בלאט 7 פון 9

געשריבן: מוצ"ש יולי 07, 2018 11:48 pm
דורך כא כא כא
ר' יום טוב האט געשריבן:אמת אז ס'איז דא א מאסיווע פראצענט וואס צאלט נישט געהעריג.
זיי שרייבן אבער נישט דאס, זיי שרייבן אז די וואס צאלן יא געהעריג צאלן נישט גענוג.

מאך עס נישט אזוי מאסיוו...
נישטא אזא זאך אז מ'זאל נישט צאלן ווייל מ'האט נישט פון ווי, סך הכל באצאלן נישט די מלמדים, מגידי שיעור, און פון זיי ברענג נישט קיין ראיה ווייל וועגן דעם באקומען זיי באצאלט אזוי סאך אז מ'האט געמוזט עפענען א קרן מלמדים..... און קינדער וואס ס'איז נישטא ווער ס'זאל צאלן פאר זיי,
אז די וועסט אויפווייזן אויפן פאפיר אז די האסט ממש נישט קיין פרוטה ביי די נשמה, וועט מען דיר מאכן אביסל ביליגער.

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2018 12:40 pm
דורך אהער און אהין
לאו דוקא האט געשריבן:די פאקט איז אז א גרויסער עולם מופט אוועק פון די סיטי

און איך קוק מיך אום ביי מיין עידש בערך מיט וועם איך האב געלערנט אין די מתיבתא אין קרית יואל

די מער בעל בתישע יונגעלייט זענען געגאנגען קיין מאנסי און די מער עמך קיין קרית יואל (איך רעד בדרך כלל, אוודאי איז דא אויסנאמ'ס)
סאו איך קען זייער גוט פארשטיין פארוואס קרית יואל מיטשעט זיך אזוי ווען זיי וואקסן דורך גרויסע און ארימע משפחות

און דאס וואס מ'טענה'ט דא אז ס'איז נישט יושר אז ווייל ס'איז דא ווער ס'צאלט נישט זאל איך דארפן צאלן מער?
יא! דאס איז די מציאות און ווען די וואלסט געווען אין הנהלה וואלסטו געטון דאס זעלבע...
ווייל די פאקט איז אז סאיז דא א לאך און געווענליך איז עס אויך דורך דיין ברודער-שוואגער-טאטע-שווער וואס האט נישט צו צאלן געהעריג...
און וואס דען זאל מען טון?

און דאס וואס איינער טענה'ט דא אז מ'דארף שטערקער מאכן די פאנדרעיזינג... ס'איז זייער א שיינע סטעיטמענט אבער יעדער וואס אינוואלווד
אביסל אין א א הנהלה אדער ארגענעזאציע ווייסט אז ס'האט א לימיט וויפיל מ'קען שנארן לאמיר זאגן אז א דורכשניטליכער מענטש געט יערליך
1000$ צום דינער (הלוואי...) וועט ער נישט געבן קיין פליצלינגע העכערונג אין בעסטן פאל (איך רעד נישט פון א נגיד) מער ווי נאך
א הינדערטער צו צוויי,

און ווען מ'רעדט פון אזוינע דראסטישע נומערן וואס זיי שרייען אז זייער לאך איז, איז די איינציגסטע וועג דאס צו נעמען דורך שכ"ל און אזוי טוט מען איבעראל

און יא, ס'איז זייער פארשטענדליך אז ס'טוט וויי
אבער מ'וועט זיך צוגעוואינען בעז"ה און דער אייבערשטער זאל אונז טאקע שיקן אז מ'זאל עס גרינג קענען דעקן...

ובדרך אגב: איך געדענק ווען די קרית יואלע אידן האבן אלץ פארפירט קעגן ר' מ.ה. וואס קיינער ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך דארט אין די קאסע וכו' וכו',

איך געדענק גוט ר' שלמה זלמן ווייס פון ישיבה (ס'איז דא נאך פרישע יונגע כוחות אבער איך קען נישט יעדן) און איך מיז ענק זאגן אז קרית יואל איז
לאקי מיט אזוינע נייע מענטשן און אז זיי האבן זעט אויס אנגעהויבן אריינקיקן אין די ביכער אזויווי דרוילם האט אלץ געוואלט.. און זעט אויס אז זיי האבן איינגעזען אז
ס'איז גרויסע צרות.... און געמאכט דעם דעסיזשן אז מ'מיז דראסטיש העכערן שכ"ל ... סאו איז זיכער נישטא קיין אנדערע ברירה, ודי בזה

ישר כח פאר די אויפריכטיגע דיבורים.
ר' שלמה זלמן איז א פרישער כח, און ער טוט א גוטן דזשאב, מען זאגט גאר אז ער איז אראפ איין טאג אין דעלי, און צוגעלייגט א פלייצע צו סערווירן די קונדן... (ווען איינער האט געבעטן 'יאפטשיק' האט ער נישט געוויסט וואס דאס איז...)

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2018 3:26 pm
דורך אהער און אהין
איז אמת די שמועה אז סאטמאר מאנסי (ויואל משה) העכערט צו 450 דאלער א קינד פער חודש?

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2018 3:34 pm
דורך צו געזונט
אהער און אהין האט געשריבן:איז אמת די שמועה אז סאטמאר מאנסי (ויואל משה) העכערט צו 450 דאלער א קינד פער חודש?

מאך אויף א געהענגל איבער דעם...

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2018 3:44 pm
דורך שמאטע
די אוטקאם פון די העכערונג גייט לכאורה זיין אז ביים דינער וועלען זיי נישט קריגן קיין צענט פון די אלע וועלכע זייער שכר לימוד איז געהעכערט געווארן מיט $1,300 פער קינד פער יאר.

די שאלה איז נאר צו דאס - אז ביים דינער גייט דער עולם נישט געבן קיין פרוטה - איז א חסרון, אדער - לעומת וואס מיט די העכערונג זענען זיי עטליעסט סעמי פארזיכערט אז זיי האבן דידינער געלט אויך - איז עס גאר א מעלה...

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2018 4:07 pm
דורך קניידל פארעם
שווער צו זאגן אז איינער וועט אויפהערן צו געבן בן גמלא וועגן דעם, און אויסער דעם ווייס איך נישט צי אן אלגעמיינער מענטש געט מער פון דעם א יאר, חוץ א פארמעגליכער איד וואס געט סייווי שיינע נדבות, און דאס וועט זיך אויך נישט אויפהערן צוליב די העכערונג.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 2:11 pm
דורך אחת ואחת
אויב מסטראשעט מיט בן גמלא געבן זיי שנעלער נאך צו איינגיין אויף פשרות, איך פארשטיי נישט פארוואס אבער די גמלא גייט זיי אין לעבן שוין באלד מער ווי די שכ"ל

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 2:24 pm
דורך אחת ואחת
איך וויל נאכאמאל אויפברענגען די נאנסענט'ס פון צוגלייכן קרית יואל צו אלע מוסדות וואס בעטן טייער
אידען האבן משקיע געווען אלא יארן אין קרן ויואל משה די מוסדות זאל האבן א שטארקע יסוד די מוסדות האט די בעלות אויף 75% עקאנעמי פונעם שטעטעל אויב נישט מער, בפרט יעצט ווען עס ווערט פערטיג די 2טע ביזנעס סענטער ס"ה
שאפפינג סענטער ווי יעדע אינטש ווערט אויסגענוצט פאר טאפ $
ביזנעס סענטער ווי יעדע אינטש ווערט אויסגענוצט פאר טאפ $
קרן ויואל משה (וואס צוליב די הכנסה פון די מוסדות האט מען ביז יעצט נישט געקענט מאכן בר מצוה תקנות משא"כ וומ"ס ווי סגייט שוין אן 10 יאר)
בית השחיטה
בוטשער\דעלי
ועוד ועוד
אויב זענען זיי טאקע אזוי טייט מיטען באדשעט מיינט עס אדער אז מען האט אנגעזעצט און אנדערע אינוועסטמענטס, אדער ליגט די געלד אין פריוואטע טעשער וואס האלטען זיך אינאיין אויפבלאזען איך ווייס נישט וואס נאך צו טראכטען

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 3:02 pm
דורך שמאטע
אחת ואחת האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל אויפברענגען די נאנסענט'ס פון צוגלייכן קרית יואל צו אלע מוסדות וואס בעטן טייער

אדער קען פשוט זיין אז די אלע הכנסות קאווערט נאכאלץ נישט די 2018 הוצאות...

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 3:13 pm
דורך ר' יום טוב
דער געיעג צו בויען בנינים און עקסטענשאנס אזוי שנעל איינס נאכן צווייטן איז א גרויסע הוצאה. אפילו עס איז טיילווייז געקאווערט פון נדבנים, איז אלס דא וואס בלייבט איבער.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 3:19 pm
דורך אחת ואחת
מיר ווייסען אלע אז א נייע בנין איז נאר א הכנסה (ווי דער ברך משה האט עס אמאל גע'עצה'ט פאר מוסדות יטב לב) דא קען אבער זיין אנדערשט צוליב וואס סאיז צו שנעל איינס נאכן אנדערען

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 3:40 pm
דורך משה ישר
אחת ואחת האט געשריבן:מיר ווייסען אלע אז א נייע בנין איז נאר א הכנסה (ווי דער ברך משה האט עס אמאל גע'עצה'ט פאר מוסדות יטב לב) דא קען אבער זיין אנדערשט צוליב וואס סאיז צו שנעל איינס נאכן אנדערען

אפילו מען בויעט און קרית יואל בנינים אסאך שנעלער ווי ביי אלע אנדערע מוסדות, ממש איינס נאכן אנדערען,
בלייבן נאך אלס די קרית יואל מוסדות מיט עטליכע מיליאן דאלאר פראפיט נאך יעדן איינציגן בנין.
כידוע ליודעים, וויבאלד די היינטיגע נגידים גיסן גרויסע געלטער צו קענען האבן א טאוועל אפילו אויף א סינק אדער וואסער פאונטען וכו' וכו'.
און דאס איז טאקע אויך א סיבה פארוואס זיי גייען אזוי שנעל פון איין בנין צום אנדערען, וויבאלד פיל נגידים לויפן זיי נאך ווען קען איך שוין אפקויפן עפעס א זכות ווי ס'וועט זיין א טאוועל,
און נאך איידער די קאמפיין גייט ארויס איז שוין צוכאפט פילע זכותים אנגעהויכן פון חדרים און געענדיגט ביי טישן און בענק וכדו'.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 3:48 pm
דורך ר' יום טוב
נישט ממש אזוי. ביי די בית רחל פארקויפט זיך נישט די קלאסן אזוי שנעל ווי ביי די ת"ת. מען רישט זיך אז פון די 150 נייע סקול קלאסן וועט נאר א חלק ווערן פארקויפט.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:04 pm
דורך שםטוב
אהער און אהין האט געשריבן:איז אמת די שמועה אז סאטמאר מאנסי (ויואל משה) העכערט צו 450 דאלער א קינד פער חודש?

יא ס'דא א נייע ווערשאפט
רייזמאן איז אריינגעקומען אין די הנהלה
אין מ'זאגט פאר יעדן אדער צאלסטו מער שכ''ל אדער שפארט זיך די מוסד צו

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:06 pm
דורך לאו דוקא
משה ישר האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:מיר ווייסען אלע אז א נייע בנין איז נאר א הכנסה (ווי דער ברך משה האט עס אמאל גע'עצה'ט פאר מוסדות יטב לב) דא קען אבער זיין אנדערשט צוליב וואס סאיז צו שנעל איינס נאכן אנדערען

אפילו מען בויעט און קרית יואל בנינים אסאך שנעלער ווי ביי אלע אנדערע מוסדות, ממש איינס נאכן אנדערען,
בלייבן נאך אלס די קרית יואל מוסדות מיט עטליכע מיליאן דאלאר פראפיט נאך יעדן איינציגן בנין.
כידוע ליודעים, וויבאלד די היינטיגע נגידים גיסן גרויסע געלטער צו קענען האבן א טאוועל אפילו אויף א סינק אדער וואסער פאונטען וכו' וכו'.
און דאס איז טאקע אויך א סיבה פארוואס זיי גייען אזוי שנעל פון איין בנין צום אנדערען, וויבאלד פיל נגידים לויפן זיי נאך ווען קען איך שוין אפקויפן עפעס א זכות ווי ס'וועט זיין א טאוועל,
און נאך איידער די קאמפיין גייט ארויס איז שוין צוכאפט פילע זכותים אנגעהויכן פון חדרים און געענדיגט ביי טישן און בענק וכדו'.

ר' משה ישר-אחת ואחת, איך האף אז איר זענט שוין 20 ס'זעט נישט אויס פון אייער תגובה...

איך האב געמיינט אז קרית יואל בויעט יעצט דריי בנינים פאר די מוסדות ווייל זיי מיזן נאכלויפן די וואוקס בליעיה"ר אבער דערווייל אכן נודע הדבר מ'בויעט בילדינג'ס ווייל מ'וויל פשוט מאכן מיליאנען פראפיט....

שוין לאנג נישט נתגלה געווארן אזא מעכטיגע חידש דא אויפן וועלטל

איך האב נישט וואס צוצולייגן העמיר ווארטן אז די זאלסט עלטער ווערן מיט 20 יאר און אנקומען צו בן ארבעים לבינה...

און ר' יום טוב וואס די שרייבסט אז ס'וועט זיך נישט פארקויפן אלע קלאסן, דאס בין איך זיכער אז מ'וועט עס יא פארקויפן בעז"ה, ס'איז אפשר טאקע נישטא אזא געיעג ביי מיידליך ווי ביי יונגלעך אבער מהאט נאך אלץ און איבעראל פארקויפט, קוק ווי 82 האט געבויעט אזא הערליכן ריזן בית רחל אין וומסב"ג און אלעז זכותים איז פארקויפט געוארן און אזוי אין אלע מקומות

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:07 pm
דורך סעטינגס
אחת ואחת האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל אויפברענגען די נאנסענט'ס פון צוגלייכן קרית יואל צו אלע מוסדות וואס בעטן טייער
אידען האבן משקיע געווען אלא יארן אין קרן ויואל משה די מוסדות זאל האבן א שטארקע יסוד די מוסדות האט די בעלות אויף 75% עקאנעמי פונעם שטעטעל אויב נישט מער, בפרט יעצט ווען עס ווערט פערטיג די 2טע ביזנעס סענטער ס"ה
שאפפינג סענטער ווי יעדע אינטש ווערט אויסגענוצט פאר טאפ $
ביזנעס סענטער ווי יעדע אינטש ווערט אויסגענוצט פאר טאפ $
קרן ויואל משה (וואס צוליב די הכנסה פון די מוסדות האט מען ביז יעצט נישט געקענט מאכן בר מצוה תקנות משא"כ וומ"ס ווי סגייט שוין אן 10 יאר)
בית השחיטה
בוטשער\דעלי
ועוד ועוד
אויב זענען זיי טאקע אזוי טייט מיטען באדשעט מיינט עס אדער אז מען האט אנגעזעצט און אנדערע אינוועסטמענטס, אדער ליגט די געלד אין פריוואטע טעשער וואס האלטען זיך אינאיין אויפבלאזען איך ווייס נישט וואס נאך צו טראכטען
זיי האבען בענק, טרעילער קאמפעני'ס, שותפות אין וואלמארט, ריעל עסטעיט אין מאנהעטן, 5 זאלען אין ברוקלין פארוואס רעכנסטו דעיס נישט אויס?

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:10 pm
דורך סעטינגס
לאו דוקא האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:מיר ווייסען אלע אז א נייע בנין איז נאר א הכנסה (ווי דער ברך משה האט עס אמאל גע'עצה'ט פאר מוסדות יטב לב) דא קען אבער זיין אנדערשט צוליב וואס סאיז צו שנעל איינס נאכן אנדערען

אפילו מען בויעט און קרית יואל בנינים אסאך שנעלער ווי ביי אלע אנדערע מוסדות, ממש איינס נאכן אנדערען,
בלייבן נאך אלס די קרית יואל מוסדות מיט עטליכע מיליאן דאלאר פראפיט נאך יעדן איינציגן בנין.
כידוע ליודעים, וויבאלד די היינטיגע נגידים גיסן גרויסע געלטער צו קענען האבן א טאוועל אפילו אויף א סינק אדער וואסער פאונטען וכו' וכו'.
און דאס איז טאקע אויך א סיבה פארוואס זיי גייען אזוי שנעל פון איין בנין צום אנדערען, וויבאלד פיל נגידים לויפן זיי נאך ווען קען איך שוין אפקויפן עפעס א זכות ווי ס'וועט זיין א טאוועל,
און נאך איידער די קאמפיין גייט ארויס איז שוין צוכאפט פילע זכותים אנגעהויכן פון חדרים און געענדיגט ביי טישן און בענק וכדו'.

ר' משה ישר איך האף אז איר זענט שוין 20 ס'זעט נישט אויס פון אייער תגובה...

איך האב געמיינט אז קרית יואל בויעט יעצט דריי בנינים פאר די מוסדות ווייל זיי מיזן נאכלויפן די וואוקס בליעיה"ר אבער דערווייל אכן נודע הדבר מ'וויל פשוט מאכן מיליאנען פראפיט....

שוין לאנג נישט נתגלה געווארן אזא מעכטיגע חידש דא אויפן וועלטל

איך האב נישט וואס צוצולייגן העמיר ווארטן אז די זאלסט עלטער ווערן מיט 20 יאר און אנקומען צו בן ארבעים לבינה...

און ר' יום טוב וואס די שרייבסט אז ס'וועט זיך נישט פארקויפן אלע קלאסן, דאס בין איך זיכער אז מ'וועט עס יא פארקויפן בעז"ה, ס'איז אפשר טאקע נישטא אזא געיעג ביי מיידליך ווי ביי יונגלעך אבער מהאט נאך אלץ און איבעראל פארקויפט, קוק ווי 82 האט געבויעט אזא הערליכן ריזן בית רחל אין וומסב"ג און אלעז זכותים איז פארקויפט געוארן און אזוי אין אלע מקומות
82 האט 'געבויט' א בנין 1 מאל אין וויפיל יאר? די לעצטע בנין וואס זיי האבען 'געבויט' פארדעם איז געווען עטרת יואל, אין די סקול האט גענומען יארען צו בויען, משא''כ דא איז לחץ צו ענדיגן די נייע בילדינגס אזוי שטארק אז מ'קען נישט שלעפן, (אין וומסב''ג גייט די ווערטל ווען מ'האט לחץ פיקסד מען איבער א אלטע בילדינג אין ווען מ'דארף געלט בויט מען א נייע)

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:12 pm
דורך Haklal
פאלם טרי האט געשריבן:מ'דארף נישט מאכען א עקסטערע אשכול מקען מאכן ק/פ פין די פאריאריגע 82 אשכול

מען האט שוין די אשכול אין די נוסח פין די פעטיציע, אין דעס אז קיינער וויל נישט אינטערשרייבן אין מען קען שוין צירוק פארשפארן דעם אשכול וחוזר חלילה

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 4:13 pm
דורך אחת ואחת
ווי לאנג פארדעם האט 82 געבויט (אדער געקויפט) א בית רחל כאטש 20 יאר משא"כ ק"י האט באנייעט א ריזיגע בית רחל ט"ו אב תשע"א
א ראי' אז ספארקויפט זיך שווערער, איז אז די הנהלה רעדט נישט קיין ווארט פון די 2טע ת"ת בילדינג אויף ראצפערט (וואס מען האלט שוין פעסט אינמיטען ארבעטען דארט) אלעס ווייל זיי ווילן קודם האבן פארקויפט די זכותים אינעם בית רחל

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:47 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אן אינטערעסאנטע מעשה'לע ווערט פארציילט אין א געוויסע שטעטעלע, וואו דער גלח און להבדיל דער רב - די צוויי מענטשן מיט אביסל מער איי. קיו. פון די דורכשניטליכע פויערן, האבן זיך גאר גוט געלעבט.

ויהי הלילה, עס איז שפעט אויפדערנאכט, און דער רב הערט קלאפן אויף זיין טיר. כ'גלייב אז ער האט געהאלטן דאן אינמיטן תיקון חצות, און ער עפנט דעם טיר. צו זיין וואונדער זעט ער דארט דעם גלח.

"וואס ברענגט אייך אהער אין אזא שפעטע שטונדע?" וואונדערט זיך דער רב.

"ששש! איך האב א פראבלעם, כ'האנישט וואס צו עסן, מיין פאמיליע גייט אויס פאר הונגער! וויאזוי לעבט איר מיט אזא ברייטקייט?"

דער רב האט זיך צושמייכלט, און אריינגערוימט אין אויער פארן גלח: 'הער מיר גוט אויס. אז איך דארף פרנסה בוי איך אויף א נייע בעסמעדרעש"...

"וואס הייסט?"

"מעלד איין אז דו גייסט בויען א פרישע גרויסע קירכע, און יעדע שטיק צייט מאכט מען אן "עמערדזשענסי קאמפיין", פארשטייט זיך אז יעדע פענסטער אדער טיר ווערט פארקויפט פאר גרויס געלט, דיין פרעפל ברעטל פארקויף פאר א מיליאן רייניש, וועסטו זען אז דו האסט ברייט צום לעבן"...

דעם קומענדיגן צופרי האט דער קריסטליכער געמיינדע אין שטאט גערוישט, דער גלח גייט בויען א הערליכע פראכטפולער קירכע, און מען מאכט א מצב...

דריי יאר איז אדורך.

"וואס הייסט? וואס האט פאסירט מיט די קירכע?"

"די קירכע איז שוין פארטיג, עס שטייט מייסטערהאפטיג אויף איר ארט!" קרעכצט דער גלח.

"איי איי איי דו בטלן! דו ווייסט נישט אז מ'ענדיגט קיינמאל נישט צו בויען א בנין? וואו איז דיין שכל?"...

---

די נמשל: אין קרית יואל ענדיגט מען כמעט יעדע יאר א פרישע בנין... ודי.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 8:30 pm
דורך צל עובר
eller האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:און לאמיר נישט זאגן הויעך אז יו טי עי אוו קעי זשעי איז באשאנקען און האט עקסעס צו רעגירונגס פראגראמען, פראפערטיס פאר בניני המוסדות פאר זערא דאללערס, אינקאם פון שאפינג סענטערס און בית השחיטה וכו׳
אז דע אנדערע צוויי מוסדות זענען נישט מאכט נאר דע קשיא נאך שווערער וד״ל

פארוואס נישט זאגן הויעך ?
לעניות דעתי האבן זיי אסאך מער פראגרעם'ס פון 82.
אגב כ'בין נאר נייגעריג ווער עס מאכט די גרויס געלט פון געבן די שטח פאר די באסעס ביים ביה"ח מאכט עס קהל ? די מוסדות אדער די ווילעדזש אדער אלע 3 ????

זיי האבן ווייניגער פראגראמען ווי עני מוסד אין ניו יארק סיטי אדער דזשערסי סיטי, וואוטשערס איז מער ווי די אלע זאכן.

לגבי די אנדערע צוויי מוסדות, דאכציך זיי פלעגן אלעמאל בעטן די יעצט געהעכערטע נאמבערס, אזוי ווי אלע מוסדות פון מאנסי, זיי האבן א קלענערע פראצענט בני עניים, און מוסדות ויואל משה מוטשעט זיך טאקע אלעמאל געפערליך כידוע, מוסדות בני יואל האט דאכציך א בעסערע אינטערנעשענעל פאנדרעיזינג אפאראט א מעין פון וואס @מיללער רעדט.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 8:37 pm
דורך צל עובר
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע מעשה'לע ווערט פארציילט אין א געוויסע שטעטעלע, וואו דער גלח און להבדיל דער רב - די צוויי מענטשן מיט אביסל מער איי. קיו. פון די דורכשניטליכע פויערן, האבן זיך גאר גוט געלעבט.

ויהי הלילה, עס איז שפעט אויפדערנאכט, און דער רב הערט קלאפן אויף זיין טיר. כ'גלייב אז ער האט געהאלטן דאן אינמיטן תיקון חצות, און ער עפנט דעם טיר. צו זיין וואונדער זעט ער דארט דעם גלח.

"וואס ברענגט אייך אהער אין אזא שפעטע שטונדע?" וואונדערט זיך דער רב.

"ששש! איך האב א פראבלעם, כ'האנישט וואס צו עסן, מיין פאמיליע גייט אויס פאר הונגער! וויאזוי לעבט איר מיט אזא ברייטקייט?"

דער רב האט זיך צושמייכלט, און אריינגערוימט אין אויער פארן גלח: 'הער מיר גוט אויס. אז איך דארף פרנסה בוי איך אויף א נייע בעסמעדרעש"...

"וואס הייסט?"

"מעלד איין אז דו גייסט בויען א פרישע גרויסע קירכע, און יעדע שטיק צייט מאכט מען אן "עמערדזשענסי קאמפיין", פארשטייט זיך אז יעדע פענסטער אדער טיר ווערט פארקויפט פאר גרויס געלט, דיין פרעפל ברעטל פארקויף פאר א מיליאן רייניש, וועסטו זען אז דו האסט ברייט צום לעבן"...

דעם קומענדיגן צופרי האט דער קריסטליכער געמיינדע אין שטאט גערוישט, דער גלח גייט בויען א הערליכע פראכטפולער קירכע, און מען מאכט א מצב...

דריי יאר איז אדורך.

ויהי הלילה, עס איז שפעט אויפדערנאכט, און דער רב הערט קלאפן אויף זיין טיר. כ'גלייב אז ער האט געהאלטן דאן אינמיטן תיקון חצות, און ער עפנט דעם טיר. צו זיין וואונדער זעט ער דארט דעם גלח.

"וואס ברענגט אייך אהער אין אזא שפעטע שטונדע?" וואונדערט זיך דער רב.

"ששש! איך האב א פראבלעם, כ'האנישט וואס צו עסן, מיין פאמיליע גייט אויס פאר הונגער! וויאזוי לעבט איר מיט אזא ברייטקייט?"

"וואס הייסט? וואס האט פאסירט מיט די קירכע?"

"די קירכע איז שוין פארטיג, עס שטייט מייסטערהאפטיג אויף איר ארט!" קרעכצט דער גלח.

"איי איי איי דו בטלן! דו ווייסט נישט אז מ'ענדיגט קיינמאל נישט צו בויען א בנין? וואו איז דיין שכל?"...

---

די נמשל: אין קרית יואל ענדיגט מען כמעט יעדע יאר א פרישע בנין... ודי.

איך פארשטיי נישט, און די אלע בנינים זענען ליידיג?

און בכלל פארוואס קען מען נישט טון די געהעריגע וועג, וואס דאס טוט מען גראדע אין באראפארק, בויען איין בנין יארן לאנג אזוי איז די קאסט אסאך ביליגער און די אינקאם קען זיין די זעלבע.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 8:45 pm
דורך אהער און אהין
דער קלויזענבורגער רב זצ''ל האט געזאגט פאר ר' שלום וואלדמאן ע''ה (ראה''ק סאטמאר מאנטריאל) "ווילאנג מען בויעט (א בנין), איז דא געלט"...

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 10:31 pm
דורך קניידל פארעם
איך וויל נאר זאגן אגב, איך זעה אז דער עולם רעכנט אויס דער בית השחיטה אלס א חלק פון די הכנסות פון די מוסדות, וויל איך אייך איינמעלדן אז דאס באלאנגט שוין לאאאאנג נישט פאר די מוסדות, ר' מ. ה. האט דאס אויסגעקויפט מיט עטליכע יאר צוריק.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 10:41 pm
דורך פאטאקי08
קניידל פארעם האט געשריבן:איך וויל נאר זאגן אגב, איך זעה אז דער עולם רעכנט אויס דער בית השחיטה אלס א חלק פון די הכנסות פון די מוסדות, וויל איך אייך איינמעלדן אז דאס באלאנגט שוין לאאאאנג נישט פאר די מוסדות, ר' מ. ה. האט דאס אויסגעקויפט מיט עטליכע יאר צוריק.

עס איז נאך אלס נכסי ציבור