Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 27, 2008 3:45 pm

באמת האב איך שוין בתוך הדברים געשריבן, מער ווייניגער, וואס כ'האב געקלערט און וואס כ'האב געוואלט הערן, אבער נאך איין גאר א וויכטיגע פונקט וויל איך נאך שרייבן, אין די קומענדיגע ארטיקלען, א ענין וואס כאטש איך ווייס אז אסאך 'גלויביגע' אין רבנים ווילען עס נישט הערן, איז מיר עס דאך א חידוש אז מ'וויל עס נישט הערן, [נישט די נקודה פונעם ענין, נאר איינע פון די מסקנות פונעם נקודה]
און כאטש איך וויל זייער שטארק ממשיך זיין מיט פעליטאנען און הומאריסטישע שורות, ספעציעל אין די יעצטיגע אדר טעג, אבער אז דער ציבור וויל הערן מיינע פוינטס, וועל איך עס גערן מיט'טיילען, און גלייבט מיר איר וועט (אומ'וועלנדיג) מיט'שטומען.
ווארט'ס מיט געדולד ביז די טינט פלעשל ווארעמט זיך אויף..

Advertisement

מיטוואך פבואר 27, 2008 3:49 pm

מיין טייערע מנשה'לע
דו זעסט דאך ווי דער עולם לעכצעט צוהערן דיינע געדאנקן, וואס איז דאס געקווענקלעריי..?
קיפ אפ!
כאפ די אטעם און זיי ממשיך, ווייל מיר זעמער דארשטעריג..

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:08 pm

איך זע איצט די ערשטע מאל די אשכול,ממש פין אנהייב, איך בין ממש אויף א ראלי קאסטעור, טרוריג, מיטליייד, פרייליך, חיזוק
א אשכול אינהאלט אזויפיל מצבים, איך בין נאך ספיטשלאז מגיב צי זיין דא

מיטוואך פבואר 27, 2008 9:26 pm

ממש אומגלויבליך די דיידשעסטינג סיסטעם מיינע זענען יעטץ אויף קורצשלוס נאכן איבערליינען דעם גאנצען אשכול

און אזא מצב העלפט יעדע ווארט סיי חיזוק און סיי כעין חיזוק סיי במישרים און סיי בעקיפון און בכלל די בעסטע חיזוק איז וואס חזל זאגן צרת רבים חצי נחמה ווען מען זעהט אז מען איז נישט אליינס אויף די וועלט ווערט מען ציביסליך צוריק צו די נארמאליטעט

ואל מנשה אמר יברך ה' חילך ופועל ידיו תרצה הקב"ה זאל ממלא זיין דיין חסרון און די זאסט זוכה זיין צו מלא חפניים נחת פון דעם קינד און פון די הבאים עליך לטובה און פון זיך דערטרענקן אין שמחות זאלסטו זוכה זיין צו די נחמה בכפליים

כה דברי המוקירך
הק' זיידעניו
חו"פ רעשטמע
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג דצמבר 28, 2008 7:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך פבואר 27, 2008 11:58 pm

מנשה טייערער;

דעם אשכול זאלסטו נוצן צו שרייבן די ערנסטע געדאנקן, און ווען דו שפירסט זיך אין די אדר'דיגע גוטמוטיגקייט, קום זיי מוחל אריבער צו די זייטיגע שטובלעך און לאז אונז דארט איבער א גלייכווערטל וכדומה, לקיים מה שנאמר גם מזה אל תנח ידך.

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:12 am

מנשה'לע טייערע, איך האב דיר מנחם געווען בפועל ממש.
איך האב דעמאלס די נישט געקענט מנחם זיין, ווייל איך בין געוועהן ציבראכן אין צישאסען בשברי כלים, איך האב נישט געקענט צירוקומען צי מיר, ביז איך בין אריין דא אין אשכול, איך האב געשעפט חיזוק, נאר פין זעהן ווי די ביסט מחוזק, חזק חזק ונתחזק.
פין דיין חבר וואס טרויעט מיט מיט דיין צער אין פריידט זיך מיט מיט דיין שמחה.
א.פ. ל.

מיטוואך מרץ 05, 2008 5:44 pm

ב''ה
שלום לרחוק ולקרוב פאר אלע חברים וידידים שיחיו
היות ס'נאך ממש דא איין טאג בעפאר די 'גרויסע אדר', ערלויב איך מיך נאך צו שרייבען איין איינציגע ארטיקל, פונעם אלטן סטיל און ערענסטע באטראכטונגען – בנוגע די געוועזענע טעג..
ווי געזאגט, ברענג איך דא ארויף א גאר אמת'ע און שטארקע פונקט, וואס רופט זיך 'מיט א גוט ווארט קען מען אלעס פועל'ן..'
מ'האט געמאכט א כינוס התעוררות, צום שלוס פון די שבעה ימי.. און פארשידענע רבנים וחשובים האבען זיך גענומען דאס ווארט, און האבען ארויסגעברענגט דעם עיקר תיקון המעשים וואס 'זיי האלטן' אז ס'דארף ווערן מתוקן, און אזוי ארויף פארגיטיגען דעם שווערן בראך וואס מ'איז אריבער.
און יעך 'אויפגעקלערטער' האב זיך גאר ווייניג געקימערט מיט אפילו איין אות וואס זיי האבען געשפיגען דארט, כאטש וואס זיי האבען געזאגט 'בלויז' גוטע זאכן, ווי למשל אז מ'דארף מאכן א קביעות ללימוד התורה, אין איין ספר אין איין באשטימטע ארט, א קביעות אין תפילה, איין זמן, איין מקום, א תיקון און גדר אויף די היינטיגע כלי משחיתים למיניהם..
- כאטש וואס כ'ווייס אפילו קלאר! אז ס'זענען געווען אזעלכע וואס האבען זיך באמת פארגענומען גוטע קבלות, און א טייל האבען פארניכטעט די נישט כשר'ע כלים און סייד'ס, דאך בין איך געבליבען קאלט צום טעמע, און האב געגליעט און געפייערט אינעווייניג, ביז כ'האב יעצט די געלעגנהייט אויסצושרייען מיין ווייטאג.
באמת דארף מען רעדן 'דבריו של מת', און ווען מ'זאל ווען פרעגן איר וואס זי וואלט געוואלט מ'זאל א דאנק איר נתעורר ווערן וואלט זי מיט איין געשטיקטע קול אויסגעשריגען, = מ'זאל אנהייבן מחשיב זיין מענטשען, זאגען א גוט ווארט! באגריסן יעדן 'מיט א שמייכל' אפילו דו ביסט קלוגער עלטערער בעסער און שענער פון יענעם, און אוודאי נישט לאכן אונטערשעצן און חלילה דערווייטערן א יודישער נפש. ===
כ'בין דא מקצר און זאכן וואס איז שווער צו רעדן, אבער איך ווייס דעם אמת, אז זי האט אסאך געשפירט דעם בראך, אויף איר אייגענע רוקען, דאס זילזול וואס מ'האט געהאט טיילמאל אויף תמימות'דיגע לייטן, און ליידער אחרי מות קדושים אמור, דערמאנט מען זיך אז יענער איז געווען אזא פיינע נפש. 'רבותי! ס'נאך דא צדיקים וחסידים, צדקניות וחסידות – וואס לעבן נאך.. און קענען גערן ניצען א גוטווארט, איידער א שפעט און טשעפע..
די רבנים, די בעלי דרשנים, די מבינים ומחנכים, זאלן וויסן פאר א פאקט קליפ און קלאר, אז 'מיט איין גוט ווארט, פארגיטיגט מען אלעס... יודען וועלן אפילו תשובה טוהן, לערנען דאווענען, און ווערן פרומע לייט אין אלע הינזיכטן, ווען מ'וועט אנהייבן הערן 'גוטע ווערטער' אפילו אומזינסט!!! פאר יעדע נישטיגע זאך וואס א יודעלע טוהט, און ער הערט א גוט ווארט דערביי, ווערט ער לעכטיגער און זיסער, פרומער און בעסער אין גאר קורצע טערמינען..
וגם אני בתוכם, האב א דאנק א גוט ווארט זוכה געווען תשובה צוטוהן באמת, ווען כ'האב געוואלט צוליב טוהן דעם גוטע יוד, וואס האט מיר אלץ מחי' געווען מיט א גוט ווארט, און אינעם ריכטיגע מינוט האט ער מיר געבעטן 'לאז אפ די פרייע סייד'ס אויפן נעט, און אויפן מינוט האב איך געמאכט דעם טויש.
איין ריכטיגער זכות ותיקון, א דאנק דרייסיג יאר גוטע ווערטער.. מיט א אמת, ווייל מ'וויל יענעם אמת'דיג מחי' נפש זיין.
ובזה באתי על החתימה הכל שריר וקיים
מנשה לוסטיג לעבעדיג..
ולא נוסיף לדאבה עוד, נאר פרייליך און לוסטיג לעבעדיג תמיד.
אמן.
[כה היו דברי'ה של אשת נעורי הצדקנית והתמימה מרת פראדל בילא ע''ה בת מו''ה ר' מרדכי יחיא'ל הי''ו]

מיטוואך מרץ 05, 2008 10:01 pm

ארויסגעברענגט א ריכטיגן געדאנק און מיט'ן ריכטיגן טעם.

מיטוואך מרץ 05, 2008 11:40 pm

דיינע ווערטער האבן געמאכט ביי מיר אזא רושם, אז דו קענסט זיי זעהן אונטער יעדע תגובה מיינע.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:18 am

מנשה ביסט דאך אזוי גערעכט הלואי ווען מ'זאל זיך ווען קענען אויס ארבעטן און דעם הינזיכט.

דאס וויכטיגסטע איז אויס צו לערנען די קינדער פון קליינערהייט נזהר צו זיין בכבוד כל איש מישראל נישט קיין חילוק וואסערע נאז ער האט אדער וואסערע הוט ער גייט, אונז זעמער אלע קינדער פון בורא כל עולמים און אין הימל קען יענער זיין אסאך חשוב'ער פון אונז.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:31 am

העמיר זיך זיכער טרייען צו פארבעסערן אין דעם ענין, און ס'זאל גערענט ווערן לעילו נשמתה.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 10:00 am

מנשה, האסט ארויסגעברענגט א גוטע און ריכטיגע פוינט, העמיר פראבירן צו טוען וואס מעגליך אין דעם ענין.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 11:18 am

ר' מנשה, אני הקטן והשפל האלט אז איר זענט 100 פראצענט גערעכט!

יישר כח פאר'ן אראפ לייגען אזא וויכטיגע טעמע אזוי שיין.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 3:03 pm

איך האב יעצט געזען דעם אשכול. אטן ווערטער. דער מוח מיינער האט אויפגעהערט צו ארבעטן.

ר' מנשה, יעדע שורה דיינער איז פיל פיל מיט אדורך-געברענטע און גע'כשר'טע הייליגע ווערטער. איך מוז מיך קאנציטרירן איידער איך שרייב ווייטער. אבער אויף ביזדערווייל: זאל מען הערן ביי דיר און ביי אונז אלע גוטע בשורות, ישועות טובות ונחמות, ובא לציון גואל ווייל ס'איז אזוי ביטער, אוי הראני ד' חסדיך האבן ספרים געטייטשט (ייט"ל ועוד) ווייז אונז מיר זאלן זעהן דיין גוטס,

איך קען דאך נישט ענדיגן וויינענדיגערהייט, נאר דער באשעפער קען אונז טרייסטן, ר' מנשה איך גיי שוין איבער צום דריטן מאל דיינע הודאות, ביסטאך אזוי מחזק, זאל דער אייבערשטער דיר אויך געבן כוח און געזונט, מיר זאלן שוין אינאיינעם ארויסגיין פונעם ביטערן גלות, בב"א.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 4:46 pm

ומחה השם דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן!

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:47 pm

מנשה טייערע, דבר אין בפי ובלשוני מלה. כ'שטיק זיך מיט טרערן, און דאס הארץ איז שוואך געווארן נאכ'ן ליינען דעם אשכול פון אנהויב ביז'ן סוף. ליידער ליידער האט דאס פאסירט ווען דו ביזט שוין געווען א נמנה אין אונזער חבורה, הלא דבר הוא.

לאמיר זיך מצמצם זיין און שרייבן א ווארט וואס כ'האב געהערט פון א חשוב'ער איד:
מיר זאגן ביי קדיש "לעילא מן כל ברכתא ושירתא תשבחתא ונחמתא", דער באשעפער איז העכער פון אלע ברכות, שירות און תשבחות - דאס איז לויט אונזער ארימער דעס פארשטענדליך. אבער וואס מיינט "ונחמתא"? וואסי פשט אז דער באשעפער איז העכער פון אלע טרייסטונגען? האט יענער געזאגט בערך אזוי: מיר קענען נישט ריכטיג טרייסטן אן אבל, אמער מיר קענען נישט ממלא זיין דעם חסרון מיט גארנישט. און אז מיר זענען נישט ביכולת צו ממלא זיין דעם חסרון מיט וואס קען מען דען טרייסטן? משא"כ השי"ת וואס איז נאמן להחיות מתים בביאת בן דוד, ער איז דער ריכטיגער וואס קען טרייסטן נאך א מת, ווייל ער גייט זיין דער וואס גייט צוריקברענגען דאס לעבן פאר'ן מת. דערפאר, איז השי"ת לעילא - העכער - פון אלע נחמות וואס אידישע קינדער זענען מנחם. זעלבספארשטענדליך, דאס קען אויך זיין פשט אין דעם 'המקום' ינחם אתכם, דער באשעפער זאל דיר מנחם זיין ווייל ער קען ממלא זיין דעם חסרון.

מנשה; כ'וויל דיר זאגן פערזענליך נאך א נקודה, יעדער איד ווייסט אז וואס דער באשעפער טוט איז גוט. איי נישט אלץ זעט מען די חסדים? אויף דעם בעט מען 'הראנו ה' חסדיך', דער באשעפער זאל אונז ווייזן די חסדים אז מיר זאלן זעהן אויף אלעס אז ס'איז גוט. (דאכט זיך איינער האט געשריבן דערוועגן נישט לאנג צוריק). הכלל, אויב מ'ווייסט די סיבה און די חסדים וואס ליגט אינעם צער, איז דאס א געוואלדיגע חיזוק פאר'ן מענטש. כ'זעה אז דו ביזט מחוזק ועומד, דער עולם דא לערנט זיך פון דיר און מיר שלונגען מיט דורשט דיינע חיזוק ווערטער און אמונה געדאנקען. ס'איז ביי מיר בלתי שום ספק, אז 'איינער' פון די חסדים וואס זענען ארויסגעקומען פון דעם שרעקליכן אומגליק איז אז ס'איז דא אידן אין היימישע קרעטשמע וואס שעפן עמערס חיזוק און לערנען זיך וויאזוי צו אננעמען א שווער מצב מיט די ריכטיגע אמונה ובטחון. אינאיינוועגס איז דאס זיכער א שטארקע עלי' פאר'ן נשמה טהורה אז דורך איר ווערט מפורסם השם אחד ושמו אחד און אמונה ובטחון בו יתברך.

המקום ינחם אותך בתוך שארי אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער, נאר זיין פרייליך און לוסטיג און משמח זיין אנדערע א גאנץ לעבן. זאלסט האבן אסאך הרחבת הדעת און זעהן אסאך תענוג ונחת פון דיין איינציג קינד עד מאה ועשרים שנה, אמן.

***

אין מערבין .... אבער כ'מיין אז דא איז דאס פלאץ צו אויסדריקן מיינע געפילן, און כ'וויל איבערגעבן פאר'ן מייסד הרב קרעמער און פאר די אנדערע מנהלים א הערצליכן דאנק פאר'ן צושטעלן אזא ריין מקום וואו אידישע קינדער קענען זיך דורכשמועסן, און זיך שעפן עמערס חיזוק און זיך לערנען מדות טובות איינער פונעם צווייטן. זאלמיר קענען מבשר זיין בשורות טובות ישועות ונחמות פרייליכערהייט.

אוי אוי אוי, שענישמא ועניסבאאסייר בעסוירויס טויבויס יעשואויס וענעכאמויס.....
שרייב א תגובה

Advertisement