קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

אינגעלייט פאר אייער טובה מופט אוועק פון ווילי, אבער שוין!

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יוני 04, 2018 4:40 pm

איך האב שוין פון לאנג געוואלט שרייבן איבער מיין מיינוג פון זיך אוועק ציען פון ווילי,
איך האב באקומען פאר א האלבע יאר צירוק א פאון קאל פון מיין חבר וואס האט חתונה געהאט צוויי טעג נאך מיר מיט א ביטער הארץ עסעניש אויף זיין לעבן, איך האב עם געפרעגט וואס גייט פאר?
האט ער זיך אונגעהויבן אויסצירעדן ממש איך האב מיט געוויינט מיט עם, אין דא גיי איך טרייען אביסל אראפ צו ברענגען זיינע פוינט'ס.
נאך זיין חתונה האט זיין ווייב פארלאנגט אז ער טאר נישט ארויס גיין פון כולל צילוב "אלע מיינע פרענד'ס מענער זענען בן תורה".
נעבעך, די אינגערמאן איז נישט געמאכט פאר קיין כולל!
נעבעך די אינגערמאן דארף צאלן יעדע חודש איבער 3200 רענט!
נעבעך די אינגערמאן ווייב ארבעט מיט סאושעל בלא בלא בלא אין זי מאכט גליקליכע 2000 א חודש!
נעבעך די אינגערמאנ'ס ווייב גייט יעדע זינטאג מיט אירע בעסט פרענד'ס קיין מאנהעטן פאר די נייע מעיסיס סעיל!
פון א געשמאקע אינגערמאן געווארן א זויערע איגרעקע!
א קליינע דירה, אין סע איז זייער נישט באקוועם זיך צו דרייען דארטן, יעדע נאכט מיז מען ארויס גיין,
א קליינע דירה, אין סע איז זייער נישט באקוועם זיך צו דרייען דארטן, מע זוכט צו אנטלויפן פון שטוב יעדע איבריגע מינוט, איי טייערע אינגערמאן די הייבט אן צו בויען א לעבן, ווי אנטלויפסטו?
די קליידער וואס זי קויפט זיך, זעט אויס ווי אחשוורוש שוועסטער קינד, קאנטרי מיז מען גיין,
א אוטו מיז מען האבן, אבער נישט סתם א אוטו נאר א גוטע,
מען איז שוין געווען זייט די חתונה אין שווייץ, פאלאם ספרינג'ס, ניו העמפשער, אין פילע נאך טייערע פלעצער,
ער האט שוין געמאכט א וואך נאכט געקאסט 6,000
ער האט שוין געמאכט א קידוש, אין פארשטייט זיך געמיזט געבן די בעסטע וויסקי פאר זיינע גוטע נאנטע חבירים,
ער ענדיגט- א שטאט וואס מע טרינקט מיט א שיינע הערליכע שטרוי יענעמ'ס בליט,
ער וויל ארויס מאפן אבער דא הייבט זיך אן א צווייטע פרשה, זיין ווייב האט שוין איינגעזעם אז זיי לעבן א עקלדיגע לעבן, אבער זיין טאטע סלעש שווער, גייען עני מינוט כאפן א הארץ אטאקע וואס די פרישע קאפל גייען זיין שילדיג איבער דעם צלוב אוועק מופן,
סע איז באפייפט די מצב...

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יוני 04, 2018 5:06 pm

דער דארף אן ערנסטן טערעפיסט [דאקטער בלע"ז], כ'זעה נישט ווי זיין היים שטאט איז עם שולדיג...
יאך וואוין שוין אין ווילי מיום היוולדי קיינמאל בינעך נישט געוען אין שווייץ, פאלם ספרינגס, ניו העמפשיר....
גראדע וועניך פאר אין מאנסי מאנרא, גייט מיר אויס די אויגן וואסארא עולם הזה מען לעבט דארט...

און יא,
כ'זעה נאך נישט 'ווער' לאזט עם נישט מופן?????
זיין טאטע סלעש שווער גייען באקומען א הארץ אטאאקע? סאו איז וואט? זאל ער זיי אלע מיטנעמען, און גלייכצייטיג פריי מאכן נאך דריי דירות אין ווילי.....
ער זאל נאר זיכער מאכן בעפאר ער מופט, צי אין דעם שטאט וואו ער ציהט זיך אריבער פארמאגט די פארמאסי די פילעכלעך וואס ער\זי דארפן, און אויך צו דער טערעפיסט האט אן אפיס דארט...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

פון די אינגערמאן׳ס ווייטאג שיילט זיך ארויס אן ערנסטע פראבלעם איבער וויאזוי די בית יעקב/אלו הבנות ווערן אויפגעצויגן. די פראבלעם איז בכלל נישט א דירות פראבלעם.

שוין געהערט פון עטליכע חתנים מדריכים וואס שרייען דאס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 04, 2018 5:24 pm

ראספשע האט געשריבן:כ'זעה נישט ווי זיין היים שטאט איז עם שולדיג...
יאך וואוין שוין אין ווילי וויפיל יארן, קיינמאל בינעך נישט געוען אין שווייץ, פאלם ספרינגס, ניו העמפשיר....

און קיינמאל געמאכט א וואכנאכט פאר 6 אלפים, וכו' ועוד.

אדרבה, די וואס לעבן פאר יענעם זענען פיל פיל ערגער אין אפסטעיט, מאנראו, מאנסי, עירמאנט וכו' ועוד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 05, 2018 10:16 pm

הגם איך האב שארף מחולק גווען אויף "מאני מיינדעד"ס ברוך השם ארטיסטטן מהלך בין איך אין די זעלבע צייט 100% איינשטימיג אז דער "סטאנדארד" וואס איז א מוז צו קענען ווערן גערעכענט אלס נארמאלער מענטש אין סאסייעטי איז אריבער אלע גרעניצן. און פירט אז 70-80% (!) פונעם ציבור אריינצוגיין אין א מצב פון באנקראט/מקבלי צדקה/בעלי חובות/גנבים (אדער גזל עכו"ם אדער גזל ישראל).

עס איז לא ימלט אז דאס זאל געשען ביי א מיעוט פונעם ציבור, אבער אז דאס זאל געשען ביי דעם רובא דמינכר פונעם ציבור איז זייט מוחל העכט צודרייט.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 06, 2018 8:54 am

חדשות האט געשריבן:הגם איך האב שארף מחולק גווען אויף "מאני מיינדעד"ס ברוך השם ארטיסטטן מהלך בין איך אין די זעלבע צייט 100% איינשטימיג אז דער "סטאנדארד" וואס איז א מוז צו קענען ווערן גערעכענט אלס נארמאלער מענטש אין סאסייעטי איז אריבער אלע גרעניצן. און פירט אז 70-80% (!) פונעם ציבור אריינצוגיין אין א מצב פון באנקראט/מקבלי צדקה/בעלי חובות/גנבים (אדער גזל עכו"ם אדער גזל ישראל).

עס איז לא ימלט אז דאס זאל געשען ביי א מיעוט פונעם ציבור, אבער אז דאס זאל געשען ביי דעם רובא דמינכר פונעם ציבור איז זייט מוחל העכט צודרייט.

ווען דער רובא דמינכר העט מופן קיין מאנסי אדער קיין דזשערסי סיטי, גייען זיי אלע מיטנעמען די קרענק און פארסמ'ען געזונטע וואסער.... [דער עלטערער דור זאגן אז 'נאך אינדערהיים' האבן משפחת .... געליטן אויף די מחלה פון 'וועלן זיין באלעבאטיש'....]

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 06, 2018 2:50 pm

farshlufen האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אדרבה, די וואס לעבן פאר יענעם זענען פיל פיל ערגער אין אפסטעיט, מאנראו, מאנסי, עירמאנט וכו' ועוד.

במחכת"ה האסטו א שטיקל טעות, די שורש המחלה קומט פון ליע עוו., פון דארט האט זיך עס פארשפרייט, קען זיין היות א רובא דמינכר וואוינט היינט אין אפסטעיט קוקט אויס אז דארט בוזשעוועט די מחלה מער

===
און צו דיר יחזקא'לע האב איך איין ווארט צו זאגן, חייך קודמין! על כן יעזוב איש את אביו ואמו די שווער מיט די שוויגער און מאכן א לעבן פאר זיך, כל זמן זיי האלטן דיך נישט אויס ביסטו דיין אייגענער בעה"ב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך יוני 06, 2018 3:21 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:פון די אינגערמאן׳ס ווייטאג שיילט זיך ארויס אן ערנסטע פראבלעם איבער וויאזוי די בית יעקב/אלו הבנות ווערן אויפגעצויגן. די פראבלעם איז בכלל נישט א דירות פראבלעם.

שוין געהערט פון עטליכע חתנים מדריכים וואס שרייען דאס.

אמת און וואר, פארהאן פרויען וואס פארלאנגן בכל התוקף אלע סארט לוקסוס'ן
ס'איז נאר א חידוש, ווייל געווענליך זענען עס די פרויען וואס ארבעטן נישט, און זיי פארשטייען נישט וואס געלט מיינט, אבער דא פארציילט מען עס איבער א פרוי וואס ארבעט אליינס דאס איז שוין א חידוש

איך שהוא, איז דער אמת'ער שילדיגער דער "קרעדיט קארטל", מיט דעם קאן מען רואיג גיין קיין מעסיס, מיט דעם קען מען באשטעלן אלעס אין דער וועלט, און נאכדעם קומט מען אין שול זיך גרויסהאלטן מיט די קרעדיט סקאור וואס מען האט

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג יוני 08, 2018 12:43 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:פון די אינגערמאן׳ס ווייטאג שיילט זיך ארויס אן ערנסטע פראבלעם איבער וויאזוי די בית יעקב/אלו הבנות ווערן אויפגעצויגן. די פראבלעם איז בכלל נישט א דירות פראבלעם.

שוין געהערט פון עטליכע חתנים מדריכים וואס שרייען דאס.

יא יא, איך האב שוין פון לאנג געוואלט שרייען אין פארפירן וועגן דעם,
#נעקסטע אשכול אי"ה

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג יוני 08, 2018 12:44 pm

איך שהוא, איז דער אמת'ער שילדיגער דער "קרעדיט קארטל", מיט דעם קאן מען רואיג גיין קיין מעסיס, מיט דעם קען מען באשטעלן אלעס אין דער וועלט, און נאכדעם קומט מען אין שול זיך גרויסהאלטן מיט די קרעדיט סקאור וואס מען האט[/quote]
פונק ווי די פארשטייסט אז די קרעדיט קארטל איז דער שילדיגער,
פארשטיי אויך אז די אלע גמ"ח זענען שילדיג אויף די הויכע חתונת הוצאות וואס אונז מיטשען זיך.
#נעקסטע אשכול אי"ה...

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג יוני 08, 2018 1:11 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:#נעקסטע אשכול אי"ה...

אונז ווארטן, לאז וויסן וויאזוי עס הייסט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 08, 2018 1:26 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:#נעקסטע אשכול אי"ה...

אונז ווארטן, לאז וויסן וויאזוי עס הייסט

וויל אויך פארשטיין, פארוואס זענען די גמחי"ם שילדיג? ביטע עפענען טאקע א אשכול צו זעהן אם יש דברים בגו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

נייע געגענטער בהרחבה

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג יוני 08, 2018 6:57 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
העכסטנס אפאר אידעלעך ווערן רייכער ווערן, אבער צי עס איז טאקע אזא טובה פאר כלל ישראל איז געצווינגען זיך אריבער ציען צו א צווייטע געגנט, ווייסט איין באשעפער
כ'האב שוין אלס געמיינט אז דאס איז עס, משיח קומט קיין ווילאמסבורג, מיר גייען שוין נישט נאך א גלות

עס האט מיך באמת געקאסט א שטאך אין הארץ פון די ווייטאג פון וואס די שרייבסט

איך וויל נישט רעדן ברייט ,אבער יודן וואס וואינען אין עירמאנט ,טשעסנאט ריזש , פאמאנא ,מאנסי ,ניו סיטי ,לעיקוואד ,בלומינגבורג, וואדבערי זשאנקשען, קאנטרי האללא , בלומינגראוו, היילענד לעיק עסטעיטס ווייסן נישט פון קיין גלות ליידן ... זיי וואינען און רחבות און האבן הרחבת הדעת על כל פנים וואינען ווי א יוד דארף

די דערמאנסט דארט היילענד לעיק עסטעיטס
גראדע בין איך געוועהן קוקען א הויז דארט מיט א בראוקער אין איך בין שטארק אניציקט מיט וואס דארט גייט פאר.
b]...To make money OVERNIGHT work in a NIGHT SHIFT[/b]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 10, 2018 8:59 am

פאר אדווערטייזמענט רופט:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 10, 2018 9:36 am

חדשות האט געשריבן:דער "סטאנדארד" וואס איז א מוז צו קענען ווערן גערעכענט אלס נארמאלער מענטש אין סאסייעטי איז אריבער אלע גרעניצן. און פירט אז 70-80% (!) פונעם ציבור אריינצוגיין אין א מצב פון באנקראט/מקבלי צדקה/בעלי חובות/גנבים (אדער גזל עכו"ם אדער גזל ישראל).
.

אמת די סטענדערט ביים היימישן עולם איז די העכסטע לוקסוס אפשר אין גאנץ אמעריקע מען מיז האבן מינעמם 500 דאלער קערידש שיינע קאר שפעטער פין 2016 אין נאך אין נאך מען מיז ווייל יעדער
ווען איך בין געווען א יונגעל אין מיין הויזן האט זיך צעריסן האט מיין מאמע ארויףגעביגלט א לאטע מיין שיך האט מען געפיקסט ביי א שיסטער אלע יונגלעך פין מיין חדר האבן בר מצוה געהאט אין דיינונג רום חוץ 4 5 יונגלעך חנוכה האב איך נישט באקומען קיין טוי מיין טאטע האט געהאט א קאר פין די מ' יארן די קארפעט האט געהאנגען פין די איך האב נישט געהאט קיין עיר קאנדישן נישט אין מיין שלאף שטיב אין נישט. די קאך האט געהאט סטיקער טיילס אין פארמייקע קראנטער טאפ מיט א 8 פיסיגע דאך די אפליינסעס אין דערהיים האבן נישט געמעטשט. די קליידער האבן נישט געמעטשט די ליסטע איז לאנג מען איז געווען עני טיים צעפרידן נישט. כמעט נישט געווען אזא זאך אז א אינגערמאן פארן חתונה מאכן זאל ווערן געטשאקט פאר א יו' ט. 80% האבן זיך געקענט אליין חתונה מאכן היינט קענען 80% נישט חתונה מאכן

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג יוני 10, 2018 10:34 am

בבל האט געשריבן:

ווייס'עך נישט ווען די האסט בר מצוה געהאט אבער אויב איז א מעלה מיין טאטע האט געהאט א קאר פין די מ' יארן האסטו מסתמה בר מצוה געהאט אין די סמך'ס אדער סוף נ', יענע יארן האט שוין כמעט קיינער נישט בר מצוה געמאכט אין דייניג רום (לענ"ד)

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 10, 2018 11:19 am

יישר כח האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:דער "סטאנדארד" וואס איז א מוז צו קענען ווערן גערעכענט אלס נארמאלער מענטש אין סאסייעטי איז אריבער אלע גרעניצן. [/size] האסטו מסתמה בר מצוה געהאט אין די סמך'ס אדער סוף נ', יענע יארן האט שוין כמעט קיינער נישט בר מצוה געמאכט אין דייניג רום (לענ"ד)
בר מצוה געהאט צווייטע האלב נ יארן אין ק'י אין 20 בר מצוה פין מיין חדר איז געווען אינדערהיים אין דיינונג רום

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג יוני 10, 2018 11:38 am

קען זיין אין ק"י מיט גרויסע דייניג רום'ס, אין וומס"ב איז עס נישט געווען שייך, דא האט מען טענות אויף די וומס"ב'ער סטענדערט

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

שוורץ קוקער

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג יוני 15, 2018 8:14 pm

farshlufen האט געשריבן:פאר אדווערטייזמענט רופט:

נישט ידער זיכט צו אדווערטייזן בערמה.....
איך בין א פשוטע קרעמל זיצער וואס טיילט מיט פארן ציבור זיינע חידושים
b]...To make money OVERNIGHT work in a NIGHT SHIFT[/b]

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יוני 17, 2018 10:21 am

נאכדעם וואס די סיטי האט שיין אויפגענומען די ארטיסטען, ווייל זיי ווילן אז ס'זאל זיין א געמיש פון פעלקער די אנדערע זייט ברוק, וואס איז די נאנסטע צו וואל סטריט אין ברוקלין, וואסער האפענוג איז דא צו פייטן סיטי האל?

חוץ וואס עס וואלט געדארפט זיין פארקערט (זיי זאלן געבען די נעווי יארד פאר אפארמענטס), אונז דארפען אזויפיל מער הייזער וואס מיר האבן יעצט, לויט אונזער נאטוליך וואקס.
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יוני 26, 2018 1:10 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:וואס און ווער איז די נייע ׳מצה אויבן געשעפט׳ אויף ליע עוו. ממש נעקסט דאר פון כף׳ס בעקעריי?

עס איז נישט ממש נעקסט דאר נאר א חילוק פון 3 סטארס.

די מצה אויבן געשעפט איז דארט ווי עס איז געווען לאנדאס רעסטוראנט

האסט גענטפערט וואס ער פרעגט?
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג יוני 26, 2018 1:31 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:וואס און ווער איז די נייע ׳מצה אויבן געשעפט׳ אויף ליע עוו. ממש נעקסט דאר פון כף׳ס בעקעריי?

עס איז נישט ממש נעקסט דאר נאר א חילוק פון 3 סטארס.

די מצה אויבן געשעפט איז דארט ווי עס איז געווען לאנדאס רעסטוראנט

האסט גענטפערט וואס ער פרעגט?

פעלט ניקוד?

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יוני 26, 2018 1:42 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:וואס און ווער איז די נייע ׳מצה אויבן געשעפט׳ אויף ליע עוו. ממש נעקסט דאר פון כף׳ס בעקעריי?

עס איז נישט ממש נעקסט דאר נאר א חילוק פון 3 סטארס.

די מצה אויבן געשעפט איז דארט ווי עס איז געווען לאנדאס רעסטוראנט

האסט גענטפערט וואס ער פרעגט?

פעלט ניקוד?

טענו בחוטין והודו בשעורין
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג יוני 26, 2018 1:55 pm

גייטס אן. קיינער זאל נישט אויפגעבן בשום אופן. ראובן זאל ווייטער שרייען אז שמעון האט למעשה נישט געענטפערט לוי'ס פראגע, און שמעון זאל זאגן אז לוי'ס פראגע שטימט בכלל נישט אזויווי ער האט שוין ארויסגעברענגט. דאס ברענגט זייער שטארק ארויף דעם ניווא און סטאנדארט פון אייוועלט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יוני 26, 2018 1:57 pm

Think and Thank האט געשריבן:גייטס אן. קיינער זאל נישט אויפגעבן בשום אופן. ראובן זאל ווייטער שרייען אז שמעון האט למעשה נישט געענטפערט לוי'ס פראגע, און שמעון זאל זאגן אז לוי'ס פראגע שטימט בכלל נישט אזויווי ער האט שוין ארויסגעברענגט. דאס ברענגט זייער שטארק ארויף דעם ניווא און סטאנדארט פון אייוועלט.

לייג צו יהודה צו די מעשה וואס מישט זיך אריין
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט