Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

געשפינט און געוועבט

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 4:45 pm

לכבוד דעם דריטן מעונן אין צאל, און לכבוד מיין היינטיגער צייטווייליגער (הפנים, אזוי האף איך...) אומקער, וועל איך פרובירן אנרעכטן אן ארטיקל אזוי כבשנים קדמוניות. כ'על זיך אנשטרענגען צו שפינען, וועבן און פלעכטן, גג על גג על דא ועל הא.

אין די סעריע פון איינשטעלן מיין געוועבעכטס, וועל איך ערשט ענטפאנגען די ליינער מיט'ן מגלה זיין א סוד עצום טמור ונעלם מעין כל יודע, אז אין די היצטיגע מינוטן, בעת שפינען דעם ארטיקל, בין איך נאך א ריכטיגער שאינו יודע... עס איז נאך צו מיר זעלבסט נישט פונקליך באקאנט מיט וואס דער ארטיקל וועט זיך אויסלאזן. אבער, וואס איינמאל זיכער איז, אז די שטעק-העקלעך מיט די פוירפל-וואטל ליגן מיר דא גרייט כשולחן ערוך. עס פאדערט זיך נאר פון מיר איין זאך, אריינצושטעקן די העקעלעך אין דער וואל און זיך נעמען צו דער מלאכה – אנהייבן שפינען

אין אמת געשמועסט, ווייס איך אפי' נישט צי כ'דענק נאך די מלאכה. ווייל, אז מ'רייסט זיך אפ פון דער פענע, מ'רייבט איר נישט, מ'שארפט איר נישט, מ'שפיצט איר נישט, ווערט זי אפגעוועטש. און אייגנטליך איז דאך דאס די סיבה פארוואס איך בין געקומען צום באשלוס אנצואוועבן אן ארטיקל, פשוט בכדי די מלאכה זאל מיר נישט אנטרינען פון די האנט.

און יא, מ'רעדט דאך פון דער פענע, האב איך זיך אזוי דערמאנט אינעם אינטערוויו פון אונזער הויכגעשעצטער מר. אידיש, וועלכער האט אין זיין שמועס דארט צווישן אנדערע ערקלערט מיט פאטאס, אז שרייבן איז כלל נישט קיין טאלאנט, דער כח היולי דערפון – ערקלערט מר. אידיש - ליגט טיף באגראבן אין יעדן מענטש. ער זאגט אז דער מענטש בעדארף בלויז דאס ארויסברענגען מן הכח אל הפועל און יעדער קען דאס באווייזן. האב נאר געוואלט מעיר זיין דערויף אז ר' יום טוב ערליך פון דער קרעטשעמע, האט לעצטענס ערגעץ וואו דא אין קרעטשמע מחולק געווען מיט אים. דעטס אלל וואס כ'האב געוואלט זאגן בנוגע דעם שמועס, און לאמיר נישט פארפארן. לאמיר זיך האלטן צו דער טעמע פון שפינען און וועבן.

בכדי צו זיין אויפריכטיג, וואלט איך באמת ווען געדארפט דא אויסשמועסן עטליכע קרעטשמערישע ענינים וועלכע קוועטשן מיר אויפן געדערעם. א שטייגער ווי, למשל, יענטאאש'נס אפוועזנהייט. אבער, איך האב זיך געקליבן דאס מאל גיכער נישט צו זיין אזוי אויפריכטיג. כ'על זיך גיכער קלייבן צו זאלבן (קרעדיט: מיין אלטער פריינד 'סאכדעס'... דארט אין יענעם אשכול) די פוירפל-וואטל איבער בעסערע טעמעס ווי דאס אז יענטאאש איז נישט דא. פארוואס טאקע? אהה... גיבט זיי מוחל א בליק אויף יענטאאש'נס חתימה, און אלעס וועט שטימען...

איז לאמיר טאקע נישט זיין אזוי פערפעקט און אויפריכטיג און לאמיר זיך אביסל אדורכשמועסן. איר ווייסט דאך אודאי, ס'מאכט זיך, ס'זאל זיך נישט מאכן, יעדער מענטש גייט אריבער פארשידנארטיגע זמנים, פארשידנארטיגע תקופות, צומאל גרינגע צומאל שווערע, והצד השוה שבהן, אז נישט נאר די אלע תקופות גייען פאראיבער נאר זיי גאלאפירן, זיי לויפן, אריבער אזוי שנעל אזש מ'קען קוים כאפן דעם אטעם. אבער, פארט קומט אמאל א זמן ווען דער מענטש גיבט זיך א שטעל אפ און נעמט זיך מאכן א חשבון הגוף והנפש, אין מאמע לשון רופט זיך דאס: "ער נעמט זיך טראכטן", ער שטעלט אפ דעם מח אויף א מינוט'קעלע-צוויי פון איר שנעלן גאלאפ און הויבט אן טראכטן. מאכט זיך מיר נישט אט אזא מעשה. אינעם גרויסן גאלאפ און געיעג פונעם טאג-טעגליכן, האב איך זיך ביום מן הימים געגעבן אזא שטעל אפ, א טראכט געטוהן און אויפגעפאסט אז אין לויף מיין אפוועזנהייט איז כמעט נישט געווען קיין מעונן! יא, יא, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, קוקט דאס אליין נאך וועט איר זיך איבערצייגן אין דער ווארהייט פון מיינע ווערטער. א וואלקן האט זיך כמעט נישט באוויזן אויפן האריזאנט די פארלאפענע צוויי-דריי וואכן.

איז אזוי, אין תחילת, ביים איינטריט פונעם היינטיגן פר' תרומה, איז מיר אינגאנצן נישט במחשבה געקומען זיך אריינצוזעצן דא אין דער קרעטשמע, אבער רבותי, וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז א וואלקן בראך! דער מצב איז כלות! זונטאג קארטאפל, מאנטאג קארטאפל, דינסטאג ווידער קארטאפל, מיטוואך ווייטער קארטאפל, און וואס פונעם דאנערשטאג איז געווארן דארף איך דאך אייך נישט זאגן. ווי לאנג? עד מתי? רבוש"ש ס'האלט שוין אן דער וואלקן בראך אזוי דריי טאג. אין חיידער פלעגט מען זאגן, אויב ס'רעגנט דריי טאג אין איין צי דאן קומט משיח. האט דאס א האפט? יבואו הידענים ויגודו. אבער, וואס איין מאל זיכער איז, דער מצב איז שוין אומדערטרעגליך! עד כדי כך, אז ביינעזאם מיט'ן וואלקן בראך בין איך אויך צעברעכן געווארן. כ'האב געבראכן מיין טאג און זיך אריינגעזעצט צו א פארברענג דא אין דער קרעטשמע.

איז לאמיר טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט און ארומשמועסן אביסל אזא לפנים משורת הדינ'דיגער שמועס. ס'הייסט אזוי צו זאגן, אויפריכטיגערהייט האמיר דאך פריער געשמועסט וואלט איך ווען געדארפט אביסל אויסלופטערן דא קרעטשמערישע טעמעס, אבער ווי געזאגט מחמת די נשיקת האף פון יענטאאש'ן האמיר זיך ארויסגעלאזט דערפון און מ'האמיר זיך דערשטאט אריינגעלאזט אין אן אנדער טעמע, די מעשה איז אבער אז אפי' די טעמע וואס מ'האמיר שוין זיך שוין יא געקליבן צו באהאנדלען, איז אויך עפעס נישט צום הארצן, אמער ס'דאך שוין אויסגעדראשן על כל צדדיה ופרטיה, והבו דלא לוסיף עלה. און דער אמת זאל געזאגט ווערן, אז אצינד, נאכן קלאפן, האב איך טאקע חרטה דערויף. כ'בין זיך מודה ומתודה, ומצאתי בי עוולה. איך שפיר אז כ'אב טאקע געטאן דערמיט אן עוולה. איז דאס א מעוות אשר לא יוכל לתקן? זיכער אז נישט! ס'בידי וברשותי דאס מתקן צו זיין, איך וועל זיך ווי אן אייגן בליק אויסדרייען דעם דאשיק און שפינען דעם ארטיקל צו עפעס בעסערע טעמעס.

נו גוט, וואס ס'איז אויפריכטיג און וואס נישט, ווייסן מיר שוין; וואס ס'איז לפנים משורת דינ'דיג און וואס נישט, ווייסן מיר שוין אויך, איז אויב אזוי אפשר איז שוין צייט אביסל צו רעדן איבער דעם 'דין' זעלבסט? דאס נישט, יענס נישט, און וואס יא? וואס וואלט איך ווען געדארפט מדינא אויסלופטערן? איז אזוי: מדינא וואלט איך ווען געדארפט אריינפארן באלד ביים אנהויב אין ענינא דיומא אריין. נאך אלעם איז דאך שוין היינט צו טאגס דער ערשטער טאג אין חודש אדר, און די הלכה זאגט קלאר "משנכנס אדר מרבין בשמחה". און זייט וויסן, איך וויל זיך בהחלט נישט אריינלאזן אינעם שמועס פארוואס די הלכה פון 'משנכנס אדר' ווערט נישט געבראכט אין שולחן ערוך און די הלכה פון 'משנכנס אב' יא, איך טוה דאס בלויז דערמאנען אזוי אין א זייטיג נאטיץ, אז ס'שוין געווען ערגעץ א שמועס דערוועגן אין דער קרעטשמע, מיר האבן דארט צוגעצייכנט אז דער חתם סופר פרעגט די קשיא און דער מונקאטשער איז אויך פארנומען דערמיט. אקעי צוריק, ווייסן מיר שוין נאך א זאך, והוא, וואס איך וויל בהחלט נישט. איז וואס וויל איך בהחלט יא? אהה, א ברענענדיגע פראגע... וואס מיטן כח הרבים האף איך דאס גאנץ בקרב צו פארענטפערן...

עס פאלט מיר נאר יעצט איין (נישט דוקא יעצט, ס'מיר שוין איינגעפאלן אויבן בעת'ן קלאפן די ווערטער 'מדינא') א מורא'דיגע קריטיק צו די הנהלה דא. כ'מיין נאך אלעם איז דאך דאס א מנהג ישראל מקדמת דנא, אז ווינאר דער פרייליכער אדר מאנאט באווייזט זיך אויפן וועלטליכן האריזאנט טוט מען אין אלע אידישע הייזער אויפהענגען א "משנכנס" טאוועל, דעריבער פרעג איך מיט א שטרענגע מינע: "היתכן דא אין דער קרעטשמע הענגט נישט א משנכנס טאוועל?! לדעתי, לדעתי, האלט איך אז אין די ימי אדר זאל מען איינטוישן דעם בילד, דארט אויבן ביים פתח הקרעטשמע, אויף א שיינעם "משנכנס" בילד. וואס זאגט איר צו מיין הצעה, הא?

נאך אלעם, חברים טייערע, מוזט איר מודה זיין צו מיר אז עס איז מיר געלונגען. איך בין אויפגעקומען מיט עפעס א מדינא דיומא'דיגע טעמע, וועלכע האט טאקע אומדירעקט א שייכות צו קרעטשמערישע טעמעס, אבער ס'לאו דוקא, ס'נישט ממש אזוי, ווייל בעיקר האב איך זיך דאך באצויגן צום "משנכנס" טאוועלע. ריכטיג?

בלייבט געזונט

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 5:13 pm

זארעכ, ריכטיג, ריכטיג זארעכ, ס'איז איינס.

דו ביסט גוט, א גרויסן שכוח פאר דיין קיבארד, פארן זיך מכניע זיין אונטער דיינע פינגער, און זיך לאזן דרוקן כאוות נפשך, פארשטייט זיך אז פאר דיר קומט זיך אויך אן עקסטערע שכוח, האטסעך דאך געבראכן און אריין מארשירט צו אונז אין די קרעשטמע מיט א לאנגס און א ברייטס, נאכן אונז פארלאזן אויף אזא ברוטאלן אופן. סאו דא האסטו דיינס.

שכוח.

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 5:41 pm

איכער,
דערמאנסט מיך פון די ווערצבערגער שושנת יעקב ניגון, ברוך מרדכי, ברוך מרדכי "זארעך ריכטיג, ריכטיג, זארעך".

זרח, צו דיר בינעך נישט מגיב ווייל איך בינישט ראוי, אבער צו די מנהלים יא:
ביטע לייגטס ארויף א משנכנס טאוועל כאוות זרח!

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 6:01 pm

איי זארעך זארעך, אזוי פול ריכטיגע טעמעס האסטו אויף געברענגט. די אלע פראבלעמען באדערען מיר שוין לאנג אבער איה כותב איה חותם איה סופר איה מונה ותזכור כל.... אוי וואס זאג איך דא? איך האב געוואוסט אז מ'קען זיך אויף דיר פארלאזען און אין די מינוט וואס עס וועט נאר זיין א אונן.. כ'מיין מעונן וועסטו אויף קערען די קרעטשמע. אין א יעדער פאראגראף שרייבסטו אזוי קלאר אין דייטליך ארויס וואס די פראבלעמען דא זענען אן וואס מיר בני הקרעטשמע האבן צו טון.

אונז ווייסמיר יעצט פונקטלעך וואס מ'דארף טון, מ'דארף שוין מאכען נאך א יום המעונן.

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 6:18 pm

פין צווישען די שווארצע פעפער, איז ארויסגעוואקסען די זארעכפעפער,

פעפער'ל פעפער'ל וואקס אין בליא,

פארשפרייט דיך אין פארזיידיך,

די מאכסט אינז פיין ספייסי אינזער קרעטשמע,

ווי אר אלל פרישיעיט דעט

פרייטאג פבואר 08, 2008 12:28 am

זארעכ; הערליך שיין און גוט, ווי שטענדיג. און א באזונדערן יישר כח פארן אראפציפן פון דיין טייערע צייט פאר אונזערט וועגן.

צו די עולם: קומט אויף מיט עפעס א הערליכע קרעטשמע משנכנס, וואס זאל נישט נאר דינען אלס בילד פאר די קרעטשמע, נאר יעדער זאל זיך דאס ארויספרינטן אויפצוהענגן אין שטוב אדער אין אפיס.

פרייטאג פבואר 08, 2008 12:32 am

אויב איך געדענק גוט, איז פארגאנגענעם יאר אום חודש אדר געווען א משנכנס פארמעסט, מ'האט פארגעשלאגן עטליכע גוטע משנכנס סיינס, אבער פאר סאם ריזען האט מען עס נישט ארויפגעלייגט.

פרייטאג פבואר 08, 2008 12:36 am

איך געדענק פון צוויי אדער דריי יאר צוריק אזא פארמעסט, עס האט זיך אויסגעלאזט מיט א ליידיגע אשכול.

שבת פבואר 09, 2008 11:43 pm

מעשה אורג המה.

מאנטאג פבואר 11, 2008 11:37 am

געלונגען! ס'האט זיך מיר געלוינט זיך צו באהאלטן די לעצטע פאר וואכן אז זארעכ זאל זיך שפירן געצווינגען זיך צו לאזן הערן.

אבער נע, איך מאך בלויז א וויץ, מ'זעמיר געווען פארנומען, מיר זענען נאך אלץ, אבער די וואס ווייסן וויסן אז די 'שרייבער סטרייק' האלט ביי אן ענדע, טא וועלמיר זיך צוריק נעמען בקרוב צו די עבודה.

מאנטאג פבואר 11, 2008 10:29 pm

יענטאאש;

גרינע אגודל פאר די שרייבער סטרייק שילוב צו דיר.

דינסטאג פבואר 12, 2008 2:35 am

ס'איז דיר שווער צו רופן דעם גרינעם מענטשעלע אהער, כ'על דיר א טובה טון, כ'על אימען אהער ברענגען לכבוד יענטאאש.

איין מינוט, אפשר האלט ער אן ארדענונג ביי די סטרייק? כ'על א קוק טאן אויב איך זע אים.

אה, דא געטראפן, ב"ה מיט אלע ביינער. ;l;p-

ער איז עכט געווען פארטיפט דארט אין א שמועס מיט זיין חבר, אין איינוועגס האט ער שוין מיטגעשלעפט זיין חבר'ל ;a-1;

דינסטאג פבואר 12, 2008 7:37 pm

קרעמער, עפעס טיעף איז דא אז דו קאוד'סטעך אזוי מיט יענטאאש? סינישט שיין, נאו סיקרעט'ס אין פאבליק.

דינסטאג פבואר 12, 2008 8:02 pm

כלל נישט. פון די WGA האסטו שוין געהערט?

דינסטאג פבואר 12, 2008 9:13 pm

ניין, עניוועי, איך זעה אז ס'פארפלאנטערט זיך מער און מער, סאו שטעלעס דא אפ.

דינסטאג פבואר 12, 2008 10:45 pm

אתנחתא מין'ס סטאפ
שרייב א תגובה

Advertisement