בלאט 1 פון 1
הנותן שלג כצמר - ס'שנייט אין ירושלים!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 10:04 am
דורך ערנסטער
נעכטן דער שניי איז נאך געווען נאס און געמישט מיט ריין:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 10:10 am
דורך ערנסטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 10:19 am
דורך מאשקע
דאס איז היסטאריע! יישר כח פאר די הערליכע בילדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 10:56 am
דורך אנדי פעטיט
מען קען גארנישט זען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 12:45 pm
דורך לאקשען ברעט
מען זעהט נישט די בילדער
ביטע פארעכטען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 5:34 pm
דורך דארפסמאן
נא פארעכט, ווי לאנג דארף איך ווארטן ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 5:38 pm
דורך מיללער
איך זעה די בילדער במילואם, א גרויסער און שיינער דאנק אייך הרב ערנסטער, כ'שניי' כשלג ילבינו!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 5:47 pm
דורך דארפסמאן
איך זעי נישט נאר X
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 5:54 pm
דורך יאנאש
נו מיללער, אז דו זעסט יא, אפשר סעיווסט איר עס אויף דיין קאמפיוטער און נאכער לייגסט עס איבער אויף די קרעטשמע האוסט איטסעלף.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:13 pm
דורך איך_הער
לכאורה איז דזשעי נעט, די פראבלעם, ווייל פון אן אנדערע קאמפעיוטער קענעך עס יא זעהן. אבער די לעצטע פאר איז ביי די אנדערע קאמפעיוטער אויך רויטע עקסעס, סאו ווייסעך נישט פונקטליך וואס ס'גייט פאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:23 pm
דורך מיללער
יאנאש האט געשריבן:נו מיללער, אז דו זעסט יא, אפשר סעיווסט איר עס אויף דיין קאמפיוטער און נאכער לייגסט עס איבער אויף די קרעטשמע האוסט איטסעלף.
ווען איך וויל עס איבערלייגען, טענה'עט ער אז זיי זענען צו גרויס פאר די קרעטשמע, איי וויאזוי האביך עס פון דארט גענומען? ממש ארץ הצבי, די בילדער וואקסן און שרימפען כאוות נפשם.
איך וועל פרובירען אגעין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:27 pm
דורך מיללער
די ערנסטע בילדער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:28 pm
דורך קל_וחומר
J-Net בלאקט רוב Image Hosting Sites ווי למשל Photobucket, Flicker, Yahoo/Google image search ווייל מ'זאל ח"ו נישט .. וויאזוי האט נאר די רעבע אין חדר געזאגט, עך, כ'האב שוין פארגעסן, אסטא-קוטשא-פייע-נעקי.
די פיקטשערס ליגען ביי PhotoBucket
ארץ ישראל'דיגע Snowman
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:35 pm
דורך קל_וחומר
ער קומט שוין נאך געלט אויף אמעחיקע, ער האט אפילו א גרינע נאז צי שמעקען די דאלארען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 6:37 pm
דורך אנדי פעטיט
יישר כח ערענסטער, און א ספעציעלע יישר כח פאר מיללער און איכער פאר'ן איבעלייגען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:04 pm
דורך יאנאש
א גרויסן יישר כח מיללער פארן זיך אנשטרענגן און איבערלייגן די בילדער אפי' ער האט עס יא געזעהן, ממנו ילמדו וכן יעשו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:17 pm
דורך קרעמער
יישר כח ערענסטער.
אויף קול מבשר זאגט ער אז די חברה זענען אזוי צולאזט מיטן שניי, אז מען האט אריבערגעפירט אפאר טרעילערס דערפון קיין בני ברק, זאלן יענע קינדערלעך אויך מאכן א לעבן...
ביי אונז וואלט מען אפילו נישט גערעדט פון אזא נידריגע שניי, און זיי האבן שוין 3 טעג נישט קיין שולע דערוועגן.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2008 6:56 am
דורך ערנסטער
מיללער, א גרויסן ישכו"ח! איך האב אפילו נישט געוואוסט פון דער "בילדער בלאקירן פראבלעם"...
קל_וחומר, קענסט מיר גלויבן, אז די שניי-באבע (אדער ווי איר רופט צו דעם?), וואס מיינע קינדער האבן געמאכט, האט קיינמאל אין לעבן נישט געטראכט פון קומען נאך געלט קיין אמעריקע. איך האף אז דו אליין קענסט שוין פארשטייען, פארוואס.
קרעמער, ביי אונז די "שניי פייערונגען" זענען געווען נישט 3, נאר בלויז 2 טעג. אינמיטן צווייטן טאג ס'האט שוין אנגעהויבן צעגייען זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2008 3:32 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח מיללער
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 12:33 am
דורך שוועמל
מיר רופן די שניי בלאטבע, די 'שניי-מענטש' אדער סנוי-מען אין אנגליש.
און בכלל וואס עפעס א באבע בלשון נקבה ?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 3:49 am
דורך ערנסטער
שוועמל האט געשריבן:און בכלל וואס עפעס א באבע בלשון נקבה ?
איך ווייס נישט, אזוי פלעגט מען דאס אנרופן ביי אונז אין אוקראינע.
אויך דא אין א"י רופט מען דאס 'בובת שלג' ('שניי ליאלקע') - בלשון נקבה.
אבער דוקא דער מענטש פון שניי וואס האבן געמאכט מיינע חברה'לעך איז טאקע א מאנצבל - קענסט אפילו זען ביי אים א שטיימל אויפן קאפ (אזוי זיי האבן מיר דאס דערקלערט).
