די גאנצע מושג פון שכר לימוד פרייזן אין מוסדות איז טויט פארריקט, אפאר אלטמאדישע לאגער אידן האבן אויפגעשטעלט די פארקריפלטע נישט נארמאל געפרייזטע סיסטעם, נישטא צוויי מענטשן מיט די זעלבע פרייז, און אלעס איז א העכסט געהיימניס, די פרייז די קאסט די עקספענס די אינקאם, שטענדיג שניידט די רעגירונג מיליאנען פון די פראגראמען, וואס איז געווענליך מער שאק וויפיל די רעגירונג האט לכתחילה געגעבן, דערנאך איז א ווינדער דער עולם רעכנט זיך נישט ווען די געטרייע אדמיניסטראטער וויינט מיט קראקאדילן טרערן.
נישטא קיין שום ביזנעס אדער סערוויס ארגאניזאציע אין גאנץ אמעריקע וואס פירט אזא ווערטשאפט ווי די היימישע מוסדות.
מיינעע קינדער גייען אין די מוסד, איך בין זייער צופרידען פונעם שכר לימוד סיסטעם, און פון די איינגעשטעלטע אינעם אפיס, זיי האבן א שווערע ארבייט וואס איז כמעט נישט מעגליך צו באצאלען ויבאו על שכרם פאר די מייסטערהאפטיגע גיטע ארבייט און גיטע קאסטומער סערוויס.
דממה דקה האט געשריבן:א געוויסע מוסד האט געהעכערט די שכר לימוד יעצט אן שיקן קיין מעלדונג, קוקט איבער אייער סטעיטמענט אויב איר זענט נישט פון די באטראפענע.
דממה דקה האט געשריבן:א געוויסע מוסד האט געהעכערט די שכר לימוד יעצט אן שיקן קיין מעלדונג, קוקט איבער אייער סטעיטמענט אויב איר זענט נישט פון די באטראפענע.
צו געזונט האט געשריבן:אן שיקען א מעלדונג? אפשר גאר מיט שוין טעהנ'ען פאר א לאנגע צייט אז עס קאן מער נישט מיט די אלטע פרייז און איצטערט האבען זיי עס געטוהן מכח אל הפועל? יאך ווייס נישט פון וועלכע מוסד דו רעדסט, אלזא מיין נישט אז איך נעם א זייט עניוועיס, הקב"ה ימלא חסרונך און זאלסט האבען עקסטער אויף אפילו צו געבן א ריזען נדבה סתם אזוי ווייל דו האסט סייווי נישט וואס צו טוהן מיט די עקסטערע געלט
האסט א הוא אמינא אז איינער וואס ווערט באהאנדלט ווי א שמאטע דורך א מוסד וועט זיי געבן אן איבריגע גראשן אפי' אויב ער וועט זיין רייכער ווי קרח?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.