בלאט 9 פון 13

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:47 am
דורך נישט פשוט
איך קען נישט אסאך פאלטיק, און איך ווייס נישט צו דעס איז די געזעץ, און אמעריקע אויב קומט מען אריין איליגעל, ווערד די קינד א ליגאלא אמערקאנער? איז דעס וואס טראמט האט געמיינט צו זאגן ?!
און די אנדערע 30 לענדער אויב קומט מען אריין אי ליגעל איז וואס די מעשה מיטן קינד ?
איך גיי נישט אריין טיישען אז "אפשר", אדער אזוי האט ער געמיינט צו זאגן", וכו' סקען פשוט זיין אז דעס איז וואס ער האט געזאגט !

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:57 am
דורך כאפצעם
נישט פשוט האט געשריבן:
און די אנדערע 30 לענדער אויב קומט מען אריין אי ליגעל איז וואס די מעשה מיטן קינד ?

לעגאלע בירגער

נישט פשוט האט געשריבן:איך גיי נישט אריין טיישען אז "אפשר", אדער אזוי האט ער געמיינט צו זאגן", וכו' סקען פשוט זיין אז דעס איז וואס ער האט געזאגט !

ריכטיג, נישט די ערשטע ליגענט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:39 am
דורך כאפצעם
פרישע ליגענט:

טשיינע איז איינגעגאנגען צו עלימינירן טאריפס אויף אריינקומענדע קארס פון אמעריקא, וואס איז אצינד ביי %40.

פאקט: 'לערי קאדלאו' (ווייסע הויז עקאנאמישע ראטגעבער): מיר האבן דערווייל נישט אזא דיעל.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 21, 2018 9:57 am
דורך כאפצעם
פרישע געבעקס:

ראנעלד רעיגען האט פרובירט פאר 8 יאר צו בויען א גרעניץ וואנט אדער צוים

פאקט: לא דובים ולא יער.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 21, 2018 11:51 am
דורך גארנישט מיט נישט
כאפצעם האט געשריבן:פרישע געבעקס:

ראנעלד רעיגען האט פרובירט פאר 8 יאר צו בויען א גרעניץ וואנט אדער צוים

פאקט: לא דובים ולא יער.

ער האט געמיינט אראפרייסן א וואנט...

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:14 pm
דורך כאפצעם
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פרישע געבעקס:

ראנעלד רעיגען האט פרובירט פאר 8 יאר צו בויען א גרעניץ וואנט אדער צוים

פאקט: לא דובים ולא יער.

ער האט געמיינט אראפרייסן א וואנט...

דאס שטימט נישט מיט די סיפא פונעם סטעיטמענט: "אומערפאלגרייך"...

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 22, 2018 8:22 pm
דורך צל עובר

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:40 pm
דורך כאפצעם
פריש געבעקס.

עטץ האטס שוין נישט באקריגן קיין רעיז אין 10 יאר, מער פון 10 יאר, און מיר האבן אייך דערלאנגט א גרויסן
(דאנעלד טראמפ - איראק באזע, דעצעמבער 2018)

פאקט: די לעצטע יאר די טרופן האבן "נישט" באקומען קיין רעיז איז געווען 57 יאר צוריק, אום 1961.

און אז מ'רעדט פון גרויסקייט, די גרעסטע רעיז די לעצטע 10 יאר איז געקומען דורך אבאמא אין 2009, א רעיז פון %2.9 וו"ס די יעצטיגע טראמפ רעיז פון %2.4.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:10 am
דורך יש ברירה
פון די זעלבע קאמפיין ראלי אין איראק...

"They said, 'You know, we could make it smaller. We could make it three percent. We could make it two percent. We could make it four percent.' I said, 'No. Make it 10 percent. Make it more than 10 percent,'" Trump told the troops. "It's been more than 10 years. That's a long time. And, you know, you really put yourselves out there, and you put your lives out there. So congratulations."

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:36 pm
דורך צל עובר
דאס בעלאנגט אויך אין אנדערן דברי פקחות אשכול, ווייל די סאלדאטן וועלן דאך געוואר ווערן אין א וואך אז עס איז שקר וכזב.

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:04 pm
דורך כאפצעם
בקרוב גייט מען הערן, אין רעזולטאט פון אונזער ארבייט, אז די דראג פירמעס גייען אנאנסירן א גאר גרויסע פרייזן דראפ.
(טראמפ - מאי 2018, ראוז גארדען)

יאנואר 2019: קאמפעניעס מעלדן אן ערענסטע דראג פרייזן הויב.

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:12 pm
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:פרישע ליגענט:

טשיינע איז איינגעגאנגען צו עלימינירן טאריפס אויף אריינקומענדע קארס פון אמעריקא, וואס איז אצינד ביי %40.

פאקט: 'לערי קאדלאו' (ווייסע הויז עקאנאמישע ראטגעבער): מיר האבן דערווייל נישט אזא דיעל.

אין כאפצעמ'ס דיינינג רום איז דאס א ליגנט פאר דעם אליינס אז טראמפ האט עס געזאגט. אבער ראציאנאלע מענטשן פארשטייען אז פון ווען איין זייט איז מסכים נאכצוגעבן עפעס ביז מען ארבעט אויס דא שטיקל דיעל, שוין אפגערעדט פון א פארטיגע דיעל מיט נאך טויזנטער פרטים און פרטי פרטים, איז א היבשע מהלך.


(שוין אפגערעדט פון די נקודה איז ביי געוויסע מענטשן איז וואס אימער איינער זאגט אנדערש ווי טראמפ אויטאמאטיש א פאקט.)

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 3:52 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
@כאפצעם, אויב העסטו נאך אזא טאג ווי היינט נישט אפדעיטן דעם אשכול וועסטו זיין בעקדעיטעד.

עלאַט אוו ווארק אוט דער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:55 am
דורך יש ברירה
טראמפ היינט: איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מעקסיקא וועט באצאלן דירעקט פארן וואנט.

די טראמפ קאמפיין פלאן צו מאכן מעקסיקא באצאלן פאר די וואנט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:12 pm
דורך כאפצעם
יש ברירה האט געשריבן:טראמפ היינט: איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מעקסיקא וועט באצאלן דירעקט פארן וואנט.

די טראמפ קאמפיין פלאן צו מאכן מעקסיקא באצאלן פאר די וואנט

ווי האט יענער געזאגט: איך בין א 'ווארטס' מענטש, די אלע חובות 'שטרות' מיינען מיר גארנישט..

געשריבן: מוצ"ש ינואר 12, 2019 10:27 pm
דורך כאפצעם
ווען כ'האב ווען טשאק און נענסי ביי א זיצונג פאר 15 מנוט וואלטן'מיר געהאט א דיעל.
(דאנעלד טראמפ - יאנואר 12 19')

פאקט: געווען אט אזא מיטינג די וואך, קיין דיעל.

געשריבן: זונטאג ינואר 13, 2019 1:15 pm
דורך פאראינטערסירט
כאפצעם האט געשריבן:ווען כ'האב ווען טשאק און נענסי ביי א זיצונג פאר 15 מנוט וואלטן'מיר געהאט א דיעל.
(דאנעלד טראמפ - יאנואר 12 19')

פאקט: געווען אט אזא מיטינג די וואך, קיין דיעל.

מיט אזעלכע ליגענטס ווער דארף נאך אמת...

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 11:51 am
דורך פארשער
Donald J. Trump
(@realDonaldTrump)
Great being with the National Champion Clemson Tigers last night at the White House. Because of the Shutdown I served them massive amounts of Fast Food (I paid), over 1000 hamburgers etc. Within one hour, it was all gone. Great guys and big eaters!
דער אמת: בילדער צייגן אז ס'איז געווען פיל ווייניגער האמבורגערס!

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 2:22 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
פארשער האט געשריבן:Donald J. Trump
(@realDonaldTrump)
Great being with the National Champion Clemson Tigers last night at the White House. Because of the Shutdown I served them massive amounts of Fast Food (I paid), over 1000 hamburgers etc. Within one hour, it was all gone. Great guys and big eaters!
דער אמת: בילדער צייגן אז ס'איז געווען פיל ווייניגער האמבורגערס!



מענין לענין.. טראמפ האט א_ווי אייביג נישט גוט געספעלט א ווארט, און דאס מאל איז עס געווען ״העמבערדערס...״ (אנשטאטס העמבורגערס)

בורגער קינג (מק׳דאנאלד) האט דאס אפיר גענומען.

AA8E6B7E-AEA8-44D6-963F-42B19DF369DB.jpeg
AA8E6B7E-AEA8-44D6-963F-42B19DF369DB.jpeg (98.86 KiB) געזעהן 2579 מאל


#מיטן קעכער הייבט מען זיך נישט אן.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 10:08 am
דורך כאפצעם
סאן אנטאניא האט געלייגט א וואנט ארום זייער שטאט און קריים האטזעך אפגעשטעלט
(דאנעלד טראמפ - יאנואר 19')

פאקט: נישטא קיין וואנט.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 10:32 am
דורך דממה דקה
כאפצעם האט געשריבן:סאן אנטאניא האט געלייגט א וואנט ארום זייער שטאט און קריים האטזעך אפגעשטעלט
(דאנעלד טראמפ - יאנואר 19')

פאקט: נישטא קיין וואנט.

זאלן די דעמאקראטן פארשלאגען צו ציען ווייטער די סאן אנטאניא וואנט.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 11:13 am
דורך כאפצעם
דממה דקה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סאן אנטאניא האט געלייגט א וואנט ארום זייער שטאט און קריים האטזעך אפגעשטעלט
(דאנעלד טראמפ - יאנואר 19')

פאקט: נישטא קיין וואנט.

זאלן די דעמאקראטן פארשלאגען צו ציען ווייטער די סאן אנטאניא וואנט.

אין אויסטויש פאר דאקא שטייצעך

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 8:56 am
דורך כאפצעם
כ'האב נישט קיין שום ביזנעס פארבינדונגען מיט רוסלאנד
(דאנעלד טראמפ - 2016)

רודי זשוליאני - 2019: די פארהאנדלונגען מיט די רוסישע גאווערמענט איבערן טראמפ טאוער אין מאסקאווע זענען אנגעגאנגען דורכאויס די גאנצע קאמפיין.

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 9:04 am
דורך טשאדעלע באדעלע
וואס איז די ליגענט? ער האט פראבירט צו פארהאנדלען מיט זיי צו מאכן א געשעפט, למעשה איז ער נישט אינערגעץ אנגעקומען.

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 9:25 am
דורך יש ברירה
איינע פון די פעקט טשעקערס האבן א טעאריע אז יעדעס מאל וואס טראמפ נוצט די ווארט "סיר" אין א מעשה איז א סימן אז די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער

דא איז די לעצטע
DxcM7jOXQAAJgzC.jpeg
DxcM7jOXQAAJgzC.jpeg (167.93 KiB) געזעהן 2433 מאל


ס'איז דא ווידעא ווי ער שרייבט עס אונטער, סעפייס טו סעי קיינער וויינט נישט...