בלאט 6 פון 9

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:43 pm
דורך יואל שרייבער
צו געזונט האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:סבאדערט מיר אויך אז מען העכערט אבער פין דע אנדערע זייט ווייס איך נישט צו סאיז דא נאך א מוסד וואס האט אזויפיל עלטערן וואס צאלן אינגאנצן נישט אדער ממש די מינימים אזוי ווי דעי מוסד.
אין די סיטי איז זייט סאיז דא די וואוטשערס איז נישט נאר דעי וואס פלעגן צאלן גיט צאלן נאך בעסער נאר אפילו דעי וואס פלעגן גארנישט צאלן למשל די מלמדים האבן היינט וואוטשערס, אבער אין קרית יואל איז דעס נישטא אין א ריזיגע פראצענט צאלט גארנישט אדער כמעט גארנישט חוץ פין די מלמדים וואס איז אפציעל בחינם

דאס איז די אבאמא דאקטארין. יענער ארבעט נישט, און דו צאל קנס

דאכט זיך אז דער מחבר פון הלכות צדקה אין שולחן ערוך האט געהייסן קארו, ניין?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:56 pm
דורך מיללער
איך בין נישט דא צו בארעכטיגן די שריט פון ארויפגיין מיטן שכ"ל, אבער די וואס שרייען אז מער מוסדות וואלט אויפגעטאן, די מציאות איז אז די אומפארטאיישיע מוסדות למשל מונקאטש אין מאנסי, בעטן דאפלט שכ"ל ווי די גרויסע פארטיי-מוסדות'ער און זענען יעדע ליאדע מינוט אין סכנה פון ווערן פארמאכט, מחוסר ממון.

בעצם לגבי די פראבלעמען פינאנציעל אין אזא גרויסע מוסד ווי קרית יואל, איז לדעתי פארהאן א שטארקע לאך אין PR און פאנדרעיזינג.

אין א צייט ווען תהלים כולל, בוני עולם, רופא חולים און ביקור חולים און זאגאר מוסדות יטב לב, שלעפן ארויס שווערע מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט מיט געקינצלטע שטיק פון ישועות, סגולות, הבטחות, דראמא, אפשרעקן, קאנצערטן און טעאטער-שטיק דינערס, שטייען די מוסדות מיט גאר א פרימיטיווען פאנדרעיזינג אפאראט.

אזא ריזיגע מוסד דארף האבן לאקאלע פאנדרעיזערס אין אלע אידישע צענטערן, מאכן גיי-פאנד-מיך קאמפיינס, דינערס, צוזאגן ישועות, קינדער פארשטעלונגען, פארקויפן זכותים, שיקן פארשטייער צום ציון פון רביה"ק, קיין איהעל, קיין סיגוט, קיין צאנז, און אויפבויען א פאנדרעיזינג אפאראט וואס זאל אריינברענגען מיליאנען צו דעקן די קאסטן פון בני עניים און משפחות וואס קענען נישט באצאלן די שכ"ל.

דאס מיינט נישט אז ווער עס איז ביכולת דארף זיך אנלייגן אויף אנדערע, אבער אויב העכערן שכ"ל צוליב דעם וואס נישט יעדער קען באצאלן איז פאנדרעיזן מער אן אויסגעהאלטענער צוגאנג.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:59 pm
דורך קניידל פארעם
מיללער האט געשריבן:איך בין נישט דא צו בארעכטיגן די שריט פון ארויפגיין מיטן שכ"ל, אבער די וואס שרייען אז מער מוסדות וואלט אויפגעטאן, די מציאות איז אז די אומפארטאיישיע מוסדות למשל מונקאטש אין מאנסי, בעטן דאפלט שכ"ל ווי די גרויסע פארטיי-מוסדות'ער און זענען יעדע ליאדע מינוט אין סכנה פון ווערן פארמאכט, מחוסר ממון.

בעצם לגבי די פראבלעמען פינאנציעל אין אזא גרויסע מוסד ווי קרית יואל, איז לדעתי פארהאן א שטארקע לאך אין PR און פאנדרעיזינג.

אין א צייט ווען תהלים כולל, בוני עולם, רופא חולים און ביקור חולים און זאכאר מוסגות יטב לב, שלעפן ארויס שווערע מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט מיט געקינצלטע שטיק פון ישועות, סגולות, הבטחות, דראמא, אפשרעקן, קאנצערטן און טעאטער-שטיק דינערס, שטייען די מוסדות מיט גאר א פרימיטיווען פאנדרעיזינג אפאראט.

אזא ריזיגע מוסד דארף האבן לאקאלע פאנדרעיזערס אין אלע אידישע צענטערן, מאכן גיי-פאנד-מיך קאמפיינס, דינערס, צוזאגן ישועות, קינדער פארשטעלונגען, פארקויפן זכותים, שיקן פארשטייער צום ציון פון רביה"ק, קיין איהעל, קיין סיגוט, קיין צאנז, און אויפבויען א פאנדרעיזינג אפאראט וואס זאל אריינברענגען מיליאנען צו דעקן די קאסטן פון בני עניים און משפחות וואס קענען נישט באצאלן די שכ"ל.

דאס מיינט נישט אז ווער עס איז ביכולת דארף זיך אנלייגן אויף אנדערע, אבער אויב העכערן שכ"ל צוליב דעם וואס נישט יעדער קען באצאלן איז פאנדרעיזן מער אן אויסגעהאלטענער צוגאנג.

איך וואלט אגרי'ט אז דאס איז די סיבה ווען ר' אהרן וועלץ מוז ווען אויך אנקומען דערצו, אזוי ווי ער טוט דאס נישט, און איז נאך אפשר מער פרימיטיוו אין פאנדרעיזונג, איז א ראי' אז נישט דאס איז די סיבה ווייל מ'קען אן דעם, מ'דארף נאר וויסן ווי אזוי.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:01 pm
דורך מיללער
בארא פארק האט אנדערע 'דיינעמיקס' ווי קרית יואל, מ'קען נישט מדמה זיין מילתא למילתא

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:03 pm
דורך קניידל פארעם
איך שעם מיר צו פרעגן וואס "דיינעמיקס" מיינט, זאג מיר אומגעפרעגט ביטע.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:05 pm
דורך דברים אלו
מיללער האט געשריבן:בארא פארק האט אנדערע 'דיינעמיקס' ווי קרית יואל, מ'קען נישט מדמה זיין מילתא למילתא

זייט ביטע מסביר פאר אינז פשיטי עם וואס איר האט גענטפערט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:12 pm
דורך מיללער
דברים אלו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בארא פארק האט אנדערע 'דיינעמיקס' ווי קרית יואל, מ'קען נישט מדמה זיין מילתא למילתא

זייט ביטע מסביר פאר אינז פשיטי עם וואס איר האט גענטפערט

'דיינעמיקס' איז טייטש די גאנצע מעכאניזם וואס,שטעלט צאם דעם פאזל.

לדוגמא עטליכע יסודות'דיגע שינוים פון סאטמאר בארא פארק צו קרית יואל

א. סאטמאר בארא פארק איז איינס פון 'צענדליגע' מוסדות, אין די שטאט, ער האט נישט דעם התחייבות אריינצונעמען יעדע איינציגע משפחה
ב. בארא פארק משפחות זענען אין עוורידזש היבש קלענער ווי קרית יואל
ג. רוב מלמדים אין ב"פ האבן נישט די קינדער אין די ארטיגע מוסדות, וואס נעמט אראפ די התחייבות צוצושטעלן פרייע שכ"ל פאר זייערע קינדער
ד. די דורכשניטליכע פארדינסטן פון די עלטערן פון ב"פ איז פיל העכער ווי אין קר"י
ה. די זאלן/בוטשערס און אנדערע הכנסות אין ב"פ סערווירט צעהן מאל א גרעסערע ציבור פראצענטועל ווי די מוסדות גרויסקייט


ועוד ועוד חילוקים, ואין לדמות ביניהם כלל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:17 pm
דורך צו געזונט
און מלמדים וואס וואוינען אין בארא פארק דארפען אויך צאלען "עפעס" שכר לימוד. נישטא די גענצליך פרייע דערהער.
ער האט א ביליגען זאל, און אויך א גאר טייערע זאל וואס ברענגט אריין אסאך געלט, סיי פון גאר רייכע חתונות און טייערע דינער'ס א.ד.ג.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:48 pm
דורך הרב_שלום
צו געזונט האט געשריבן:און מלמדים וואס וואוינען אין בארא פארק דארפען אויך צאלען "עפעס" שכר לימוד. נישטא די גענצליך פרייע דערהער.
ער האט א ביליגען זאל, און אויך א גאר טייערע זאל וואס ברענגט אריין אסאך געלט, סיי פון גאר רייכע חתונות און טייערע דינער'ס א.ד.ג.

אלע מלמדים אין בארא פארק וואוינען אין ווימס

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 12:27 am
דורך יצחק ברוך
און אין ב''פ אז מ'מוטשעט זיך גייט מען ארויף צו שכר לימוד משא''כ... כ'מיין אזויווי אין מאנרא.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 4:27 am
דורך Think and Thank
אחת ואחת האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?

מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז

אזוי גאר?!?!

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 6:35 am
דורך קרייסלער
און לאמיר נישט זאגן הויעך אז יו טי עי אוו קעי זשעי איז באשאנקען און האט עקסעס צו רעגירונגס פראגראמען, פראפערטיס פאר בניני המוסדות פאר זערא דאללערס, אינקאם פון שאפינג סענטערס און בית השחיטה וכו׳
אז דע אנדערע צוויי מוסדות זענען נישט מאכט נאר דע קשיא נאך שווערער וד״ל

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 9:06 am
דורך אהער און אהין
בשעה שיש האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...

קודם קוקט אויס ווי די צאלסט נישט קיין שכר לימד בכלל
און צווייטענס איך באלאנג צו דעי קהילה

נו טאמער צאל איך נישט, קאנסטו מיר פשטון נאכאמאכן, הער בלויז אויף צו שרייען, און נידער דיין בלוט דרוק.
בנוגע די קהילה חלק, ביסטו גערעכט.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 9:16 am
דורך אהער און אהין
מיללער האט געשריבן:איך בין נישט דא צו בארעכטיגן די שריט פון ארויפגיין מיטן שכ"ל, אבער די וואס שרייען אז מער מוסדות וואלט אויפגעטאן, די מציאות איז אז די אומפארטאיישיע מוסדות למשל מונקאטש אין מאנסי, בעטן דאפלט שכ"ל ווי די גרויסע פארטיי-מוסדות'ער און זענען יעדע ליאדע מינוט אין סכנה פון ווערן פארמאכט, מחוסר ממון.

בעצם לגבי די פראבלעמען פינאנציעל אין אזא גרויסע מוסד ווי קרית יואל, איז לדעתי פארהאן א שטארקע לאך אין PR און פאנדרעיזינג.

אין א צייט ווען תהלים כולל, בוני עולם, רופא חולים און ביקור חולים און זאגאר מוסדות יטב לב, שלעפן ארויס שווערע מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט מיט געקינצלטע שטיק פון ישועות, סגולות, הבטחות, דראמא, אפשרעקן, קאנצערטן און טעאטער-שטיק דינערס, שטייען די מוסדות מיט גאר א פרימיטיווען פאנדרעיזינג אפאראט.

אזא ריזיגע מוסד דארף האבן לאקאלע פאנדרעיזערס אין אלע אידישע צענטערן, מאכן גיי-פאנד-מיך קאמפיינס, דינערס, צוזאגן ישועות, קינדער פארשטעלונגען, פארקויפן זכותים, שיקן פארשטייער צום ציון פון רביה"ק, קיין איהעל, קיין סיגוט, קיין צאנז, און אויפבויען א פאנדרעיזינג אפאראט וואס זאל אריינברענגען מיליאנען צו דעקן די קאסטן פון בני עניים און משפחות וואס קענען נישט באצאלן די שכ"ל.

דאס מיינט נישט אז ווער עס איז ביכולת דארף זיך אנלייגן אויף אנדערע, אבער אויב העכערן שכ"ל צוליב דעם וואס נישט יעדער קען באצאלן איז פאנדרעיזן מער אן אויסגעהאלטענער צוגאנג.

א אלטע טענה דאס אויף די מוסדות וואס צאלן ווייניג פאר די סאבס, ווייל ''זענען נאן פראפיט''
אבער פון די צווייטע זייט איז ''נאן פראפיט'' א גאלדן גרוב, ס'נישט דא קיין לימיטס, מען קען מאכן געלד פון מעקסיקאו ביז ארגענטינא, און אלעס אינצווישן.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 9:35 am
דורך האש שלי
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:They always say that the people who can afford have to make up for the people who cannot afford that's why they charging more then you Child really cost for them but in any other place when I go to the pizza store I don't pay extra because he would give for someone else cheaper.
I understand they have to go collect money from people but not force it up as a part of the cost

די גראסערי האט גראדע א גרעסערע מארק אפ ווייל מענטשן באצאלן נישט זיי זאגן ווען מען קען ווען נישט אויפשרייבן וואלטן זיי געווען ביליגער

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 9:47 am
דורך האש שלי
משה ישר האט געשריבן:וויפיל נעמען קענט איר וואס צאלן אינגאנצן נישט?

עס איז דא וואס צאהלן 250 א חודש פאר זיבן קינדער. דעס הייסט געצאלט?

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 10:25 am
דורך מי יודע
מיללער האט געשריבן:איך בין נישט דא צו בארעכטיגן די שריט פון ארויפגיין מיטן שכ"ל, אבער די וואס שרייען אז מער מוסדות וואלט אויפגעטאן, די מציאות איז אז די אומפארטאיישיע מוסדות למשל מונקאטש אין מאנסי, בעטן דאפלט שכ"ל ווי די גרויסע פארטיי-מוסדות'ער און זענען יעדע ליאדע מינוט אין סכנה פון ווערן פארמאכט, מחוסר ממון.

בעצם לגבי די פראבלעמען פינאנציעל אין אזא גרויסע מוסד ווי קרית יואל, איז לדעתי פארהאן א שטארקע לאך אין PR און פאנדרעיזינג.

אין א צייט ווען תהלים כולל, בוני עולם, רופא חולים און ביקור חולים און זאגאר מוסדות יטב לב, שלעפן ארויס שווערע מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט מיט געקינצלטע שטיק פון ישועות, סגולות, הבטחות, דראמא, אפשרעקן, קאנצערטן און טעאטער-שטיק דינערס, שטייען די מוסדות מיט גאר א פרימיטיווען פאנדרעיזינג אפאראט.

אזא ריזיגע מוסד דארף האבן לאקאלע פאנדרעיזערס אין אלע אידישע צענטערן, מאכן גיי-פאנד-מיך קאמפיינס, דינערס, צוזאגן ישועות, קינדער פארשטעלונגען, פארקויפן זכותים, שיקן פארשטייער צום ציון פון רביה"ק, קיין איהעל, קיין סיגוט, קיין צאנז, און אויפבויען א פאנדרעיזינג אפאראט וואס זאל אריינברענגען מיליאנען צו דעקן די קאסטן פון בני עניים און משפחות וואס קענען נישט באצאלן די שכ"ל.

דאס מיינט נישט אז ווער עס איז ביכולת דארף זיך אנלייגן אויף אנדערע, אבער אויב העכערן שכ"ל צוליב דעם וואס נישט יעדער קען באצאלן איז פאנדרעיזן מער אן אויסגעהאלטענער צוגאנג.

די תירוץ פון העכערן שכ"ל ווייל נישט יעדער קען באצאלן איז א עולה, ווייל פאנדרעיזינג וויפיל בעסער ס'קען זיין איז יעצט אויך דא א געוואלד מיט וועגן ווי מ'שלעפט געלט דורך בן גמלא, און די קרן יואל משה קאסע, ממילא אז דו דעקסט נישט מאך שטערקער פאנד רעיזינג, נישט שמייס דעם אלגעמיינעם ציבור וואס דאס ברענגט איין זאך, מ'זוכט נישט צו געבן א פעני מער וואס מ'ברויך נישט

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 12:29 pm
דורך לאו דוקא
די פאקט איז אז א גרויסער עולם מופט אוועק פון די סיטי

און איך קוק מיך אום ביי מיין עידש בערך מיט וועם איך האב געלערנט אין די מתיבתא אין קרית יואל

די מער בעל בתישע יונגעלייט זענען געגאנגען קיין מאנסי און די מער עמך קיין קרית יואל (איך רעד בדרך כלל, אוודאי איז דא אויסנאמ'ס)
סאו איך קען זייער גוט פארשטיין פארוואס קרית יואל מיטשעט זיך אזוי ווען זיי וואקסן דורך גרויסע און ארימע משפחות


און דאס וואס מ'טענה'ט דא אז ס'איז נישט יושר אז ווייל ס'איז דא ווער ס'צאלט נישט זאל איך דארפן צאלן מער?
יא! דאס איז די מציאות און ווען די וואלסט געווען אין הנהלה וואלסטו געטון דאס זעלבע...
ווייל די פאקט איז אז סאיז דא א לאך און געווענליך איז עס אויך דורך דיין ברודער-שוואגער-טאטע-שווער וואס האט נישט צו צאלן געהעריג...
און וואס דען זאל מען טון?


און דאס וואס איינער טענה'ט דא אז מ'דארף שטערקער מאכן די פאנדרעיזינג... ס'איז זייער א שיינע סטעיטמענט אבער יעדער וואס אינוואלווד
אביסל אין א א הנהלה אדער ארגענעזאציע ווייסט אז ס'האט א לימיט וויפיל מ'קען שנארן לאמיר זאגן אז א דורכשניטליכער מענטש געט יערליך
1000$ צום דינער (הלוואי...) וועט ער נישט געבן קיין פליצלינגע העכערונג אין בעסטן פאל (איך רעד נישט פון א נגיד) מער ווי נאך
א הינדערטער צו צוויי,

און ווען מ'רעדט פון אזוינע דראסטישע נומערן וואס זיי שרייען אז זייער לאך איז, איז די איינציגסטע וועג דאס צו נעמען דורך שכ"ל און אזוי טוט מען איבעראל

און יא, ס'איז זייער פארשטענדליך אז ס'טוט וויי
אבער מ'וועט זיך צוגעוואינען בעז"ה און דער אייבערשטער זאל אונז טאקע שיקן אז מ'זאל עס גרינג קענען דעקן...

ובדרך אגב: איך געדענק ווען די קרית יואלע אידן האבן אלץ פארפירט קעגן ר' מ.ה. וואס קיינער ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך דארט אין די קאסע וכו' וכו',

איך געדענק גוט ר' שלמה זלמן ווייס פון ישיבה (ס'איז דא נאך פרישע יונגע כוחות אבער איך קען נישט יעדן) און איך מיז ענק זאגן אז קרית יואל איז
לאקי מיט אזוינע נייע מענטשן און אז זיי האבן זעט אויס אנגעהויבן אריינקיקן אין די ביכער אזויווי דרוילם האט אלץ געוואלט.. און זעט אויס אז זיי האבן איינגעזען אז
ס'איז גרויסע צרות.... און געמאכט דעם דעסיזשן אז מ'מיז דראסטיש העכערן שכ"ל ... סאו איז זיכער נישטא קיין אנדערע ברירה, ודי בזה

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 12:32 pm
דורך סאדאם חוסעין
למשל איך האב מיר מיין בוטשעט, איך צאל א געוויס ע אמאנט פאר שכר לימוד, + דינער + בן גמלא, אויב גייט מען העכערן מיין שכר לימוד נאו פראבלעם וועל איך עס אראפ נעמען פון די דינר געלט / גמלא געלט.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 1:04 pm
דורך ר' יום טוב
אמת אז ס'איז דא א מאסיווע פראצענט וואס צאלט נישט געהעריג.
זיי שרייבן אבער נישט דאס, זיי שרייבן אז די וואס צאלן יא געהעריג צאלן נישט גענוג.

נישט לאנג צוריק האט זיך איינעם'ס ביל בטעות מיטגעשלייכט אין מיין ביל אין די פאסט. יענער איז א דורכשניטליכער פארדינער גענוי ווי מיר. די פרייז וואס ער צאלט (צאלט נישט..) פער קינד איז אפיציעל א דריטל פון מיינס, מיט האלב די קינדער פון מיר.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 1:18 pm
דורך פאטאקי08
מיללער
די סיבה צום פאנדרעיזינג אישו איז צוליב די נייע בנינים וואס איז געפאלן צו לאסט אויף יעדן יחיד און מען קאמפיינט אויף קרן הבנין עקסטער יעדן נייען בנין און דאס נעמט אוועק פון דינער בן גמלא חשבון

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 1:20 pm
דורך לאו דוקא
ר' יום טוב

ווי איך פארשטיי גייט דאס אינאיינעם

די קאסט פרייז איז אזוי ווי זיי שרייבן דא 335 א יונגל און 305 א מיידל (מיר איז גראדע געווען א חידוש וואס קיינער האט נישט געשריבן דא אז אין דעם איז שוין אינקלאדעט אלעס ד.ה. טראנפערטעישן און רעגיסטרעישן דעי קעמפ, אזוי זע איך אויף זייער צעטיל וואס איינער האט מיר געשיקט דא) און אזוי איז געווען די קאסט ביז יעצט אויך

נאר היות זיי האבן פארשידענע אייגענע אינקאמ'ס ווי אויבן האט שוין דרוילם אויסגערעכנט האבן זיי נישט געמיזט רעדן פון די קאסט פרייז און עס אינפארסן און ס'איז געווען גענוג אז מ'צאלט דעם דורכשניטליכן פרייז (איך ווייס נישט פינקליך וויפיל ס'איז -מיין ברודער פון ק"י זאגט מיר אז ער צאלט 275$)

אבער היות די ציבור וואס צאלט נישט אדער צאלט למחצה לשליש וואקסט אויף הייוון און זיי מיזן ניצן די אינקאמ'ס צו קאווערן זייער שכר לימוד מיזן זיי קומען צו דיר און צו די דורכשניטליכע נארמאלע מענטשן וואס פלעגן צאלן דורכשניטליך און בלית ברירה בעטן אז די זאלסט יא צאלן וויפיל דיין קינד קאסט באמת

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 1:42 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
האש שלי האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:They always say that the people who can afford have to make up for the people who cannot afford that's why they charging more then you Child really cost for them but in any other place when I go to the pizza store I don't pay extra because he would give for someone else cheaper.
I understand they have to go collect money from people but not force it up as a part of the cost

די גראסערי האט גראדע א גרעסערע מארק אפ ווייל מענטשן באצאלן נישט זיי זאגן ווען מען קען ווען נישט אויפשרייבן וואלטן זיי געווען ביליגער

די גראסארי גייט נישט נאך געלט . די ישיבה גייט נאך געלט צי פארפילן דע לאך

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 1:44 pm
דורך eller
קרייסלער האט געשריבן:און לאמיר נישט זאגן הויעך אז יו טי עי אוו קעי זשעי איז באשאנקען און האט עקסעס צו רעגירונגס פראגראמען, פראפערטיס פאר בניני המוסדות פאר זערא דאללערס, אינקאם פון שאפינג סענטערס און בית השחיטה וכו׳
אז דע אנדערע צוויי מוסדות זענען נישט מאכט נאר דע קשיא נאך שווערער וד״ל

פארוואס נישט זאגן הויעך ?
לעניות דעתי האבן זיי אסאך מער פראגרעם'ס פון 82.
אגב כ'בין נאר נייגעריג ווער עס מאכט די גרויס געלט פון געבן די שטח פאר די באסעס ביים ביה"ח מאכט עס קהל ? די מוסדות אדער די ווילעדזש אדער אלע 3 ????

געשריבן: מוצ"ש יולי 07, 2018 11:18 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
לאו דוקא האט געשריבן:און דאס וואס איינער טענה'ט דא אז מ'דארף שטערקער מאכן די פאנדרעיזינג... ס'איז זייער א שיינע סטעיטמענט אבער יעדער וואס אינוואלווד
אביסל אין א א הנהלה אדער ארגענעזאציע ווייסט אז ס'האט א לימיט וויפיל מ'קען שנארן לאמיר זאגן אז א דורכשניטליכער מענטש געט יערליך
1000$ צום דינער (הלוואי...) וועט ער נישט געבן קיין פליצלינגע העכערונג אין בעסטן פאל (איך רעד נישט פון א נגיד) מער ווי נאך
א הינדערטער צו צוויי,

איך ווייס נישט וואס די לימיט אויף צו שנארען איז אבער די פאקט איז אז די היינטיגע עדמינעסטרעיטערס פון מוסדות טרייען אפילו נישט צו שנארען אזוי ווי די אמאליגע האבען איך האב עס מיטגעהאלטען ביי אפאר מוסדות וואס איך האב קאמפעירט צו 15 יאר צירוק און ארויף