Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מנשה, זאג עפעס..

זונטאג פבואר 10, 2008 7:17 pm

בעזרת השם יתברך וישתבח שמו לעד ולנצחים
איך הייב יעצט אן א נייע בלעטל – ווי מ'זאגט, נאך וואס כ'האב געהאט געשריבען די לעצטע צוויי חדשים, שוין איבער צוואנציג ארטיקלען, אינעם העברעישער 'ישראבלוג' זייט, און ס'האט שוין אפילו דערגרייכט איבער טויזענט לייענער.
- איז צוזאמען מיטן שטארקע אפמאך צו לייגן א גדר וסייג צו נאך עסקים, ווי צום ביישפיל 'הומארישע קליפס', און צעזייעטע קאמענטארן ווי נישט.. איז צוזאמען מיטדעם האב איך געענדערט מיין 'ישוב', פונעם פרייע געגענד, אריבערציענדיג זיך צום 'היימישער קרעטשמע', ווי כ'האף זיך אויסצושרייבן ווייטער, אויב ס'וועט נאר זיין פאסיג, און ערליך צוגעפאסט לויט מיין נייע אפמאך.
מיר אלע זענען דא בלויז אויף צייטווייליג, אינעם וועלטליכער קרעטשמע, און לאמיר כאפן א גייסטישע דערקוויקונג, פון וואס מ'קען זיך פארזיסן דאס לעבן אויף א כשערן שטייגער.
אויב איינער האט וועלכע נאר הערה איבער מיין ווארט, זאל פילען פריי צו מעלדן און אריינפרעגן, אבער טאמער וויל ער מיך סתם רוחץ זיין במים רותחין! זאל ער ביטע פאראויס וויסן, אז איך בין אנטי-קריטיק.. און נאר 'פרענדלי פינטשעס' זענען עקסעפטעד..
מיטדעם טרעט איך דא אריין מיטן רעכטן פיס! ויהי רצון שלא אוציא דבר שאינו הגון מאוצרותי הברוכות.
שלום עליכם און א פרייליכער תמיד
מנשה לוסטיג

Advertisement

זונטאג פבואר 10, 2008 7:24 pm

א גוטן אנפאנג.

זונטאג פבואר 10, 2008 7:41 pm

א הערצליכן שלום עליכם אייך, מיר האבן געהערט און געזען פיינע זאכן פון אייער אלטע ווערק, יהי רצון איר זאלט אייך געפונען דאס פלאץ ביי אונז, און עס זאל הערשן א קעגנזייטיגע הנאה.

זונטאג פבואר 10, 2008 7:56 pm

מ=עומק רגשי ללבי
נ=תתי שלום לחביבי
ש=טרח לבא בקרצמע בכתבו
ה=בלוגישראל נמאס עבורו


דרך אגב אעפעס קריכט מיר אינטער דיין נאמען אפשר איסדאס א באגע פון מיין מאשין

זונטאג פבואר 10, 2008 8:57 pm

מנשה, שלום עליכם, סערצעך? אהה קומסט אין קרעטשמע, זייער גוט, דא וועליך דיר לעזען.

זונטאג פבואר 10, 2008 9:10 pm

נו! מנשה! זאג שוין עפעס!

אה, כ'פארגעסען, שלעמאלייכעם!

זונטאג פבואר 10, 2008 11:50 pm

מנשה טייערע

קודם כל שלום עליכם,
וועלקאם טא דע קלאב,

פיל דיך היימיש נעם א גלעזעל קאניאק ,
קום צו דיר פינעם לאנגען וועג
ענד ווען יא אר דאן ענד יא פיל רעדי זשאסט גא אין גיער ענד סטארט די גאי

וויל מיר ווייסען אז די קענסט

מאנטאג פבואר 11, 2008 9:49 am

שא שא..
ער רוהט זיך אויס, ער דארף זיך מסתמא נאך אנווארעמען אין קרעטשמע, נאך אזא לאנגע נסיעה פון די קאלטע וועלט..
מיר האפן מנשה אז די ביסט נישט געקומען בלויז פאפען דא מיט א דגוש אינעם ערשטן פ'
דער עולם חלישט אויף דיינע בליציגע דאגות..

מאנטאג פבואר 11, 2008 12:18 pm

מנשה, שלום עליכם, (איך האב שוין געגעבן אונעם שלום עליכם פארום אויך)

איך האב שוין אסאך געהערט פון דיר, יעצט וועלמיר זעהן אי"ה.

ווי געזאגט קען מען דיר דאך נישט שרייבן קיין קריטיק, די פארנעמסט דאס נישט.. אלזא איך ווארט דיר שוין צו גיבן א קאמפלימענט, אבער ס'איז נישטא דערווייל אויף וואס, איך ווארט שוין צו גיבן, נו, לאז מיך נישט ווארטן אין די קעלט.

מאנטאג פבואר 11, 2008 9:11 pm

איך זעה אז מנשה שרייבט אין זיין בלוג אז ער געזעגנט זיך אפ פון יענעם סייט און ער שלעפט זיך אריבער צו אונז, מיט א לינק צו דעם אשכול.

קומט זיך אים אלזא א באזונדערע לויב-אויסדרוק פאר דעם שטארקן שריט פון מקיים זיין דעם "לך לך" און אוועקוואנדערן פון יענעם מקום וואס איז אויסגעשטעלט צו רוחניות'דיגע שטרויכלונגען, און זיך אריבערציען צו אונזער ריינעם ווינקל אויפ'ן וועב.

מאנטאג פבואר 11, 2008 9:22 pm

זהו מה שמנשה האט געשריבן:טייערע פריינד טייערע לייענער השם עליכם ישרה‬‫
ס'געקומען די צייט מקיים צוזיין דעם כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה.‬‫
איך געזעגענען זיך פונעם 'ישראבלוג' זייט, וואס איז אנגעזייעט מיט פרעמדע אויסגעלאסענע נושא כלים, און איך ציה מיך אריבער צום היימישער געגענד, דער 'היימישע קרעטשמע', וואס איז כאטש היימיש און יודיש.‬‫
דא האט איר די לינק אהין:  http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.p ... 764#86764‬‫‫
מיט אנטשולדיגונג פון פאראויס ‬‫
מנשה לוסטיג‬‬‫‬
נכתב על ידי מנשה לוסטיג , 11/2/2008 02:22

מאנטאג פבואר 11, 2008 10:36 pm

שיינע זאך פון אים. יעצט לאמיר זעהן ער זאל זיין א נאה מקיים ונאה דורש, ער זאל זיך אראפשטעלן דרש'ענען דא אויף וואס די וועלט שטייט.

דינסטאג פבואר 12, 2008 9:59 am

ער האט קוים געשריבען איין תגובה קוים איבער געטרעטען די שוועל און שוין לייגט מען פרעשור?

יענטאאש, גיב אריין די עולם דא אביסל מוסר!

דינסטאג פבואר 12, 2008 7:25 pm

אנדי, ביז יענטאאש קומט, שרייב די אינטרא.

מיטוואך פבואר 13, 2008 10:21 am

מנשה קען נישט שרייבען יעצט
והמבין יבין.....

מיטוואך פבואר 13, 2008 10:31 am

פארוואס נישט
איר פארשעמט מיך אינגענצען אז איך בין נישט דער מבין יווניש

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:46 am

ווער געדענקט נאך אמאל איז מנשה דא געווען שוין לאנג צירוק ?

מאנטאג פבואר 18, 2008 5:19 pm

מענאשעעעעעעע, מענאשעעעע!!!!! וואו ביסטו?!

איינער האט דא געזעהן מנשה, ער האט אפגעטראגען אזוי אינגערהייט נישט איבערלאזנדיג קיין שום שפירן השם ירחם, מילא דארט ביי ישרא-בלאג אז ער האט זיי אבערגעלאזט, דאס איז דאך געווען וועגן אידישקייט סיבות, אבער מיר 'היימישע קרעטשמעריסטן' מה חטאנו כי דלקת?

ווייסט ווי יענער האט געזאגט ווען ער איז אפגעפארן, ענגליש קען ער נאך נישט און אידיש קען ער שוין נישט, דער נאשי איז אויך עפעס אזוי, קיין ישרא-בלאגער איז ער שוין נישט, אבער קיין קרעטשמעריסט איז נאך נישט.

מענאשעעעעעעעעעע, מענאשעעעעעעעע!!!!!! וואו ביסטו?!

מאנטאג פבואר 18, 2008 5:22 pm

מנשה, מנשה, אוי מנשההההה, התאספנו פה היום לזכרך :cry: (בניגון המקובל מדדי גראוכער - מנחם מנחם וכו')

נו! זינגטס אלע מיט!

מיטוואך פבואר 20, 2008 8:45 am

א גוט יאר טייערע פריינד שיחי'ו
ליידער א טאג דערויף ווי כ'האב מיך דא איינגעשריבן, און אפגעלאזט דעם אלטן עבר, האט פאסירט וואס האט פאסירט, און מ'האט געדארפט ניצען זיבן טאג נחמה, און האפען אויף בעסערע צייטן.
ובכן, האב איך געמוזט זיך האלטן דאס מויל במשך די טעג, און נישט רעדן לפי המצב, אבער יעצט בין איך דא צוריק, מיטן רשות פון א ערליכע יוד, און כ'האף ממשיך זיין צו דערפרייען און ארויסגעבן גוטע סחורה.
נאר מיינע ווערטער אויפן אגענדע, זענען דווקא אינעם ענין וואס קען זיך גרעניצן מיט צו ערענסט, ממילא וויל איך בעטן דעם ציבור אין קרעטשמע, אז ווער ס'וועט פילען און זען אין מיינע ווערטער עפעס צו טרויעריגע געדאנקען וואס וואלט נישט געפאסט אין אזא ליבליכע באנעמונג ווי דא, זאל זאגען זיין מיינונג, און איך וועל פראבירן צו שרייבן דברים השווים לכל נפש חי, להחיות בהם נפש כל חי, און נישט חלילה צוקלאפן קיינעמס גוטע מוהט.
מנשה
אינעם פאסיגער מינוט וועל איך ממשיך זיין זייט געזונט און פרייליך

מיטוואך פבואר 20, 2008 9:17 am

"הבחור מענאחעם אתסר בן ביילע ישועה מן השמים"

אט אזוי האט א אימוויסנדער געמיינט אז מען זאגט פאר אבילים אנשטאט

"המקום ינחם אתכם בתוך אבילי ציון וירושלים"

אין ברוך השם יענער האט פיין מנחם געווען

און צים קאפ שטיק מנחם כ' מיין מנשה אדרבה גיב זיך אינגאנצען אויס דיין צער אין קרעטשמע עס וועט גרינגער ווערן אויפן הארצן

מיטוואך פבואר 20, 2008 8:27 pm

עפ"י דין מעג מען מנחם זיין אפילו נאך די שבעה אויב מ'טרעפט זיך מיטן אבל.

מיר ווילן ארויסברענגן אונזער טיפע טרייסט פאר אונזער נייעם מיטגליד ר' מנשה לוסטיג וכל שום וחניכא דאית ליה אויף די פטירה פון איינס פון די ז' קרובים ה"י.

יהי רצון זאלסט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער, אך טוב וחסד ירדפוך עד אין לשער.

מיטוואך פבואר 20, 2008 11:09 pm

המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט מער נישט וויסן פון קיין צער.

איר קענט זיך דא ארויס געבן אייערע געפילן, טרויעריגע ווי פרייליכע, איך קען אייך אבער זאגן אביסל נביאות, איך בין נישט זיכער אז ווען איר וועט זיך דא דרייען גענוג לאנג, אז איר זאלט קענען זיין צי טרויעריג.

מ'זאל הערן און ליינען נאר שמחות, ביי אידישע קינדער.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 5:43 am

ב''ה
א גוט מארגען טייערע פריינד בתוך כלל ישראל הע''י
באריכות ובקיצור לאמיר צוגיין צום ווארט.
כ'האב ביי מיר געקלערט אזוי, אז ווען עס פאסירט א אומגליק אז א יודישע נשמה ווערט נסתלק לשמי מרום, טוהט עס וויי אלע קרובים, אלע פריינד, יעדן יודיש הארץ. און מ'הערט אפילו ווי מענטשען זאגען, אזא וואוילע נשמה, איידעל, פיל מיט חסד, מיט ספיריטשעל, וכו'
אבער, ווען מ'הערט אז איינער האט זיך ה' ישמרינו סעפערעיטעד, צו איינער זיצט אין טורמע [תפיסה], צו איינער דערלייגט געלט, אדער גרויסע צו קליינע יסורים וצרות, קען מען ליידער הערן אסאך מיינונגען דערינען.
- די מאן און פרוי האבען זיך גוט צעקריגט, ער איז שולדיג זי איז שולדיג, די זיידע די באבע, די שווער און שוואגער, דער שדכן דער בדחן.. קען זיין דער אייבירשטער האט צוגעהאלפן.. אבער בעיקר האבען זיי געמאכט די עסק..
- ער זיצט אין תפיסה? נו מסתמא האט ער אוועקגעלייגט דאס געלט ערגעץ גוט, זאל ער זיצען – דער מחלל שם שמים.. ער טויג זיך פאר זיך.. מסתמא האט ער אמאל וויי געטוהן איינעם האט ער יעצט באקומען דעם 'על דאטפת אטפוך'..
- מ'האט איהם געכאפט ביי א תועבה! אה! מ'דארף עהם צורייסן און געבן אזוי.. הונדערט יאר פעטש, טויזענט טעג שטראף [השם ישמרינו..] אבער קיין רחמנות איז ער נישט.. און ס'קומט א צייט פאר יעדען גנב..
שוין, לאמיר שוין זאגען אז עס איז נישט געווען קיין מחלוקת אין שטוב, נאר ע''פ סיבה האט עס פאסירט אז די פאהר'ל איז נישט! דער טורמע זיצער האט נישט אוועקגעלייגט קיין געלט, יענער איז יא געבליבן פארשעמט – מער ווי ס'קומט זיך עהם, אבער קיין שבעה זיצט קיינער נישט נאך אזא זאך.
דערפאר, אז ס'קומט אזא בראך! א יונגע מאמע פון קוים איין קינד, ווערט אוועקגעריסן פון די וועלט, אויף א אומ'געווענליגע סיבה, און אין געציילטע שעות ממש, ווען אלעס האט געקלאפט הונדערט פראצענט, און דער אייבירשטער האט פשוט דעם פיקדון צו זיך גענומען תחת כנפי השכינה.
- זאגען מיר קלאר ארויס, און זענען מודיע בשער בת רבים, 'אלעס איז דער אייבירשטער, און ער פירט אלעס און טוהט אלעס, און ס'איז בכלל נישטא קיין שותפים למעשי בראשית.. און ס'בכלל נישטא קיין מיינונגען אריינצורעדן אין יעדן קליינעם צו גרויסע פאסירונג.
מ'קען דאך נישט זיצן שבעה נאך יעדן פארציע יסורים, און ס'ניטמאל דא די געלעגנהייט ווען מ'זאל קומען בארואיגען די געפייניגטע אין זייער ביטערע שיקזאלן.
- אבער 'מיר' דארפן זיך אויסקלארן און וויסן פאר אמת און יושר, אז מ'פארשטייט נישט א יודישער צער, אפי' יענער וואלט יא געווען שולדיג, יא געטוהן א עוולה, וואס טאמער האט ער עס נישט געטוהן צו מיר, האב איך סתם אזוי נישט וואס אריינצורעדן.
- און אפילו טאמער בין איך יא א קרוב לדבר, איז דען יענער נישט צעפיצעלט און צעבראכן אצינד אין זיין מצב? וויאזוי וואלט א מענטש פאר זיך געשפירט אין אזעלכע פעלער, איידער ער זאגט אויף יענעם דברים פון בויך ארויס.. ווי פארזיכערט זענט איר אז טאמער זענט איר אליין ריין פון עוולות, צו אייערע קינדער וועלן זיך נישט פונקט אזוי באנארישען – רחמנא לישזבן.
אל תדין את חבריך.. און תצדיק את הדין, און נאר אזוי קען מען זוכה זיין פטור צו ווערן פון אייגענע יסורים, און נאר פרייליך און 'לוסטיג' זאל זיין אינעם גאנצן באנעמונג לנו ולזרעינו מעתה ועד עולם.
מנשה לוסטיג
[לעילו נשמת אשת נעורי מרת פראדל בילא ע''ה בת מו''ה ר' מרדכי יחיא'ל הי''ו]
כ'האב ממשיך צוזיין מיט פארשידענע געדאנקן

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 9:01 am

יישר כח פאר די ווארעמע ווערטער, און המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
שרייב א תגובה

Advertisement