מאיר מייער האט געשריבן:א מין אשכול דאס...
טענו לו בחטין... והודו לו בזכר קדשו..
איך באצי מיך צום אינגערמאן וואס ער האט געזען, און איך רעד וואס דער אינגערמאן זעט און סאיז אלעס מענין לענין באותו קנין, ער האט דאך געוואלט ארויסברענגען אז ס'איז דא טאטעס וואס ווילן נישט לאזן קינדער מופן צוליב זאכן וואס זיי זעען אזוי ווי דער בריוו שרייבער זיי זעען אפשר אינגעלייט וואס שמעקט זיי נישט זייער התנהגות. און איך ברענג ארויס וויאזוי מען קען לאזן קינדער זאלן דא בלייבן נאכדעם וואס מען זעט אזאנס צוזאם אין ווליאמסבורג, במילא אויב אידישקייט איז א אישו, זע איך נישט וויאזוי.
בד"וו, איך בין מודה אז דער תגובה איז נאר געווען א אויסברוך נאך מיין באזוך אין ווילי,ומענין לענין באותו ענין וועל איך זאגן אזאך יא דירעקט צום נושא.
איך האב אמאל געזען א דרשה וואס האדמו"ר מ'וויזניץ פון מאנסי זצ"ל האט געזאגט פארוואס ער האט געמופט פון וויליאמסבורג, איך וואלט איינגעלאדענט מיינע וויזניצע פריינט זאלן עס נאכקוקן, אבער ס'רעדט זיך פון דעם אז זיין טאטע זצ"ל האט אדער נישט געוואלט אדער נישט פארשטאנען פארוואס ער טוט עס עכ"פ ער האט אים שטארק געפרעגט פארוואס האט אים דער פריערדיגער וויזניצער רבי געזאגט "קצתי בחיי צו בלייבן ווואוינען אין שטאט" האט אים דער טאטע אפגעלאזט