די טראמפ ליגענט אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

די טראמפ ליגענט אשכול

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 03, 2018 8:53 pm

היות יעדע שטיק צייט קומט אפיר פרישע סחורה און ס'ווערט צעווארפן אין עקסטערע אשכולות וואלט געווען כדאי צו האבן איין אשכול ווי יעדעס מאל עס ערשיינט א פרישן ליגענט פונעם יר"ה זאל מען וויסן ווי אריינקומען עס מעלדן. די נייעס ברויך נישט זיין מיט שנאה אדער הויכע טענער נאר בלויז פשוט באריכטן די טריקענע פאקטן איבערן ליגענט און דער עולם זאל ליינען מיט אינטערעסע און הנאה. אויב/ווען עס קומט אפיר באווייזן ווי ס'שטעלט זיך יא ארויס אלס אמת (אדער קרוב לאמת) קען מען אריינקומען עס מעלדן א שטייגער ווי א "קארעקשאן" אין די אלגעמיינע מידיע, וה' הטוב יכפר.

א וויכטיגע הגדרה איז וויכטיג צו געדענקן בעפארן מעלדן א ליגענט אז צב"ש ווען איינער דערלאנגט איינעם א פאטש און ער פארציילט אז ער האט יענעם "אנגעהאקט די ביינער" איז עס לאו דווקא אן אויסדרוקליכע ליגענט - ס'איז מער אן "איבערטרייבונג", ווידער ווען איינער בארגט איינעם א טויזענטער און ער פארציילט אז ער האט יענעם געבארגט הינדערט טויזענט איז עס נישט בלויז איבערגעטריבן נאר א פלעינע ליגענט.

אזוי אויך ביטע נישט פרובירן מאכן קיין איבערגעטריבענע פשעטלעך צו פרובירן טרעפן א ליגענט, און די זעלבע פארקערט נישט צו פרובירן אפפרעגן א אפענע ליגענט מיט אויסגעקוועטשע לעמענדזשוס הסבירים ווייל אז מען הייבט אן מיט די זאכן איז אין לדבר סוף און די ציל פונעם אשכול איז פאר נייעס און נישט פאר לענגערע טענערייען. יעדער ווייסט אין זשענעראל וואס הייסט א שקר און וואס נישט איז לאמיר זיך האלטן דערצו אז די אשכול זאל פארן געשמאק.

ובזה החלי, וועל מיר פראבירן ברענגען די ליגענטס פון די לעצטע וואך עד שידינו מגעת.

1) ווערנדיג היינט געפרעגט דורך רעפארטער וואס ער זאגט צום נעכטיגן IG באריכט האט טראמפ געענטפערט: "די וויכטיגסטע וואס איך נעם ארויס דערפון איז די פונקט אז עס טוט מיר גענצליך ריינוואשן, סיי אז ס'נישט געווען קיין שום קאלוזשען און סיי אז ס'נישט געווען קיין שום אבסטראקשען". פאקט: די באריכט רעדט פון די קלינטאן אימעיל אויספארשונג און בכלל נישט פון די רוסלאנד קעלוזשען אויף וואס ס'קומט א באזונדער באריכט.

2) אין א טוויט אינמיטן די וואך האט טראמפ געמאלדן אז "קאנאדע פרייט זיך מיט א קרוב צו $100 ביליאן טרעיד סורפלוס". פאקט: די אמעריקאנע גאווערמענט ביורא אוו עקאנאמיקס פארציילט אז די "ארטיקלען" דעפעציט מיט קאנאדע איז $30 ביליאן און ווען מען אינקלודט סערוויסעס אויך איז עס א סורפלוס פון עטליכע ביליאן.

3) טראמפ זאגט אז ער האט געקענסלד די "אדלער" גרופע שפילערס באזיכן אין ווייסן הויז "צוליב וואס זיי קניען און גייען אין לאקער רום בשעת'ן נאמיאנאלע הימנע". פאקט: קיין איינע פון די שפילער האבן נישט געקניעט אדער געווען אין לאקער רום.

4) ווערנדיג געפרעגט איבער די נייע פאליסי פון די אדמיניסטראציע פון אפשיידן טאטעס און מאמעס פון זייערע קינדער ביים אריינקומען אומלעגאל זאגט טראמפ: דאס איז א דעמאקראטישע געזעץ. פאקט: דאס איז א נייע פאליסי וואס אורני זשענעראל דזשעף סעשאנס האט אנאנסירט לעצטע חודש כדאי צו דיסקארעדזשן אנדערע פון אריינקומען אומלעגאל. די (בייפארטיזען) געזעץ איבער דיטענשענס לויטעט אז בלויז נאכן אנקלאגן איינעם און מ'ברויך זיי איינשפארן נעמט מען אוועק די קינדער, אצינד כדאי צו קענען איינפירן די נייע "דיטערענס" פאליסי טוט די אדמינסטראציע אנקלאגן יעדעם תיכף אזוי ארום קענען זיי יענעם אוועקנעמען די קינדער.

5) טראמפ האט נאכפאלגענדיג די נארט קאריע סאמיט געמאלדן אז ער האט געסיינט א "גאר גאר קאפרעהענסיוו דיעל" און די "נארט קאריע נוקליער געפאר האט זיך געענדיגט". פאקט: נארט קאריע האט נאך נישט אויפגעגעבן איין ברעקל פון זייערע 60 קניידלעך און נישטאמאל געמאלדן ווען, וואס,וויאזוי זיי פלאנען דאס צו טוהן. די געסיינטע דאקומענט רעדט נישט קיין שום דעטאלן נאר בלויז א זשענעראל קאמיטמענט אויף וואס מ'גייט נאכפאלגן מיט פארהאנדלונגען.

6) ווערנדיג נאכאמאל געפרעגט איבער זיין סעלושען אויף די מאסן שיסערייען זאגט ער אז מ'ברויך מער גאנס אויף די גאסן, ברענגענדיג א משל "ווען ס'ווען דא איין גאן אין פאולס נייטקלאב וואלט די מאסן שיסערי בכלל נישט פאסירט". פאקט: ס'איז געווען א באוואפענטער וואס האט פרובירט יענעם שיסן אבער ער איז אראפגעשאסן געווארן דורכן טעראריסט.

שוין, דאס האביך געהאט פאר היינט, ווער ס'פארמאגט נאך איז מכובד צו ברענגען און נישט פארגעסן אז דברי חכמים בנחת נשמעים. א דאנק.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 03, 2018 8:53 pm

פרישע ליגענט:
הצדיק האט געשריבן:טראמפ טוויט.
Just out that the Obama Administration granted citizenship, during the terrible Iran Deal negotiation, to 2,500 Iranians - including to government officials. How big (and bad) is that?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג יולי 03, 2018 10:06 pm

פון ווי ביסטו אזוי זיכער?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 03, 2018 10:26 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:פון ווי ביסטו אזוי זיכער?

די רגע וואס א קלעים ווערט געפראווד ריכטיג גייט עס אראפ פון די ליסטע.

דערווייל האט מען נאך גארנישט געדארפט קארעקטן אין דעם אשכול, קען מען עס דערווייל שטעלן אויף די חזקה..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 03, 2018 10:33 pm

ראשית פארוואס רופסטו דאס א ליגנט, ס'איז סך הכל א ווארט פאר א ווארט, דער איראנער זאגט אז יא, און אבאמא אפישעלס זאגן אז נישט, האסט קיין באווייז אויף קיין איין זייט.
שנית, לו יהא ס'איז ליגנט, וואס האט דאס צו טראמפ, ער האט סך הכל נאכגעזאגט א באריכט פון פאקס, וואס קומט פון אן איראנער אפישעל. אויב איינער איז א ליגנער איז עס דער איראנער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 03, 2018 10:42 pm

א ליגענט וואס איינער ברענגט נאך פון א צווייטן אלס פאקט מאכט עס נישט אויס ליגענט. דאס אז ס'געווען 5 מיליאן איליגעל וויילער, און אז אבאמא איז נישט קיין סיטיזען זענען אויך געווען באריכטן..

דאס צו גלייבן ענדערש אן איראנער vs אונזער אייגענע שפיאנאזש אגענטור איז שוין א מדריגה וואס כ'האב נאכנישט זוכה געווען. אבער ווי געזאגט, די רגע עס ווערט א באשטעטיגט א משהו פון דעם טוויט וועט עס ווערן קארעקטעט דא אין דעם אשכול.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 03, 2018 10:45 pm

ווער האט עס געברענגט אלץ א פאקט? ער האט געשריבן אז עס ווערט באריכטעט. און קיינער האט עס נישט אפגעלייקנט ביז זיין טוויט. ממילא פארשטיי איך נישט די פאלגענדע, ווי קומט דא אייגענע שפיאנאזש אגענטור אריין?:

כאפצעם האט געשריבן:דאס צו גלייבן ענדערש אן איראנער vs אונזער אייגענע שפיאנאזש אגענטור איז שוין א מדריגה וואס כ'האב נאכנישט זוכה געווען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 04, 2018 12:13 am

למעלה משבעים האט געשריבן:ווער האט עס געברענגט אלץ א פאקט? ער האט געשריבן אז עס ווערט באריכטעט. און קיינער האט עס נישט אפגעלייקנט ביז זיין טוויט. ממילא פארשטיי איך נישט די פאלגענדע, ווי קומט דא אייגענע שפיאנאזש אגענטור אריין?:

כאפצעם האט געשריבן:דאס צו גלייבן ענדערש אן איראנער vs אונזער אייגענע שפיאנאזש אגענטור איז שוין א מדריגה וואס כ'האב נאכנישט זוכה געווען.

ארויסשיקן א מעסעדזש: עס איז נארוואס אנדעקט געווארן א' ב' ג' מיינט ער נעמט עס אן.

אידער וועי, צו ער נעמט עס יא אדער נישט אן, זאגן א ליגענט גייט אן אפילו מ'גלויבט נישט די איייגענע ווערטער..
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יולי 04, 2018 1:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יולי 04, 2018 12:20 am

כאפצעם האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:פון ווי ביסטו אזוי זיכער?

די רגע וואס א קלעים ווערט געפראווד ריכטיג גייט עס אראפ פון די ליסטע.

דערווייל האט מען נאך גארנישט געדארפט קארעקטן אין דעם אשכול, קען מען עס דערווייל שטעלן אויף די חזקה..

סאו עניטינג וואס ער זאגט גייסטו לייגען אין דעם אשכול ווי לאנג עס ווערט "געפראווד ריכטיג"?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 04, 2018 8:26 am

מעג מען דא אויך דיבעיטן די א"ג ליגענט? אדער אז כאפצעם שרייבט אז סיז א ליגענט איזעס א ליגענט ריגארדלעסס?

נישט ווייל איך פלאן מיך דא אפצוגיבן מיט יעדע סטופיד עלעגעישן, און אפילו ווען טראמפ איז א ליגנער בינעך צופרידן פון זיין ארבייט! ואגב, ער איז געלאפן קעגן איינע פון די גרעסטע ליגנער בדורנו, און אבאמא יו קען קיעפ יור דאקטער איז קיין איש אמת נישט געווען... איך פרעג נאר ווייל אויב העלעך זיין באורד איין טאג, צו מ'מעג אפווענדן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך יולי 04, 2018 9:41 am

1) ווערנדיג היינט געפרעגט דורך רעפארטער וואס ער זאגט צום נעכטיגן IG באריכט האט טראמפ געענטפערט: "די וויכטיגסטע וואס איך נעם ארויס דערפון איז די פונקט אז עס טוט מיר גענצליך ריינוואשן, סיי אז ס'נישט געווען קיין שום קאלוזשען און סיי אז ס'נישט געווען קיין שום אבסטראקשען". פאקט: די באריכט רעדט פון די קלינטאן אימעיל אויספארשונג און בכלל נישט פון די רוסלאנד קעלוזשען אויף וואס ס'קומט א באזונדער באריכט.
[size=50] depends how you look at it if you look with the republican eyes you see that the whole beginning of the investigation was started because two people in the FBI that didn't't like Trump that's what the IG report says so it's clearly takes away all the faultsfrom the presidente]
You could go on and dismiss all the lies depends how .you look on the facts
Sorry for my misspellings

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 04, 2018 11:16 am

אזא קנאקעדיגס איז שוין לאנג נישט געווען.
צוגעלייגטע
20180702_091113.png
20180702_091113.png (262.65 KiB) געזעהן 1683 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:24 am

שטיפן א ביל מיינט לאביאינג!. שיקן א טוויט, אפילו ס׳איז מיט גרויסע בוכשטאבן מיינט נישט געשטיפט א ביל, און די ווייסטעס!. פאר די אשכול איז עס אבער גוט.

האקעבי סענדערס האט נעכטן ביים בריפינג ארויסגעפוינט די סיבה׳ס פארוואס ער האט טאקע נישט געשטיפט די ביל.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 04, 2018 11:33 am

איין טוויט פארדעם אדער א רעדע פארדעם האט ער געזאגט מען זאל ווארטען פאר די מידטוירמס.

ווער קען עס ביטע אהער ברענגען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 04, 2018 11:54 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטיפן א ביל מיינט לאביאינג!. שיקן א טוויט, אפילו ס׳איז מיט גרויסע בוכשטאבן מיינט נישט געשטיפט א ביל, און די ווייסטעס!. פאר די אשכול איז עס אבער גוט.

האקעבי סענדערס האט נעכטן ביים בריפינג ארויסגעפוינט די סיבה׳ס פארוואס ער האט טאקע נישט געשטיפט די ביל.

די ביסט פאר עכט?
?I DON'T CARE, DO YOU

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 04, 2018 11:54 am

מטעמים האט געשריבן:איין טוויט פארדעם אדער א רעדע פארדעם האט ער געזאגט מען זאל ווארטען פאר די מידטוירמס.

ווער קען עס ביטע אהער ברענגען.

הייסט ער איז סתם צעמישט?
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:56 am

בוידעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטיפן א ביל מיינט לאביאינג!. שיקן א טוויט, אפילו ס׳איז מיט גרויסע בוכשטאבן מיינט נישט געשטיפט א ביל, און די ווייסטעס!. פאר די אשכול איז עס אבער גוט.

האקעבי סענדערס האט נעכטן ביים בריפינג ארויסגעפוינט די סיבה׳ס פארוואס ער האט טאקע נישט געשטיפט די ביל.

די ביסט פאר עכט?

יא
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יולי 04, 2018 6:21 pm

בוידעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איין טוויט פארדעם אדער א רעדע פארדעם האט ער געזאגט מען זאל ווארטען פאר די מידטוירמס.

ווער קען עס ביטע אהער ברענגען.

הייסט ער איז סתם צעמישט?

ניין די ביסט..

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 04, 2018 6:49 pm

פיין בין איך צומישט, פון 'מען זאל ווארטן ביז די מידטורעם אלעקשענס', ביז 'מען זאל עס פעסן', און 'ניין איך האב קיינמאל נישט געשטופט די רעפובליקאנער צו שטימען דערויף'....

יענקי איך האלט אז דו קענסט נאך גיין די שיך ביז סוכות, יענקי גיי קויף יעצט נייע שיך, איך האב דיר קיינמאל נישט געהייסן קויפן שיך.

זיג-זאג-זיג.

דו זעהסט אויס צו זיין קלאר דערין, אדרבא זיי זיך נוהג בטובת עין און ברענג אריין א קלארקייט אין דעם ענין.

תודה למפרע.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 7:58 pm

בוידעם די ביסט ביזי מיט טראמפ׳ס סתירות אויף טוויטער. דאס איז דיין טעות!. אויב וועסטו בלייבן ביזי מיט דעם העסטע דערלייגן די מידטורם אויך!.

צו שטיפן א ביל האט די פרעזידענט לאבי׳יסטן אויף קעפיטאל היל, אויב ווערסטע געוואויר וואס זיי שטיפן ווייסטע וואס טראמפ וויל עכט!. אזוי האט ער באוויזן צו הרג׳נען די אבאמאקעיר סאבסעדיס, און אסאך אנדערע זאכן, אהן שרייבן אויף טוויטער א ווארט דערוועגן!.

טראמפ האט נישט לאבי׳ירט דעם ביל מפני כמה סיבות, איינס ווייל ס׳האט נישט געהאט און זיך דאס וואס ער האט געוואלט, און אפילו סוואלט געפעסט קאנגרעס וואלטעס נישט אדוכגעמאכט דעם סענעט, אויך ווייל אויב זאל ווען א אימיגראציע ביל האבן געפעסט יעצט וואלט ער פארלוירן א גריפ פאר די מידטורם׳ס.

פאר א סיבה האט דזשאהן קעלי איינגעשטעלט א רול אינכם ווייסן הויז אז קיינער זאל נישט פאלאוען טראמפ אויף טוויטער!. טראמפ׳ס טוויטער אקאונט איז הויפט׳זיכטלעך דיר צו דרייען א קאפ, און ס׳ארבעט פיין!.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יולי 04, 2018 8:37 pm

TrumpTweetOnSaudiOil063018.jpg
TrumpTweetOnSaudiOil063018.jpg (148.18 KiB) געזעהן 1548 מאל

Statement from the Press Secretary on the President’s Conversation with the King of Saudi Arabia

President Donald J. Trump spoke yesterday with King Salman bin Abdulaziz Al Saud of Saudi Arabia. President Trump and King Salman reiterated their commitment to the strong United States-Saudi Arabia partnership across political, security, and economic fields. The two leaders reaffirmed their dedication to a healthy and stable global energy market for the benefit of all nations.

The two leaders agreed that balancing the global oil market is essential to ensure access to reliable and affordable energy to people everywhere.

In response to the President’s assessment of a deficit in the oil market, King Salman affirmed that the Kingdom maintains a two million barrel per day spare capacity, which it will prudently use if and when necessary to ensure market balance and stability, and in coordination with its producer partners, to respond to any eventuality.

images.jpg
images.jpg (12.25 KiB) געזעהן 1548 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 04, 2018 8:50 pm

פארשער האט געשריבן:

לאו דווקא א ליגענט, ער האט טאקע געבעטן און זיי לאכן א גוטס...
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:28 am

כאפצעם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
TrumpTweetOnSaudiOil063018.jpg

Statement from the Press Secretary on the President’s Conversation with the King of Saudi Arabia

President Donald J. Trump spoke yesterday with King Salman bin Abdulaziz Al Saud of Saudi Arabia. President Trump and King Salman reiterated their commitment to the strong United States-Saudi Arabia partnership across political, security, and economic fields. The two leaders reaffirmed their dedication to a healthy and stable global energy market for the benefit of all nations.

The two leaders agreed that balancing the global oil market is essential to ensure access to reliable and affordable energy to people everywhere.

In response to the President’s assessment of a deficit in the oil market, King Salman affirmed that the Kingdom maintains a two million barrel per day spare capacity, which it will prudently use if and when necessary to ensure market balance and stability, and in coordination with its producer partners, to respond to any eventuality.

images.jpg

לאו דווקא א ליגענט, ער האט טאקע געבעטן און זיי לאכן א גוטס...

די זעלבע דרגה ליגענט ווי די "צענדליגע באמבע" ליגענטס וואס די האסט שוין געברענגט...

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יולי 06, 2018 3:24 am

כאפצעם האט געשריבן:.
4) זאגט טראמפ: דאס איז א דעמאקראטישע געזעץ.

די (בייפארטיזען) געזעץ איבער דיטענשענס לויטעט אז בלויז נאכן אנקלאגן איינעם און מ'ברויך זיי איינשפארן נעמט מען אוועק די קינדער, אצינד כדאי צו קענען איינפירן די נייע "דיטערענס" פאליסי טוט די אדמינסטראציע אנקלאגן יעדעם תיכף אזוי ארום קענען זיי יענעם אוועקנעמען די קינדער.
.

סאו ס'איז א ליגנט ווייל די געזעץ זאגט אז מען זאל בלויז ארעסטירן נאכ'ן אנקלאגן, בעת וואס טראמפ קלאגט אן און ארעסטירט דערנאך?
(ווי יענער וואס האט געמאכט א 'פשרה': 'איך וועל זאגן וואס דו זאלסט טון, און דו וועסט טון וואס איך וועל זאגן'.)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 06, 2018 6:22 pm

א פרישע ראלי, א פרישע זאפטיגע ליגענט.

מענטשן ווייסן נישט, איך בין דער ערשטער רעפובליקען צו געווינען וויסקאנסין זינט דווייט אייזענהאוער!
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט