Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 10:00 am

קבל את האמת ממי שגמרו ליידער מיט א פאסיק

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 10:40 am

הרב לוסטיג, קודם כל זאל דער פון אויבן העלפן אז מ'זאל קיינמאל נישט וויסען פון קיין צער.

צווייטענס, איך בין מפליא דיין גבורה ווי די נעמסט אוועק דיינע אייגענע יסורים אין א זייט, כדי מ'זאל קענען ארויס נעמען די ריכטיגע לעקציעס און די ריכטיגע פרעספעקטיוו. אזוי גייט עס ליידער ליידער, ווען א מענטש טוט עפעס אן עולה ווערט פלוצלינג נסתלק פון אים די צלם אלוקים אין די אויגען פון די המון עם, און מ'רעכענט זיך נישט אז יענער האט געפילן. ער האט טאקע געטון אן עולה אויף וואס ער ליידט היינט אבער קודם כל , איז דאס דען פאר אונז צו מאכען די אייבערשטערס חשבונות? צווייטענס, א מענטש בלייבט ער נאך און ער האט נאך געפילן. דריטענס, אידן זענען דאך רחמנים בני רחמנים וואס דארפן אויסגיין פאר רחמנות פאר א צווייטען אפי אויב על פי די לאגיק קומט אים נישט די רחמנות.

איך קען נישט יעצט מער מאריך זיין כאטש אפי' איך האב נאך וואס צו שרייבן אין דער נושא, ועוד חזון.



(מנהלים, איך האלט אז מ'זאל אפטיילען דער חלק פון דער אשכל און עס אריין לייגען אין קרעטשמע אלס אן עקסטרע אשכל, יישר כח)

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 11:13 am

א סקרוך לויפט אדורך אין די ביינער פון יעדן רעכטדענקענדן קרעטשמע באזוכער, זעהנדיג אז מיר געפונען זיך ליידער אין א מצב וואס אחד מבני חבורה שמתה עליו אשתו ראשונה אויף א פלוצלינגדיגן אופן השם ירחם, עס איז זיכער אז דער מאמר חז"ל פון ידאגו כל בני החבורה איז שייך ביי אונז, זייענדיג א ענגע גרופע חברים וידידים וואס שמועסן צווישן זיך כמעט מער ווי מיט די ווירקליכע-וועלט חברים און קרובים.

זאלן די רייד פון אונזער פריינט מנשה ני"ו דינען אלס ערוואכונג אויף תשובה און תיקון המעשים, און די זכותים דערפון זאלן צוגערעכנט ווערן צו די פון זיין פרוי ע"ה, און בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו הערן נאר בשורות טובות, און טאקע פון אונזער ר' מנשה אליין, דער סעמפל פון שמחה וואס לאזט זיך נישט צוקלאפן פון די שרעקליכע מאורע רח"ל, כנראה בין כותלי שורותיו היקרים.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 2:03 pm

איך בין ספיטש-לעס, כ'האב נישט די ווערטער אין מויל, און נאכדערצו ווען עס געשעהט אן אומגליק ביי איינע פון אינזערע חבירים דא אין קרעטשמע, ה"י.

מנשה, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער אין דיין גאנץ לעבן, נאר שמחה און נחת זאל דיר באגלייטן דאס גאנצע לעבן דיינע.

דער ארטיקל וואס די האסט געשריבן רייסט ביים הארץ, עס איז פול מיט אמונה אין כביכול דעם אייבירשטען, צו גלייבן אז אלעס איז דורך אום און גארנישט איז א צופאל אדער איז געשעהן צוליב עפעס, ער און נאר ער טוט אלעס.

ס'איז קיין ספק אז די ליינער וועלן אפלערנען א מוסר השכל דערפון און עס וועט זיכער זיין לעילו נשמתה.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 2:08 pm

כ'בין צעטרייסלט און אויפגעשוידערט פון די בשורה לא טובה, אבער אין די זעלבע צייט נתפעל פון די גבורה און איבערמענשליכע כוחות וואס אונזער מנשה פארמאגט.

זאלן מיר הערן נאר גוטע בשורות.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 4:20 pm

מיט טרערן אין די אויגן און מיט ציטרייסעלדיגע גלידער וויל איך דיר זאגען המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים די זאלסט פון קיין צער קיינמאל מער נישט וויסן עס זאל זיין א ירידה לצורך עליה,

איך זאג דיר מנשה טייערע עס וועט נאך קימען גיטע און פריילעכע טעג בקרוב אי"ה אינץ וועלן מיר זיך מיט פרייען מיט דיינע שמחות,

ומחה ד' דימה מעל כל פנים ובא לציון גואל אמן

(איך וועל אי"ב בל"נ לערנען משניות לעילו נשמת מרת פראדל בילא בת ר' מרדכי יחיאל)

-

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 5:49 pm

דאס הארץ איז צוריסן, אזוי ווי די פריערדיגע האבן שוין געשריבן, ווען מ'הערט אז אחד מבני החבורה שמת, וואס סידעך פשוט אז אשתו כגופו, און ממילא, ידאגו כל בני החבורה, איך האב שוין טאקע געטרייסט איינמאל, אבער כאמער נישט גע'חלום'ט ווי גרויס די בראך איז. אין אשה מתה אלא לבעלה, קיינער פילט נישט דעם חלל א-ווי דער אייגענער מאן, ס'איז א שרעק, די צער איז גרויס, אבער אז מ'האט שכל און מ'שטארקט זיך, און מ'זוכט זיך צו משמח זיין, און מ'געט אכטונג נישט צו זיין געפאלן, דאן קען דער שטן גיין בארן קלאפן, זאלער וויסן אז ביינונז האטער נישט קיין ארבעט, און אז ער פאלט שוין איינמאל אדורך, זאלעס זיין, נפול תפול, און מער נישט האבן קיין תקומה, צו קענען מכשיל זיין אידישע קינדער און זיי צוברעכן.

איך מיין אז מ'זאגטעס נאך פונעם ראפשיצער זי"ע. שמחה איז נישט קיין מצוה, אבער צו וויפיל מצוות שמחה קען צוברענגען, איז נישטא קיין שיעור. עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער צו וויפיל עבירות עצבות קען צוברענגען, איז אויך נישטא קיין שיעור.

זאל דער פון אויבן העלפן, אז שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו, און קיינער פון אונז בכלליות, און ר' מנשה בפרטיות, זאלן פון קיין צער מער נישט וויסן, אמן.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 6:34 pm

ר' מנשה שיחי', דער פון אויבן זאל העלפן עס זאל מקוים ווערן דער פסוק 'כי נשני אלקים מכל עמלי', קיינער זאל קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, דאס איז זיכער אז אפי' איר זענט נאך גאר א נייער מיטגליד דא אין די קרעטשמע דאך איז עס געווען זייער ביטערע נייעס צו לייענען אז ליידער בתוכינו האט אזאנס פאסירט.

נחמו נחמו מנשה יאמרו בני הקרעטשמע, דער מנחם ציון זאל העלפון אז מיר זאלן קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, והמקום ימלא חסרונך מתוך שמחה וטוב לבב, ישועת ה' כהרף עין, לשנה הבאה בירושלים, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.

כברכת וכעתירת ידידך
הק' יעקב דוב מיללער

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 7:52 pm

פארשטייט אפשר איינער וואס דא גייט פאר, קומט אריין א נייער שרייבער, אין מען ווארט ער זאל עפעס שרייבען,

מען ווארט אין מען ווארט, אין ענדליך האט מען זיך דערווארט ......
אויף וואס האט מען זיך דערווארט? צו הערען אזא בשורה לא טוב ל''ע

איך האב עס געליינט,איין מאל אין נאך אמאל,
איך האב געטראכט אפשר פארשטיי איך עס נישט גוט, אדער אפשר איז עס סתם א ביישרייבונג,

אבער עס האט נישט גענימען צו לאנג, ביז עס האט אנגעהויבען צו שנירען טרערען פין מיינע אויגען, אזש איך האב שוין נישט געקענט ליינען,

מיט פארוויינטע אויגען, אין א צושאסענע הארץ, וויל איך דא געבען מיין טרייסט,
המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון ,,,,,מען זאל מער נישט וויסען פין קיין צער...

אבער איין זאך מנשה
דיין שטארקען כארקטעאר, פין אזוי שנעל ארויסקומען, מיט אזא שיינעם אינהאלטסרייכע ארטיקל, וועט אייביג געדענקט ווערן ביי אינז אין קרעטשמע

פרייטאג פבואר 22, 2008 10:27 am

זייער שווער זיך מצמצם צו זיין דעם מח און איבערלאזן דא אפאר דברי נחמה פאר אונזער ר' מנשה'ן. דאס בלוט איז נאך פארגליווערט ליינענדיג די בשורה אשר לא טובה היא, די האנט איז נאך פארשטיינערט; ס'רירט זיך נישט, ס'לאזט זיך עפעס נישט קלאפן. דער מח שטייט נאך, ער פונקציאנירט נאך נישט כדבעי, ער לאזט מיר נאך נישט ארומלויפן צווישן די טיפע קעלערן זיינע און ארויסציען פון די טיפענישן עפעס פארשטעקטע פאסיגע דברי נחמה, דען דער וואונד איז נאך אפן. איך האב הערשט, אקוראשט, זיך באגעגנט מיט דעם אשכול, ומה אומר ומה אנחם? עס זאגט זיך אזוי גרינג ארויס די ווערטער: "המקום ינחם אותך בתוך שארי אבילי ציון וירושלים, און איר זאלט מער נישט וויסן פון קיין צער", אבער די הלכה פארלאנגט דאך און אזא פאל לדבר על לב חבירו ולנחמו. אויב טוען מיר טאקע מיטשפירן זיין גרויס צער, וויאזוי קענען מיר אים מנחם זיין בעת ווען מיר אליין זענען נאך דערשיטערט פון דער בשורה? מיר זענען נאך אצינד אינעם מצב וואס מיר דארפן אליין א נחמה. נחמו נחמו יאמר בכפליים, סיי פאר ר' מנשה'ן און סיי פאר אונז זעלבסט.

מורי ורבותי, טייערע חבירים, הלא דבר הוא! ס'נישט אריבער קיין מעת לעת וואס ר' מנשה האט זיך אנגעשלאסן מיטגלידערשאפט צו דער היימישע קרעטשמע, און א צרה איז אים באפאלן. איז דאס נישט פשט, אז "ידאגו כל בני החבורה?"...

די דברי נחמה וחיזוק, געפלאכטן מיט אמונה טהורה, פון ר' מנשה'ן זעלבסט, איז נישט בלויז א נחמה פאר ר' מנשה'ן, עס איז א נחמה בכפליים, ס'ליגט דערין א נחמה פאר אונז צובראכענע מיטגלידער צוגלייך.

ס'דערציילט זיך א סיפור. געווען אמאל א רב, וועלכער האט געדינט אלס רב אין א בית המדרש פאר אינגעלייט. דער רב האט געהאט א מנהג טוב אז ער פלעגט אנטייל נעמען אין די שמחות פון די מתפללים. צו יעדע שמחה; זאל דאס זיין א שלום זכור, א וואך נאכט, א ברית, א קידוש צי אן אפשערן, האט דער רב ארויסגעשיינט צווישן די משתתפים. דער רב האט זיך נישט באגעניגט מיט בלויז ערשינען צו די שמחות, נאר צו יעדע שמחה פלעגט ער זאגן א דרשה לכבוד'ן בעל שמחה. פארשטענדליך, אז ביי די דרשה ודברי תורה פלעגט ער אריינפלעכטן זיינע אינערליכע התרגשות'דיגע געפילן. ער האט ביי די דרשה מיטגעטיילט דעם בעל שמחה זיין פרייד, זיין הנאה און אלצדינג וואס שייך. פארלויפט זיך אמאל א פארקערטע מעשה, ביי איינע פון די מתפללים איז ל"ע אויסגעקומען אז ער איז דורך א שווער פעקל. דער רב איז כדרכו מכובד געווארן צו זאגן אפאר דיבורים. נישט קענענדיג זיך מצמצם זיין האט ער געזאגט:

מורי ורבותי, איך דין דא אלס רב ומגיד מישרים אין א בית המדרש פון אינגעלייטלעך אין זייערע בליענדע יארן, מיין רגילות אויפצוטרעטן מיט דרשות איז בלויז ביי אידישע שמחות, אין די ענינים בין איך אויסגעקאכט, אבער ווען עס האנדלט זיך אין א פאל פון "נהפך משוש לבינו" ווייס איך נישט וויאזוי צו זאגן און וואס צו זאגן! איך ליג נישט דערין, ס'איז נישט אין יארגאנג פון מיינע מתפללים, און איך בין נישט געוואוינט און פארגעברייטערט אויף אזעלכע סיטואציעס, דעריבער וועל איך בלויז רעדן דברים כפשוטן וואס ליגט אויפן הארץ:

די טבע פון א מענטש איז - איז דער רב ממשיך - אז בעת ס'פאסירט ליידער אזא אומגליק פאל זענען אלע קרובים אל הדבר זייער צעבראכן, יעדער וויינט מיט, יעדער לאזט א טרער, אלע משתתפים און ידידים שפירן מיט דעם צער פון דעם באטרעפנדן. פארקערט אבער, בעת א גוטער פריינד מאכט א שמחה, בעת א ידיד געפונט ביום שמחת לבו, איז עפעס די שמחה נישט אזוי בלב שלם, די געפילן צום חבר'ס שמחה איז נישט אזוי הונדערט פראצענטיג ווי די געפילן צום חבר בעת עס באטרעפט אים אן אומגליק ל"ע. דעריבער, בעת איך בין זיך נוהג משתתף צו זיין אין א שמחה פון א מיטגלידער מוז איך אלץ טרעפן א פסוק, א דבר תורה, און אין דערין אריינפלעכטן מיינע אינערליכע פרייד, אבער אצינד אז עס האט אונז באטראפן אזא אומגליק ל"ע, דארף איך נישט קיין פסוק, דארף איך נישט קיין פשטים ומליצות, דער עצם מציאות שרייט און וויינט פון זיך אליין...

טייערע מיטגלידער, האט דער רב אויסגעפירט, "ידאגו כל בני החבורה" אויף וואס דארפן מיר דאגה'נען? אויפן צוקונפט! לאזן מיר זיך אלע פארנעמען, אז מיר וועלן מהיום והלאה זיך מיטפרייען מיטן גאנצן הארץ ביום שמחת לב חבירו. מיר וועלן זיין שמחים בשמחתו מיטן זעלבן געפיל ווי בעת צרתו, און דאן וועט דער פון אויבן העלפן אז מיר וועלן נישט דארפן געבן אביסל "הארץ" פארן חבר אין אזעלכע פעלער ה"י! "וידאגו מהיום והלאה כל בני החבורה", פון היינט און ווייטער זאל זיך די גאנצע בני החבורה זארגן איינער פארן אנדערן מיט הארץ בעת שמחתו, וועלן מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן, ואך שמחת ירדפוכם כל ימי חייכם, ובלע המוות לנצח.

גייט נישט אריבער קיין מעת לעת, און איינע פון די מעמבערס קומט מעלדן דעם רב אז עס איז אים געבוירן, צו א גוטע שעה, א בן זכר. דער גיבט א שריי אויס, מזל טוב, מזל טוב, אבער וויסן זאלסטו: איך קום צום שלום זכר, וואכנאכט און ברית, אבער קיין דברי תורה וועל איך בלי נדר נישט זאגן! דער בעל שמחה שטייט און שטוינט, מה יום מיומיים? און נאכוואס טוט אים דער רב דאס איינמעלדן? וואס עפעס שפירט דער רב אזוי וויכטיג דאס איינצומעלדן באלד נאכן אפגעבן דעם מזל טוב, איז נישט פאראן עפעס בעסערס אדער געשמאקערס מיט וואס מקבל צו זיין פני בעל שמחה? זאגט אים דער רב: "זינט מיין דרשה, ביים אומגליק פאל, בין איך געקומען צום באשלוס, אז איך וועל ביי א שמחה רעדן פון הארץ און נישט מיט קיין דרשות! וועט זיך טייטשן א פסוק הרי טוב, און אז נישט וועט דאס זיין בלויז הארץ, אן קיין דרשות פשטים ומליצות...
**

אז מיר זענען זיך מתעמק אין ר' מנשה'ס דברי נחמה, ליגט אין דערין פארבארגן דער אויבנדערמאנטער געדאנק. ומה ה"א שואל מעמך? כי אם הלב! דאס הארץ און מיטגעפיל צום חבר, צו יעדען מצב און צו יעדער סיטואציע! די אמת'דיגע דברי התבוננת וואס זענען ארויס פונעם צובראכנעם הארץ, פון אונזער ר' מנשה'ן, איז א נחמה און א לימוד פאר אונז אלע. מיר דארפן אננעמען זיינע דברי נחמה ווי א קבלה בלב שלם.

אונזער מיטגלידער און מנהל, ר' טריאו, האט אין די לעצטערע טעג פראקלאמירט א דעמאנסטראציע לגבי געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. לאזן מיר זיך דא אלע פארנעמען, אז מהיום והלאה וועלן מיר שפענדן א גוט ווארט פארן חבר 'מיט הארץ', יעדער לפי מדרגתו. ובזכות זה זאלן מיר געהאלפן ווערן צו הערן בלויז בשורות טובות פון אלע מיטגלידער צווישן אונז, ובלע המוות לנצח.
**

און א ווארט צו רבי מנשה'ן:
וויסן זאלט איר, אז אייערע דברי נחמה והתחזקות, וועלכע זענען געשריבן געווארן צו אונז בני החבורה, האבן אויפגעטאן דאס ריכטיגע. דען, חז"ל האפטן אונז שוין אז "דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב". ס'איז נישט בלויז געווען א התחזקות פאר אייך, ס'האט אריינגעבלאזן אין אונז א רוח פון התחזקות, א רוח פון נחמה. ס'געווען א נחמה בכפליים, ס'געווען א דברו על לב בני החבורה. און מיר ווארטן און האפן אויף די ימים המבורכים, ווען ס'וועט זיין ושלמו ימי אבלך, און איר זאלט קענען צוריק נעמען דעם פעדער אין דער האנט אריין און אביסל אונז מהנה זיין. זאל אייך הקב"ה העלפן, אז מהיום והלאה זאלט איר זוכה צום הראינו ה' חסדיך, איר זאלט זען מיט די אויגן בלויז חסדים טובים פונעם הגומל חסדים טובים לעמו ישראל, און אין דעם זכות פון מחזק זיין אנדערע צעבראכענע אידן זאל אייך דער אויבערשטער מחזק זיין, ואך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך. ובא לציון גואל אמן.

מייערן צימעס איז גוטער מאכל, און דער נעשכיזער איז געווען א גוטער איד...

פרייטאג פבואר 22, 2008 10:50 am

און דער זארעכער איז געווען א געלונגערער שרייבער וואס האט ארויסגעצויגן די געדערים ביי מענטשן.

זארעכ, דיינע ווערטער האבן מיך זייער באנומען. דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט שרייבן נאר אויף שמחות.

פרייטאג פבואר 22, 2008 4:19 pm

זארעכ, אין די קומענדיגע חדשים מאך איך א שמחה, (נו שוין אלץ מוזן זיי טראכטן עפעס, גראדע רעד איך פון בר מצוה מאכן.) ווילסט קומען זאגן אפאר ווערטער?

(און יענער האט געטראכט אז ס'איז נישט דא דא העכער דרייסיג.)

זונטאג פבואר 24, 2008 1:38 pm

איכהער : קען איך אויך קימען צי די בר מצוה ?

זונטאג פבואר 24, 2008 2:59 pm

זארעכ, אויסערגעווענליך!

האסט מיר ארויסגענימען פון די גלייזן, פשוטו כמשמעו.

זונטאג פבואר 24, 2008 4:13 pm

פארגעסן טאקע זארעך אזא מורה'דיגע ארטיקל שוין לאנג נישט געליינט

זונטאג פבואר 24, 2008 4:52 pm

ר' מנשה ווארעמע ווערטער אין א קאלטע וועטער.. כמים קרים על נפש עייפה, בתוך אבלי ציון וירושלים זאלסטו זיין געטרייסט, און מוזט נישט ווארטן ביזן גאולה כללית, נאר שוין לעכטיג וועט דיר זיין..

זונטאג פבואר 24, 2008 5:35 pm

זארעך ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דיינע שורות און אט דעם אשכל.

דיינע ווערטער האבן מיר מורא'דיג באנומען. איך האף אז ס'וועט אלעמאל בלייבען די הרגש.

זונטאג פבואר 24, 2008 6:14 pm

ב''ה
א צופרידענעם תמיד אלע לייענער שיחיו
כ'וויל דא ממשיך זיין מיט עטליכע געדאנקן וואס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק, און אויסגעקומען זיך אנצוהערן דורכאויס די טעג.
כ'האב ליידער זיך אנגעהערט 'המקום'ס ביזן איבערן נאז.. אבער כ'מוז מודה זיין, אז בלויז געציילטע ניחומים זענען מיר געווען נתקבל על הלב, און די סיבה דערצו איז לכאורה אפשטאמיג פונעם אלטן כלל, אז דברים היוצאים מן הלב, נכנסים אל הלב.
- איי וועלן שרייען די פילצאליגע מנחמים, וויפיל תורות און דרשות, משלים און שמועסן, האבען מיר אויסגעזייעט פאר אייער געברויך, און דא איז עס נישט נתקבל?
נאר די תירוץ איז, אז אייערע געוויסן פייניגען אז חלילה ס'קומט פאר א קאטאסטראפע ווילט איר נישט זיין דערין פארכאפט, איר ווילט נישט זיין שלאפלאז, איר ווילט פילען אז איר זענט פארגעבן פונעם קאשמאר, דערפאר האט איר 'זיך אליין' אויסגערעדט, און בכלל נישט צו מיר, און כ'האב עפעס אפילו געשפירט..
הכלל, איך בין נישט בייז, נאר כ'האב בלויז ארויסגעברענגט דעם פאקט, און להוי ידוע אז מ'איז נישט גרייט צוהערן אייערע קרעמפפען, ווען מ'זיצט איינגעקארדזשעט נידריג, און אנגעפילט מיט קאפוויי, 'אויסער' אויב עס איז טאקע אדורכגעקלערט און פאסיג און צום נקודה – און גארנישט אנדערש.
גראדע אצינד נאכן אויפשטיין, ווערט דווקא יא נתקבל יעדן טרייסט, אפילו פונעם קרעטשמע און פון נאנט און ווייט, און איך האב בלויז געפינטעלט אויף יענעם זמן ווען ס'איז נאך שטעקן אין האלדז די 'איי און לינדזען'..
אצינד צום געדאנקען גאנג
לויטן לשון פון ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, האב איך געקלערט, אז טאקע דער וואס גלייבט אין תחיית המתים און אין די ניסים ונפלאות לעתיד לבא, דער קען זיך טרייסטן אצינד, בנחמת ציון וירושלים, און ווער נישט איז טאקע אין 'בעד שעיפ' ווי מ'זאגט.. איז אז מ'גלייבט און מ'האפט, האט מען א גוטע פיוטשער שוין יעצט.
ווידער קלער איך, אז ס'איז באקאנט אז דער וועלט איז אנגעזייעט מיט עליות און די פארקערטע, ווי אלע ספרים וסופרים זאגען, אז לפני שבר גאון ולפני גאון שבר, אז קיינער בלייבט נישט אייביג מיטן תענוג תמידי – דא אין אונזער וועלט.
האב איך מיך דערמאנט דעם מאמר חז''ל ביי חוני המעגל, ווי ער האט געזאגט פארן רבוש''ע, 'דיינע קינדער האבען נישט ליב צופיל.. נישט צופיל שטורעם, און נישט צופיל האניג.. בעטן מיר אויכעט, רבוש''ע ס'זאל זיין רו''ם טעמפיטשע''ר.. ווארעם און באקוועם..
שוין, המשך יבוא
האלט אייך ווארעם אין קרעטשמע בגוף ובנפש.. פארגעסט נישט מיטצונעמען דעם פאטשיילע [טאשנטיכל] פאר יעדן צורך..
מנשה לוסטיג
- רחוב היימישע קרעטשמע, עולם היהדות וההומור

[לע''נ האשה הצדקנית מרת פראדל בילא ע''ה בת מו''ה מרדכי יחיא'ל הי''ו]

מאנטאג פבואר 25, 2008 8:31 am

ר' מנשה:

המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים,
הער אויס א פאר ווערטער פון א איד וואס האט שוין א היבש ביסל מיטגעלעבט אויף די פארנעפלטע וועלט.

דער עיקר אין יעדע מעמד ומצב וואס א איד געפינט זיך איז צו געדענקען אז אין כמוך חנון ורחום און דער מנהג עולמו בחסד וויל נאר אונזער טובה און אז ער פירט אזוי איז זיכער אז סיי ברוחניות און סיי בגשמיות איז נישט פארהאן קיין בעסערס ווי דעם,
דוד המלך זאגט: שבתך דיין ריט וואס שמייסט ומשענתך און דיין שטעקן וואס האלט מיר אונטער המה ביידע צוזאמען ינחמוני טוען מיך טרייסטן.

דער מנחם ציון זאל געבן פאר דיר און פאר אלע אידישע קינדער כח און מוח זיך נישט צו פארלירן בכל עת ובכל רגע און דינען דעם בורא עולם בשמחה ובטוב לבב ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו עדי נזכה לישועת ישראל ושמחתן במהרה אמן

נ"ב: געב א קוק אין די הקדמה פון מלאכת שלמה אויף משניות ווי ער ליגט אראפ זיינע מיטלעבענישן ע"ש ותמצא נחת.

מיטוואך פבואר 27, 2008 9:11 am

ב''ה
א גוט יאר אלע חברים שיחי'
מיט א גאר קורצע הקדמה, וויל איך מיך שוין אנטשולדיגן, וואס כ'בין נאך פארנומען מיט קאלמוטנע השגות, ווי מוסר השכל וואס שטאמט פון טרויעריגע זאכן, אבער נאך איין צוויי מאל שפייען, און איך בין געענדיגט! און כ'האף נאכער זיך צונעמען ווידער צום פרייליכן שפראך, און ממשיך זיין כיד השם הטובה עלי.
אצינד וויל איך ארויסברענגען צוויי שיינע משלים וואס כ'האב זוכה געווען קולט צוזיין פון גוטע מיילער.
די גמרא זאגט ביי ר' עקיבא און די עשרה הרוגי מלכות, אז די מלאכים האבען געפרעגט דעם אייבירשטען – ווען מ'האט געפירט ר' עקיבא להורג במיתה משונה, 'זו תורה וזו שכרה'???
האט דער אייבירשטער געזאגט מיט א בת קול, 'נאך איינמאל איר פרעגט דאס, אחזיר את העולם לתוהו ובוהו'..
היינט אין א דעמאקראטישע וועלט, פארשטייט מען בכלל נישט דעם תירוץ, וואס פאר א סטראשע איז דאס? מ'מעג שוין נישט פרעגן קיין פראגעס??? וואס איז דאס א טעראר, אחזיר את העולם לתוהו ובוהו – פאר איין קשיא?
האט דאס א ליטווישער גדול מסביר געווען גאר פאסיג. [מיט א משל באריכות – די עיקר די נמשל] דער אייבירשטער האט געמיינט צוזאגען, אז די וועלט האט זיך אנגעהויבען פון אלף, און אזוי האט זיך געבויעט א פאזעל צוזאמשטעל ביז אהער, און כדי מסביר צוזיין אינמיטן א מהלך וואס איז פשט פון דאס און יענס, דארף מען באמת אנהייבן מתחילה..
- אויב איר ווילט פארשטיין ענינים פון הימל, וואלט איך דאך געדארפט אנהייבן נאכאמאל פון תוהו ובוהו.. דערפאר פרעגט בעסער נישט קיין שאלות, ווייל ס'איז א פארזעצונג אינדערמיט..
ווידער אמאל האט מען געפרעגט א אלטער יוד, וויאזוי האט איר אזוי מאריך ימים געווען, ווען איר האט גענוג און נאך צרות געהאט אין לויף פון אייער לעבנס יארן? האט ער געענטפערט ענליך צודעם.
אויב כ'וועל אנהייבן פרעגן קשיות פון הימעל, וועט מען מיר זאגען, מ'וועט דיר גערן מסביר זיין, קום ארויף אויבן וועט מען דיר אלעס צייגען אז ס'איז ריכטיג.. וויל איך נישט פרעגען...
פון איינעם האב איך געהערט א גוטער ביישפיל אויפן לעבן. אז די וועלט איז א פאזעל, און יעדער איז א חלק דערפון, יעדער האט א תפקיד זיך צוזאמצושטעלן אינעם וועלטס אויסשטעל, איז אזויווי א פאזעל שטיקל – קוקט אויס אמאל שטעכעדיג און אפגעהאקט אינמיטן א בילד, איז אויב שטעלט מען עס צוזאמען, האט עס גוט פשט, אויב נישט.. בלייבט עס טאקע שטעכעדיג און אפגעטיילט.. ר''ל.
א גוטער יודל, האט מיר פארציילט א צווייטע משל און געדאנק, אמאל שטייט ער ביים פענסטער, און זעט ווי א פייגל עסט ברעקלעך, פלוצלינג זעט ער ווי א קאץ דערנענטערט זיך מיט שטילע טריט, און וויל באפאלן דעם פייגל פון אונטען..
האט דער יוד באלד געגעבן א קלאטש מיט די הענט, און דער פייגל איז אוועקגעפלויגן – מסתמא בייז אויף עהם אז ער האט עהם פארטריבן.. אבער ער האט גארנישט געוואוסט ווי ער האט עהם געראטעוועט פונעם בייזן קאץ, וואס האט עהם געוואלט באמת פארציקן.. אמאל מיינט מען דאס איז בייז, מ'ווייסט נישט וואס פאר א בייזקייט מ'ווערט אויסגעהיטן מיט א שארפע ווארענונג פון פאראויס..
ווידער וועל איך מסיים זיין בכי טוב, און כ'זאג פאראויס אז אויב ס'וועט מיר ווידער איינפאלן א ערנסט ווארט וועל איך בלית ברירה מוזען ווידער שפייען..
דערווייל קיפ סמיילינג, און נעמט ארויס דאס בעסטע פאר אייך..
מנשה

[לע''נ מרת פראדל בילא ע''ה בת מו''ה מרדכי יחיא'ל הי''ו]

מיטוואך פבואר 27, 2008 9:20 am

הרב מנשה, זייער שיין, א גרויסע שכח.

פונקט נעכטען האב איך איבער פארציילט פאר א חבר מיינע וואס איך האב גליינט אין דער ארטיקעל, און איך האב ליידער געלאזט פאלן א קשיא, פארוואס? זאגט מיר מיין חבר, שטעל דיך פאר אז די וועלט איז א בוך פון 6000 פעידזשעס (די וועלט איז 6000 יאר) און דו ליינסט נאר 100 פעידזשעס פון די בוך האסטו שוין א רעכט צו מאכן מסקנות און פרעגען קשיות אויף די מעשה? ווען דו וועסט ענדיגען קלאר אדורך ליינען די גאנצע 6000 קענסטו פרעגן קשיות.
לעצט פאראכטן דורך אנדי פעטיט אום מיטוואך פבואר 27, 2008 10:51 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך פבואר 27, 2008 9:44 am

רבי מנשה, איך בין נישט דאהי געווען די לעצטע שטיק צייט סאו איז מיר נישט אויסגעקומען צו אויסדריקן מיין מיטלייד וואס איך האב מיט אייך איבער אייער פארלוסט, ווי אויך האב איך נישט אויסגעדרוקט מיין שעצונג פון וואו א איד נעמט אזעלכע כוחות הנפש זיך צו שטארקן און אנגייט מיטן געהעריגן סדר היום, און זיך נאך אנטשולדיגן פאר אונז פארוואס ער רעדט אזעלכע ערענסטע דיבורים.

אבער איצט בינעך דא, איך איך דרוק טאקע אויס מיינע געפילן, עס איז טאקע נישט מעגליך פאר איינעם וואס איז דאס נאכנישט דורך צו פארשטיין וואס איר גייט איצט דורך, אבער אזויפיל קען איך אייך זאגן מיט אייער שטארקייט געט איר אונז אריין די כוחות דורך צו גיין אוינזערע שוועריקייטן, און אפי' עס איז טאקע קלייניקייטן אנטקעגן דאס וואס איר מאכט מיט, איז עס אין אונזערע אויגן גרויסע פראבלעמען, און אז איר העלפט אונז ארויס מיט אייערע טייערע חומר למחשבה, זאל עס אייך גערעכנט ווערן פאר א זכות און איר זאלט מער פון קיין צער נישט וויסן.

מיר זענען בכלל נישט ברוגז אויף אייערע ערענסטערע דבורים, אדרבה עס איז אמאל וויכטיג צו טראכטן טיפער, און אז עס ווערט געשריבן דורך א באגאבטער שרייבער וואס מיינט עס אמתדיג איז מה טוב ומה נעים.

מיטוואך פבואר 27, 2008 10:49 am

מנשה מנשה, מיר האבן פונקט אזוי הנאה פון דיינע ערנסטע דיבורים ווי פון דיינע שמייכלדיגע. אז די נשמה שמייכלט איז אויך א גוטע זאך.

מיטוואך פבואר 27, 2008 11:34 am

מנשה, הערליכע טייטשן, און פארענטפער זיך שוין נישט אזויפיל, מ'דארף דאס אויך הערן.

מיטוואך פבואר 27, 2008 12:32 pm

מנשה,

קודם וויל איך דיר זאגן א יישר כח פארן די ווארעמע תגובות וואס דו שרייבסט דא, דער אייבישער זאל העלפן אז די התעורורת וואס עס מאכט אויף אנדערעזאל טאקע גערעכנט ווערן לע''נ מרת פראדל בילא ע''ה.

נאכדעם האב איך דיר געוואלט עפעס פרעגן, ס'קען זיין אז עס וועט אייך זיין שווער צו ענטפער, און אויב וועט עס טאקע זיין שווען, אפילו נאר אביסל שווער, וועל איך נישט זיין ברוגז אויב דו וועסט נישט ענטפערן.

איך וויל שוין לאנג וויסן וואס איינער וואס זיצט שבעה וויל הערן פון די וואס קומען אים מנחם זיין. כ'פארשטיי אז יעדעסמאל וואס עס האט זיך געמאכט אזא זאך ביז היינט, איז עס געווען אן אנדערע מין זאך, עס איז קיינמאל נישט די זעלבע, צי איז עס עלטערע/יונגערע עלטערן, עלטערע/יונגערע געשוויסטער, מאן אדער ווייב, אדער א עלטערע/יונגערע קינד.

אבער אזויווי איך זע אז דו האסט שוין אביסל געשריבן איבער דעם ענין, האסט שוין אפילו געשריבן פון וואס דו האסט הנאה געהאט, איז אפשר דא זאכן וואס דו האלסט אז ווען דו הערסט עס ווען פון איינעם וואלסטו עס אנגענומען? אדער אפשר קענסטו דיר דערמאנען פון נאך עפעס וואס דו האסט יא הנאה געהאט?

ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, אויב קומט דיר אן צו ענטפערן, אפילו א טראפ שווער, זאלסטו נישט ענטפערן.

בשורות טובת.
שרייב א תגובה

Advertisement