די טראמפ ליגענט אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:41 pm

"אבאמא האט מיר געזאגט אז ער האט געהאלטן אט ביים אנהויבן מלחמה מיט נארט קאריע".

(דאנעלד טראמפ - סעפטעמבער 29 18')

פאקט: אבאמא אפישעלס באשטעטיגטן אז אבאמא האט אזאנס קיינמאל געזאגט און שטייצעך אז אזאנס איז קיינמאל געווען אפילו נאענט.

די סיבה פארוואס טראמפ מוז אויפקומען מיט אזא ספין איז ווייל אנדעם איז ער א טאטאלע דורכפאל מיט נארט קאריע, א מיטינג האט ער זיי דערלאנגט און קיין שום אנטוואפענונג באווייזט זיך נישט אויפן האריזאנט.. מוז מען אויפקומען אז אבאמא האט געהאלטן ביים שוועל פון מלחמה און דאס אז מ'איז יעצט נישט אין מלחמה איז טראמפ'ס קרעדיט!....

אבער.. נקוט האי כללא, ווען מ'זאגט א ליגענט ברויך מען זיכער מאכן אז די פאנדעמענטעלס ארום דעם זאלן עטוואס שטימען אזוי אז דער ליגענט זאל קלעבן. דא ווייסט דאך יעדער אז אבאמא האט געציטערט אפילו אנצורירן דעם פאפירענעם טיגער אין סיריע אויס מורא אז ס'קען 'אפשר' צוברענגען א מלחמה, יעצט וויל אונז איינער פארציילן אז אבאמא האט זיך געגרייט צו גיין אין א מלחמה מיטן נוקליארן נארט קאריע...

מר. טראמפ, ביטע גייט פאר נייע ליגענט טרעינינג..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 4:15 pm

אפשר זענען די אבאמא אפישעלס די ליגינערס?

שרעקליכע דורכפאל מיט נארט קאריע! וואס? געגעבן א מיטינג!


כא כא כא כא

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 4:44 pm

פרישע הייסע ליגענט:

"אומריכטיג באריכטן אז איך טוה באגרעניצן די קאוואנאו פבא אינוועטיגעישאן, איך לייג נישט קיין שום לימיטעישאנס!".

וואל סטריט זשורנאל: טראמפ אדמיניסטראציע לייגט באגרעניצונגען אויפן קאוואנאו אויספארשונג.

נבס: טראמפ טוויט אומריכטיג, באגרעניצונגען זענען א פאקט

סננ: ווייסע הויז קאארדענירט מיט רעפובליקאנער סענעטארן צו קאנטראלירן די קאוואנאו אויספארשונג.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:05 pm

נו אפשר זאגט די מידיע ליגענט, קען נישט זיי בשום אופן?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:15 pm

ווען וועסט מיר צייגן די מיטינג רום ווי אלע נייעס אגענטורן קומען זיך צאם אפשמועסן די זעלבע באמבשעל (און דערנאך מיר ערקלערן פארוואס די רעכטע וואל סטריט זשורנאל זאל מיטשטיין) וועל מיר אנהייבן טראכטן דערפון..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:34 pm

ווען וועלן זיי צייגען די מענטש וואס טראמפ לאזט נישט אויספרעגן?

פארוואס זאל מען אויספרעגן מער ווי די פונעף אקטועלע מענטשען אקטיוו אין די סטארי, צו וואס זאל מען פרעגן מער ווי די פאר.

עס פרופט די פוינט אז פלעיק האט גוט אפגעטוהן די רעפובליקאנע, מקעין סטייל שלעכטיגקייט!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:36 pm

די אשכול איז געמאכט געווארן פאר טראמפ ליגענטס, אפצוווענדן די ליגענטס דארף מען א באזונדערע אשכול!

מ'מעג פארגינען פאר יענעם אביסל שמחה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווען וועסט מיר צייגן די מיטינג רום ווי אלע נייעס אגענטורן קומען זיך צאם אפשמועסן די זעלבע באמבשעל (און דערנאך מיר ערקלערן פארוואס די רעכטע וואל סטריט זשורנאל זאל מיטשטיין) וועל מיר אנהייבן טראכטן דערפון..

די מידיע (שם הכולל) זענען מיחזק שקרן, מיט א קארגע 21% קרעדעביליטי צווישן אמעריקאנע בירגער! יעדער ליינט זיי און קיינער גלייבט זיי נישט! טראמפ׳ס טוויטער אקאונט האט ארויסגעשלעפט 60 מילאן אמעריקאנער פון די הייזער.

די כאפ דיר נאר פעסט אן און טראמפ׳ס געזאגט אהער געזאגט אהין ליגענט׳ס, אווי דער פעינטער אונעם פעינט בערשט׳ל ווען זיין לייטער טראסקעט.

כ׳האב עכט נישט ליב אריינצוקומען דא ביי דיר און דיינינג רום שטערן דיין שיינע ליגענט קאלעקציע ארבעט, ס׳איז פארט הושענה רבה, כ׳וועל דיר פשוט ווינטשן א גוט קוויטל.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 8:57 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די מידיע (שם הכולל) זענען מיחזק שקרן, מיט א קארגע 21% קרעדעביליטי צווישן אמעריקאנע בירגער! טראמפ׳ס טוויטער אקאונט האט ארויסגעשלעפט 60 מילאן אמעריקאנער פון די הייזער

און די מידיע'ס האט ארויסגעשלעפט 65 מיליאן.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:16 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די מידיע (שם הכולל) זענען מיחזק שקרן, מיט א קארגע 21% קרעדעביליטי צווישן אמעריקאנע בירגער! טראמפ׳ס טוויטער אקאונט האט ארויסגעשלעפט 60 מילאן אמעריקאנער פון די הייזער

און די מידיע'ס האט ארויסגעשלעפט 65 מיליאן.

איין מענטש קעגן וויפיל?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:38 pm

"די רעפובליקאנער אנקעטעס האבן מיר אין די 90'ער. דאס זענען די העכסטע נומבערס וואס איז נאר אמאל געווען, מיטן אויסנאם פון א פיצי תקופה דעמאלטס מיטן בולהארן [בוש 43 שרייען אויף מייק נאך 9/11]. אבער דאס האט אנגעהאלטן פאר ארום א וואך".

פאקט: בוש'ס פאפולעריטעט צווישן 'אלע אמעריקאנער' איז געווען אין די 90'ער אין יענע תקופה! ווידער צווישן רעפובליקאנער איז ער געווען אין די %85-%90 געגענט פאר עטליכע יאר, ביז 2005...

אפגערעדט אז די אלגעמיינע פאולינג צווישן די צוויי איז ניטאמאל צו פארגלייכן, בוש האט אנגעהאלטן א קנאקעדיגע %50-%60 פאר קרוב צו דריי יאר, בעת טראמפ'ס שווימט ארום אין די נידעריגע 40'ער..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:"די רעפובליקאנער אנקעטעס האבן מיר אין די 90'ער. דאס זענען די העכסטע נומבערס וואס איז נאר אמאל געווען, מיטן אויסנאם פון א פיצי תקופה דעמאלטס מיטן בולהארן [בוש 43 שרייען אויף מייק נאך 9/11]. אבער דאס האט אנגעהאלטן פאר ארום א וואך".

פאקט: בוש'ס פאפולעריטעט צווישן 'אלע אמעריקאנער' איז געווען אין די 90'ער אין יענע תקופה! ווידער צווישן רעפובליקאנער איז ער געווען אין די %85-%90 געגענט פאר עטליכע יאר, ביז 2005...

אפגערעדט אז די אלגעמיינע פאולינג צווישן די צוויי איז ניטאמאל צו פארגלייכן, בוש האט אנגעהאלטן א קנאקעדיגע %50-%60 פאר קרוב צו דריי יאר, בעת טראמפ'ס שווימט ארום אין די נידעריגע 40'ער..

און וואס האט עס אים געברענגט? ער איז פון די פינף שוואכסטע פרעזידענדטען אין אמעריקא
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:49 pm

יאפ, די איראק סטופידעטי האטעם אין דר'ערד געלייגט
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:30 am

היינט איז ער פאפעלער ווי משוגע, רעפאבליקענס לויפן קאמפיינען מיט אים, מען נוצט אים צו באשטעטיגן קאוואנאו. טראמפ ברענגט מען נישט צו כמעט קיין איין קאנגרעס דיסטריקט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:54 pm

דאס איז א פרישע
Trump: "We will always protect Americans with pre-existing conditions. We’re going to take care of them. Some of the Democrats have been talking about ending pre-existing conditions…You know what I say? We get a little more money from China. It’ll be just fine."

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:49 am

אפענע גרעניצן בילל :P

"Every single Democrat in the U.S. Senate has signed up for the open borders - and it's a bill. And it's called The Open Borders Bill. What's going on? And it's written by - guess who - Dianne Feinstein."

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:22 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז א פרישע
Trump: "We will always protect Americans with pre-existing conditions. We’re going to take care of them. Some of the Democrats have been talking about ending pre-existing conditions…You know what I say? We get a little more money from China. It’ll be just fine."



יש ברירה האט געשריבן:אפענע גרעניצן בילל :P

"Every single Democrat in the U.S. Senate has signed up for the open borders - and it's a bill. And it's called The Open Borders Bill. What's going on? And it's written by - guess who - Dianne Feinstein."


שוין, דער איז אריין פול פאורס אין שטותים מאוד.

וואס די שרעק פון א בלויע וועיוו קען טוהן צו א מענטש..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:10 pm

פרישע ליגענט:

דזשאדזש קאוואנאו איז געווארן "איבערגעוויזן אומשולדיג".

פאקט: לא דובים ולא יער.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:21 pm

פרישע ליגענט:

מיר האבן דא (מיזורי ראלי) 45 טויזענט מענטשן און 44 טויזענט זענען געשטראנדעט אינדרויסן פונעם זאל, קענען מער נישט אריין.

פאקט: שטאטראט פובליק ליעזאן מעלדט אז ס'געווען א ס"ה געשאצטע 11,000 אין זאל און ארום 1,000 געשטראנדעט אינדרויסן...
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:33 am

פרישע הייסע געבעקס:

איך בין געווען דער איינציגסטער וואס האט דורכגעפירט די "וועטעראנס טשויס פראגראם", קיינער האט עס נישט געקענט דורכפירן נאך 40 יאר פרובירן.

פאקט: די פראגראם וועלעכע ערלויבט וועטעראנען מיט ספעציעלע קאנדישאנס צו זיך באהאנדלען אין אלגעמיינע שפיטעלער, איז געגרינדעט און דורכגעפירט געווארן דורך אבאמא אין 2014, טראמפ האט אונטערגעשריבן עס ווייטער צו פאנדן.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:08 am

ביסט גערעכט אז עס איז א ליגנט ער איז נישט די איינציגסטע אבער נאך זיינע ערענסטע טשענטשעס איז שוין די פרידיגע פראגראם פון אבאמא גארנישט קיין טשויס און איז א געלעכטער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:25 pm

קענסט מסביר זיין?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:04 pm

זייער פשוט אז פרעזידענט טראמפ האט אינגאנצען געטוישט און צוגעלייגט אזויפיל דערצו אז דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס (דו לייגסט עס אראפ כאילו ער האט פלעין נאר אונטערגעשריבן עס ווייטער צו פאנדן)
לעצט פאראכטן דורך קאמפיוטער עקספערט אום זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:05 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זייער פשוט אז פרעזידענט טראמפ האט אינגאנצען געטוישט און צוגעלייגט אזויפיל דערצו אז דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס

קענסט מסביר זיין וואס ער ציגעלייגט אין דיטעלס?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:19 pm

א נייער האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זייער פשוט אז פרעזידענט טראמפ האט אינגאנצען געטוישט און צוגעלייגט אזויפיל דערצו אז דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס

קענסט מסביר זיין וואס ער ציגעלייגט אין דיטעלס?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט