טערקיי?

דאס איז אמאל געווען אמת ווען דער סאוויעט יוניען האט געוואלט איין נעמען די וועלט (און אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, זענען געווען אין געפאר); איז עס נאך היינט אויך אמת? און איז איינער נאך גרייט צו דערלייגען טויזענטער סאלדאטען פאר דעם?

וואס איז דער ענטפער? איז דא א עלייענס אדער נישט?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך יולי 11, 2018 6:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 6:02 pm

טראמפ האט דאכצעך דורכאויס די 2016 קאמפיין געסטראשעט זיך ארויסצוציען פון נאטאו, כ׳געדענק גוט?.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יולי 11, 2018 6:13 pm

געדענקסט זייער גוט. ער האט געסטראשעט אז אויב מען וועט נישט באצאלען, וועט אמעריקע נישט קומען צו הילף.

יעצט וואס איז ווערט א עלייענס וואס מען מוז נישט איין האלטען (און תלוי אין געלט).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יולי 11, 2018 6:20 pm

שפוזמאן, גוט באהאנדלט!

צו דיין פראגע, די תירוץ איז אז יא, הא ראי' אז פוטין האט נאכנישט פרובירט....

און באמת איז עס טאקע געמאכט פאר דעם אז עס זאל נישט קומען דערצו.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 6:24 pm

Goodmorning האט געשריבן:Nu make America great again not equal to....

גוד מארנינג. קיינער רעדט נישט פון איקוואל. מ׳רעדט פון יעדע לאנד זייער מינימום, דאס מיינט 2% פון זייער GDP, עפעס צו וואס יעדער האצעך פארפליכטעט.
אמעריקא וועט אלטס זיין די גרעסטע דאונער אטאמאטיש. קודם ווייל זייער אקאנאמיע איז פילפאכיג גרעסער ווי זיי אלע צוזאמען, צווייטנס ווייל אמעריקא האצעך פארפליכטעט צו 3.5%.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 11, 2018 8:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:Nu make America great again not equal to....

גוד מארנינג. קיינער רעדט נישט פון איקוואל. מ׳רעדט פון יעדע לאנד זייער מינימום, דאס מיינט 2% פון זייער GDP.

ער פארלאנגט %4
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 11:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אמעריקא וועט אלטס זיין די גרעסטע דאונער אטאמאטיש. קודם ווייל זייער אקאנאמיע איז פילפאכיג גרעסער ווי זיי אלע צוזאמען,

גראדע איז די gdp פון די איבריגע נאטא לענדער צוזאמען נישט קיין סאך ווייניגער ווי אמעריקע'ס gdp.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

שלומה
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:15 am

ראסלאנד ארימגענימען מיט נעטא לענדער וואס דאס טיט אפהאקען ראסלאנד פון די איבריגע וועלט
האט ראסלאנד געפענט אן אייגענע פארבאנד טשיינע, איראן, אין נאך
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

שלומה
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:17 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:Nu make America great again not equal to....

גוד מארנינג. קיינער רעדט נישט פון איקוואל. מ׳רעדט פון יעדע לאנד זייער מינימום, דאס מיינט 2% פון זייער GDP.
ער פארלאנגט %4
פון דייטשלאנד נישט פון אלע נעטא לענדער
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

שלומה
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:18 am

.
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:59 am

שלומה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:Nu make America great again not equal to....

גוד מארנינג. קיינער רעדט נישט פון איקוואל. מ׳רעדט פון יעדע לאנד זייער מינימום, דאס מיינט 2% פון זייער GDP.
ער פארלאנגט %4
פון דייטשלאנד נישט פון אלע נעטא לענדער

נאופ
!?I REALLY DO CARE, DO YOU


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט