UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:42 pm

דברים אלו האט געשריבן:און ויואל משה צאלט רוב עלטערן 250 פלאס טראנספארטעישן. רעגיסטרעישן בדק הבית פלאס 2 מאות פאר דעי קעמפ

ווען איינער שרייבט דא א נומער וויפיל ער צאלט א חודש, מיינט דאס אויך חוץ רעגסיטרעישאן, בן גמלא, טראנפארטעישאן, דעי קעמפ וכל מילי דמיטב.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:43 pm

משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!


אנטשולדיגט.
איך האב געמאכט א טעות עס איז ארויף צו $335 פער קינד. נישט $235!
איך האב שוין געשריבן דאס אויבן.
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:44 pm

שמאטע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

פון וואו ווייסט די מוסד יעדעמס פערזענליכע סטעטוס?
ער האט דאך געשריבן וויאזוי די מוסד ווייסט
לעצט פאראכטן דורך סעטינגס אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:44 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

און דו האלטסט אז זיי ווילן הערן דעם תירוץ ווען זיי קומען אריבער צו א עושר נאך געלט? אדער ווען מען קומט שנארן פון יעדען אינגערמאן בשבעת ימי המשתה ער זאל זיך אויפסיינען אויף בן גמלא? דער תירוץ זאל זיין - ביסט א ביזנעס, האסט שוין אמאל געהערט א ביזנעס גייט נאך געלט?

זיי מעגן קומען שנארן פאר בן גמלא, דו מוזט זיי נישט געבן אדער אפי' אויפנעמען.
אין וויליאמסבורג האבן זיי געארבעט זייער עטיש, זיך אראפגעזעצט מיט יעדן, פרובירט צו פארהאנדלען, און דער עולם האט זיך שיין אנגערופן, דארט איז עס געווען א שטארקע סוקסעס, מען רעדט דאך דא פון אונזערע באליבטע קינדערלעך...
אויב די קרית יואלער עסקנים/הנהלה וועט ארבייטען אויפן זעלבן אופן, זע איך אז דער עולם זאל גוט קאאפערירן.

לויט ווי זיי זאגן איז מען שוין אייר ארויף פאר איבער 200 בעלי יכולת צו די פילע קאסט פרייזן
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:44 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.
אין די האסט באקומען די בריוו?

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:45 pm

משה ישר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

די קרית יואל סאטמארע מוסד איז למעשה אינגאנצן אנדערש, סיי ווי די אנדערע וואס די רעכענסט אויס, און סיי ווי אסאך אנדערע.
וויבאלד דער מוסד באלאנגט פאר די חסידות ווי די עלטערן געהערן, און זיי זענען אלע א חלק פון די קהילה און מוסדות וכו' וכו', און שטיצן דאס כסדר דורכאויס דעם קיילעכדיגן יאר דורך פארשידענע אופנים, ואכמ"ל.

אן אריינגיין און פאליטיק חלילה
איז אין קרית יואל אנדערש וואו אנדערע געגנטער ווען די קהילה לאזט נישט עפענען קיין אנדערע מוסדות

אבער זיי וועלן טאקע אייביג מוזן אנעמען דיינע קינדער ווילאנג די שטעלסט זיך צו ברוחניות
דאס וואס זיי סטראשענען און שיקן אפילו אהיים די קינדער אויב מען באצאלט נישט. איז ווייל אויב נישט וועט קיינער נישט באצאלן

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:46 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.

וועלכע יאר גאנג אויב איך מעג פרעגן?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:46 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.
דעמאלטס מה כל הרעש?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:46 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

זיי זאגן $305
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:47 pm

שמאטע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די בריוו איז אנגעקומען צו די מענטשן אין די פאלגענדע קאטעגאריע.
האמיר דאס גערעדט מיט זיי. די טענה איז נישט אויף די קליינע פארדינער, נאר, אויב קאנסטו זיך ערלויבען סיי וועלכע קאר מיט די מינדעסטע אפגרעיד, דאן צאל דא אויכעט. א פלעינע מיניווען, בסדר. ברויכסט לעדערנע ווייל עס בלויז נאך צוואנציג א מאנאט? גיב מיר דאס געלט. האסט א אייגענע ביזנעסס און "די ביזנעסס" צאלט דיין יערליכע פלארידא און ר' שייעלע וואקעישאן? זעה דיין "ביזנעסס" זאל אויך צאלען געהעריג שכר לימוד...
האסט איין קינד? צאל אוואו ווען דו האסט געשיקט אין פלעי גרופ, דארט האנדעלט מען נישט אויף די פרייז. מיט מערערע קינדער וועט מען זיך שיין רעכענען

פון וואו ווייסט די מוסד יעדעמס פערזענליכע סטעטוס?

זיי רעדן די שפראך, אבער ס'איז אבי גערעדט, איך קען עטליכע וואס האבן באקומען די בריוו און נישט נאר זיי האבן נישט קיין אפגרעיד קאר, נאר זיי האבן בכלל נישט קיין קאר, און זיי זעהן נישט פלארידע ווי גרויס די יאר איז, בקיצור, די בריוו איז געשיקט געווארן ביי דיפאלט, און אויב ווילסטו ביליגער זיי א ח... און פאל צו די פיס צו בעטן א הנחה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:48 pm

פריינד האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

די קרית יואל סאטמארע מוסד איז למעשה אינגאנצן אנדערש, סיי ווי די אנדערע וואס די רעכענסט אויס, און סיי ווי אסאך אנדערע.
וויבאלד דער מוסד באלאנגט פאר די חסידות ווי די עלטערן געהערן, און זיי זענען אלע א חלק פון די קהילה און מוסדות וכו' וכו', און שטיצן דאס כסדר דורכאויס דעם קיילעכדיגן יאר דורך פארשידענע אופנים, ואכמ"ל.

אן אריינגיין און פאליטיק חלילה
איז אין קרית יואל אנדערש וואו אנדערע געגנטער ווען די קהילה לאזט נישט עפענען קיין אנדערע מוסדות

אבער זיי וועלן טאקע אייביג מוזן אנעמען דיינע קינדער ווילאנג די שטעלסט זיך צו ברוחניות
דאס וואס זיי סטראשענען און שיקן אפילו אהיים די קינדער אויב מען באצאלט נישט. איז ווייל אויב נישט וועט קיינער נישט באצאלן

לויט ווי איך ווייס לאזט יענע קהילה אין וומסב''ג אויך נישט עפענן אנדערע מוסדות אינטער זייער קהילה, סוי ס'נישט פארשטענדליך

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:49 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

וואס איז דיין חשבון?


וואס זיי שרייבן איז, אז בעפאר אראפרעכענען הכנסות קאסט א קליין מיידל $410.

איך וועל אננעמען אז אין דעם פרייז איז ווארשיינליך נישט אריינגערעכנט די צוגאב קאסטן פון טראנספארטאציע, רעגיסטראציע, און דעי קעמפ. פארוואס'שע? ווייל זיי רעכנט דאס דאך אויך נישט אריין, סיי אין מיין שכר לימוד פרייז אויבן אויפן ביל וואס דארט צילן זיי דאך אז דאס זאל זיין וואס ווייניגער כלפי דעם 'קאסט פרייז', און אויך נישט אין די אפיצילע "פול קאסט פרייז פער חודש".


זיי שרייבן קלאר אז די פילע פרייז רעכנט אריין אלעס!
אויב וועסטו אויסרעכענען די חילוק וועסטו אליין זעהן
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:52 pm

משה11 האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

זיי זאגן $305

305 נאכן אראפרעכענען הכנסות.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:54 pm

העלא, איך בין געקימען מיך אינטער האלטן מיט די אשכול,
די גאנצע אונגעוועטאשפטע סאמאטוכע זעט מיר אויס ווי א שטורעם אין גלעזל וואסער,
וואס האט זיך היינט געטוישט פון פארגע וואך?
ווייל זיי האבן נישט גיניג געלד, איך מיין אז סע איז העכסטע צייט אז די מוסדות זאל ארויס נעמען אלע ביכער אפילו די אלטע, אין ווייזן פארן גאנצן ציבור אז זיי מיינען עס אמת, קיינער האט נישט קיין טראסט אין די פאר עשירים וואס פירן די מוסדות,
איך וויל נישט אונדרייען קיין רעוועלוציע אבער, אונז אידעלעך זענען נישט קיין שוטים ב"ה, מע קען נישט פארקויפן לאקשן אז סע איז נישט דא קיין געלד.
נישט דא קיין געלד?
ווי גייט די געלד וואס מע צאלט פאר וועד הקריה ווען מע קויפט א נייע הויז?
ווי גייט די געלד פון אלע שטאטישע בנינים וואס געהערט פאר די מוסדות?
איך פארשטיי דארפסט מער געלד, איך הער דיין זייט, ווילסט מער געלד, שטעל מער צו!
ווילסט מער געלד? זיי אביסל מער העיפליך צו די עלטערן, יעדר וועט דיר געבן, אבער זיי נארמאל.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:56 pm

משה11 האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז נישט אזוי ווייט די 5-10 דאללאר העכערונג. עס איז די גאנצע קאמפיין געצילט אויף די ערליכע פולע פרייז באצאלער כאילו זיי באצאלן נישט זייער פעיר שעיר.

פארצייל מיר נישט אז א קליין מיידל קאסט $410 א חודש ווען עס איז נישט ריכטיג.

וואס איז דיין חשבון?


וואס זיי שרייבן איז, אז בעפאר אראפרעכענען הכנסות קאסט א קליין מיידל $410.

איך וועל אננעמען אז אין דעם פרייז איז ווארשיינליך נישט אריינגערעכנט די צוגאב קאסטן פון טראנספארטאציע, רעגיסטראציע, און דעי קעמפ. פארוואס'שע? ווייל זיי רעכנט דאס דאך אויך נישט אריין, סיי אין מיין שכר לימוד פרייז אויבן אויפן ביל וואס דארט צילן זיי דאך אז דאס זאל זיין וואס ווייניגער כלפי דעם 'קאסט פרייז', און אויך נישט אין די אפיצילע "פול קאסט פרייז פער חודש".


זיי שרייבן קלאר אז די פילע פרייז רעכנט אריין אלעס!
אויב וועסטו אויסרעכענען די חילוק וועסטו אליין זעהן


פיין, דעמאלט רעכן איך אויך אריין די דאזיגע טשארזשעס אין די פרייז וואס איך צאל וואס דאן קומט דאס אויס %85 פון די אנגעבליכע קאסט, און אויפן ביל אויבן שרייבן זיי אז איך צאל בלויז %72 , נישט אריינרעכענעדיג די דאזיגע טשארדזשעס.
דאס איז פארפירעריש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:58 pm

צו געזונט האט געשריבן:עס איז די אנזעהבארע שטאטוס פון דעם מענטש.
זיין זיידע/שווער/טאטע צאלט אים די אורלויב און די שיינע קאר, אבער ביי שכר לימוד וויל מען אים נישט העלפן...
זיין ביזנעסס מאכט נישט קיין געלט, אבער די רעסטאראנען נוצט ער אלס א ביזנעסס עקספענס...
פלעי גרופ איז דא א פרייז, אבער פאר שכר לימוד איז עס צו פיל...

פלעי גרופ האט נישט די אלע פראגראמען ניטאמאל קיין לאנטש פראגרעם און נישט 1 טיטשער פאר 30 קינדער וואס באקומט נישט באצאלט ועוד ועוד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:58 pm

משה11 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.

וועלכע יאר גאנג אויב איך מעג פרעגן?

איך האלט נישט ביים ענטפערן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:59 pm

ווער איז די ער, ווער מאכט די החלטה צו העכערן שכ''ל? האט עס מיט ר' חיים קארענבלי, די הנהלה? די אדמינסטארטער?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:59 pm

דעס איז מיטגעקימען
CCI07052018_0001.pdf.jpg
CCI07052018_0001.pdf.jpg (34.53 KiB) געזעהן 875 מאל
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:00 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:עס איז ארויף צו $235 פער קינד!

דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.

וועלכע יאר גאנג אויב איך מעג פרעגן?

איך האלט נישט ביים ענטפערן

איך פרעג ווייל פאר 12'טע קלאס צאל איך די פרייז
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:03 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:העלא, איך בין געקימען מיך אינטער האלטן מיט די אשכול,
די גאנצע אונגעוועטאשפטע סאמאטוכע זעט מיר אויס ווי א שטורעם אין גלעזל וואסער,
וואס האט זיך היינט געטוישט פון פארגע וואך?

נישט דא קיין געלד?
ווי גייט די געלד וואס מע צאלט פאר וועד הקריה ווען מע קויפט א נייע הויז?

איך מיין אז דא שטעקט די טעות - וועד הקריה איז נישט די מוסדות, אפי' איין מענטש פירט ביידע
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:04 pm

פארוואס ווען די בעקערי האט פאריגע וואך געהעכעט די פרייזן מיט 12 פראצענט האט קיינער נישט געשריגן און ביי שכר לימוד ווי יעדע פעני וואס מען געבט אויס באקומט מען סייווי צוריק ווי עס שטייט אין מסכת ראש השנה האט מען טענות
איך קען עס נישט פארשטיין

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

מה ה"ויצעקו" - עס קאסט נאר אויב מען באצאלט...!

תגובהדורך היסטאריע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:05 pm

איך פארשטיי נישט דעם גאנצן ויצעקו דא, אז דו האסט נישט באצאל נישט. וואס גייט דיך אן אז אנדערע באצאלן יא.

ווארף אריין וויפיל דו קענסט, און די איבריגע זאלסטו באצאלן מיט קומען צום טיש, גיין מיט א קוויטל און זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן אויף פרנסה, און דער באן פארט ווייטער.

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:05 pm

טייערע קרית יואל'ע אידן
פיינעלי איז עס אנגעקומען צו ענק
מ'האט געהעכרט אין וומסב''ג, אין ב''פ אין מאנסי (כ'דענק נישט די סדר ואין מוקדם ומאוחר בתלמיד תורה...)
אין יעצט איז עס אנגעקומען קיין קרית יואל

מ'האט ביי אינז אויך פארפירט אין געשריגן אין געסטראשעט
נאך אלעם האט קיינער עס נישט געקענט אפשטעלן

פריידסט ענק אז ענק זענען געווען צירוקגעבליבן א יאר צוויי...

פארפארלען די יקרות איז ארויף יעדער גייט דארפן שלום מאכען מיטן מצב

דער רבוש''ע זאל ענק אויך געבן די געלט גרינגעהייט

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:07 pm

משה11 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:דאס איז דאך די געהעריגע פרייז ביז היינט אויך...

סארי איך צאל דריי הינדערט א חודש פער קינד, + גמלא + דינר + איך ווייס נישט וואס נאך,נישט געוויסט אז עס איז דא ואוס צאלן 235.

וועלכע יאר גאנג אויב איך מעג פרעגן?

איך האלט נישט ביים ענטפערן

איך פרעג ווייל פאר 12'טע קלאס צאל איך די פרייז

איך האב שוין געשריבן דאס אויבן:
אנטשולדיגט.
איך האב געמאכט א טעות עס איז ארויף צו $335 פער קינד. נישט $235!
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט