UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש
אצינד האבן אלע תושבי קרית יואל באקומען א בריוו אז זייער שכ"ל גייט ארויפ מיט $100 פער קינד
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

-
- שר חמישים
- תגובות: 57
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:04 pm
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?
מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אויף מיין בריוו קומט אויס א חשבון אז זיי פלאנען ארויפצוגיין מיט 200 א קינד
איינער האט מיר לעצטענס געמאכט א חשבון אז עפעס שטימט נישט, די סלאגאן איז צאל די קאסטן פון דיין קינד, יעצט בואו ונחשוב חשבונו של עולם
די בודזשעט ביים דינער איז געווען 43 מיליאן דאלער
קינדער איז דא בערך 9500 קיעה"ר
קומט אויס בערך 4526 דאלער פאר א קינד א יאר
צוטייל אין 12 חדשים קומט אויס די קאסט פרייז איז 377
יעצט נעם אראפ די פראגראמען וואס זיי אליין זאגן אז מ'מאכט בערך 110 דאלער אויף א קינד קומט דאס אויס 267 א קינד
ממילא ווייס איך נישט ווי זיי קומען אן צו די גרויסע נומערן

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...
עס איז נישט ווי א ביזנעס. זיי זענען נישט דא פאר פראפיט. און זיי ארבעטן פארן ציבור. די ציבור איז זייער בעל הבית. עס איז ווי א גאווערמענט פאר די פיעפעל
לעצט פארראכטן דורך Don't worry אום דאנערשטאג יולי 05, 2018 4:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...
און דו האלטסט אז זיי ווילן הערן דעם תירוץ ווען זיי קומען אריבער צו א עושר נאך געלט? אדער ווען מען קומט שנארן פון יעדען אינגערמאן בשבעת ימי המשתה ער זאל זיך אויפסיינען אויף בן גמלא? דער תירוץ זאל זיין - ביסט א ביזנעס, האסט שוין אמאל געהערט א ביזנעס גייט נאך געלט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
מי יודע האט געשריבן:אויף מיין בריוו קומט אויס א חשבון אז זיי פלאנען ארויפצוגיין מיט 200 א קינד
איינער האט מיר לעצטענס געמאכט א חשבון אז עפעס שטימט נישט, די סלאגאן איז צאל די קאסטן פון דיין קינד, יעצט בואו ונחשוב חשבונו של עולם
די בודזשעט ביים דינער איז געווען 43 מיליאן דאלער
קינדער איז דא בערך 9500 קיעה"ר
קומט אויס בערך 4526 דאלער פאר א קינד א יאר
צוטייל אין 12 חדשים קומט אויס די קאסט פרייז איז 377
יעצט נעם אראפ די פראגראמען וואס זיי אליין זאגן אז מ'מאכט בערך 110 דאלער אויף א קינד קומט דאס אויס 267 א קינד
ממילא ווייס איך נישט ווי זיי קומען אן צו די גרויסע נומערן
און וואס טוט זיך מיט די בערך 15 ביז 20 גוט גייענדע ביזנעסער וואס באלאנגט פאר די מוסדות און ברענגט אריין א יאר שווערע מיליאנען, וואס די הכנסות גייט פאר די מוסדות?
לעצט פארראכטן דורך משה ישר אום דאנערשטאג יולי 05, 2018 9:47 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?
מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.
אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.
אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
אחת ואחת האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?
מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.
אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז
אזוי גאר
וויפיל איז די נייע פרייז דארט?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אחת ואחת האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:זיי האבן געזען אז די ווילאמסבורגע מחוצפים צאלן די העכערע פרייזן ווי שעפעלך, פארוואס זאלן זיי נישט העכערן?
מ'העט שוין שפעטער מאכן א גמ"ח, וואס גייט אויסבארגן די שכ"ל.
אין וומ"ס איז כאטש דא וואטשערס און ווער עס איז נישט בארעכטיגט דערפאר האט צו צאלן די העכערע פרייז
וועלפעיר איז דא
וואטשער'ס איז שוין לאנג נישטא
[אפשר קאמביינט מען דעם אשכול מיטן 82 אשכול, די זעלבע טענות גייען יעצט גיין אהין און צוריק]
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
מי יודע האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:איך האלט אז זיי מעגן העכערן וויפיל זיי ווילן, ס'אזויווי א ביזנעס, קענסט שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, ס'דא ויואל משה, בני יואל, אדער עפן אליינס אויף.
יעדע זאך קאסט געלד, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי שכר לימוד פארשטייען דאס נישט מענטשן. גיי פרעג א איד אין פלעטבוש וויפיל ער צאלט...
און דו האלטסט אז זיי ווילן הערן דעם תירוץ ווען זיי קומען אריבער צו א עושר נאך געלט? אדער ווען מען קומט שנארן פון יעדען אינגערמאן בשבעת ימי המשתה ער זאל זיך אויפסיינען אויף בן גמלא? דער תירוץ זאל זיין - ביסט א ביזנעס, האסט שוין אמאל געהערט א ביזנעס גייט נאך געלט?
זיי מעגן קומען שנארן פאר בן גמלא, דו מוזט זיי נישט געבן אדער אפי' אויפנעמען.
אין וויליאמסבורג האבן זיי געארבעט זייער עטיש, זיך אראפגעזעצט מיט יעדן, פרובירט צו פארהאנדלען, און דער עולם האט זיך שיין אנגערופן, דארט איז עס געווען א שטארקע סוקסעס, מען רעדט דאך דא פון אונזערע באליבטע קינדערלעך...
אויב די קרית יואלער עסקנים/הנהלה וועט ארבייטען אויפן זעלבן אופן, זע איך אז דער עולם זאל גוט קאאפערירן.