בלאט 1 פון 1

זאל איך אונהייבען צי פירן טיש

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 4:52 pm
דורך מרן אדמו"ר
גייענדיג אזוי ארום פון איין רבי צום צווייטען קען איך נישט אפמאכען אויב איך זאל אונהייבען צי פירן טיש, ווען איך גיי צי א רבי וואס האט א גרויסען עולם וויל איך שוין אונהייבען אבער ווען איך גיי צי א רבי וואס האט א קליינעם עולם פארגייט מיר די אפעטיט צי פירן טיש,

עס איז דא אפאר פראבלעמען

איינס זאגען אייגענע תורה, - אבער און רושין זאגט מען נישט קיין תורה ביים טיש אזוי מיין איך

און נאכדעם וויל איך וויסן אויב ביים טיש וועל איך קענען עסן אלעס וואס איך עס אינדערהיים און אנדערע רביס האב איךנישט געזען עס עסן ביים טיש למשל

טעמעטע דיפ
חריין
חרייענס
חמס
אליף דיפ
זויערע פיקל (שוין יא געזען אמאל ביי א רבי)
פיקל סאלעט
קאו סלאו
פאטעטע סאלעט
ועוד ועוד


פארזעצונג קימט אי"ה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 5:55 pm
דורך cano
העלאו מען האט נאכנישט געבענטש ראש חודש אדר, איך וועל דיך אויסזאגען פארען מנהל, ביז שבת מבורכים טאר מען נישט רעדען פין פורים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2008 2:08 am
דורך בני היכלא
איך מיין דו זאלסט פירן טיש, פיר עס ארום, פיר עס אן, נישט קיין חילוק, דער עיקר זי זאל דיך נישט פירן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:32 pm
דורך מרן אדמו"ר
קענאי פארוואס מאכסטו חוזק פון מיר איך מיין עס ערנסט אויב ביסטו שוין פורם'דיג גיי צי א פורם אשכול לאז מיך הערן דעם דעת הציבור

בני היכלא (הני כלבים דחציפין) דיך מיין איך אויך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2008 7:29 pm
דורך קאניאק
הער מיין עצה
הייב אן צוביסלעך אזווי א ביזנעס קודעם הייב אן ביי דיר אינדערהיים פרעקטיס מיט די אויגען מיט די הענט ווען די פילסט שוין זעכער ביי דיר לייג ארויס א קליין א פיצי צעטעלע אז מען קומצעך צאם צען אזייגער צו א באטע נאכדעם נעקסטע וואך לייג ארויס א גרעסערע צעטעל ווען די האסט דריי מענטשען דעמאלט ביסטו שוין א עפארדעל רעבע

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2008 8:13 pm
דורך לאקשען ברעט
די ערשטע זאך דארף מען א גבאי
נאכדען עמער זעהן ווייטער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2008 8:26 pm
דורך איך_הער
איך וואלט אים געשיקט צו א דאקטער, אבער קאניאק מאכטעס בעסער, סאו עמער צושטומען צו קאניאק'ן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2008 1:23 am
דורך בני היכלא
מרן אדמו"ר האט געשריבן:קענאי פארוואס מאכסטו חוזק פון מיר איך מיין עס ערנסט אויב ביסטו שוין פורם'דיג גיי צי א פורם אשכול לאז מיך הערן דעם דעת הציבור

בני היכלא (הני כלבים דחציפין) דיך מיין איך אויך


רבי שליט"א.

איך האב דייקא גערעדט ערנסט, קוק מיינע ערשטע ווערטער נאכאמאל ביטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 4:32 pm
דורך scy4851
לאקשען ברעט האט געשריבן:די ערשטע זאך דארף מען א גבאי...

אין ער וועט ווערען א 'רוכב על גבי...'

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 6:28 pm
דורך דארפסמאן
ר' שמחה איר זיכט א גבאות פאסטן ?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 7:45 pm
דורך scy4851
דארפסמאן האט געשריבן:ר' שמחה איר זיכט א גבאות פאסטן ?


טאקע לעצטע וואך איז גיווען אין די "קלעסיפייט" חלק פון טעקליכען "לוח הציבור" אן "עד" פאר א גבאות פאסטען

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 2:34 am
דורך בני היכלא
רייסט ענק נישט איין מיטן רבין, ער איז א גברא דקפדנא.. ס'איז העכערע ענינים פארשטייט זיך, אית רוגזא ואית וכו'..
איך בעט ענק, ס'עט נישט טויגן..

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 10:27 am
דורך scy4851
אין נאך וואס פאר א רבי!
דאס איז דער רבי מיט וואס משה רבינו האט גיסטראשט פרעה "הנה אנכי שולח...א'רבי' בגבוליך"

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 3:34 pm
דורך מרן אדמו"ר
מאכט אלע חוזק אבער בערך 15 מענטשן וואס איך ווייס. זענען שוין געווען ביי מיין טיש, איך פיר ווען איך בין אינדערפרעמד

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 7:34 pm
דורך דארפסמאן
ביטע הייב אן אויסצירעכענען

1)
2)
3)


און וויטער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 8:09 pm
דורך סאכדעס
4)
5)
6)


און וויטער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 8:35 pm
דורך זיידעניו
איך און די איז צוויי
די מיט מיר איז שוין פיר
ביידע ציזאמען אכט
א.א.א.ו.ו.ו.ו.ו.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 1:00 pm
דורך דארפסמאן
רבי טייערע ווי פירט איר טיש ? אפשר וועל איך אמאל אריין פאלען

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 4:55 pm
דורך scy4851
מען מיז זיין תוכו כברו

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 9:37 pm
דורך זיידעניו
עס איז געניג תוכו כרבו

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 10:23 pm
דורך קאניאק
אין וואס איז שלעכט מיט תוכו כבורו

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 11:27 pm
דורך זיידעניו
רבו און בורו איזדעך היינו הך