אייוועלט אפיל * באשרייבט אייער וועקאציע עקספיריענס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

אייוועלט אפיל * באשרייבט אייער וועקאציע עקספיריענס

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 28, 2018 1:34 am

שלום וברכה טייערע חברים

איך דריי מיך שוין אינעם וועלטעל פאר 4 יאר ב״ה און איך קען מעיד זיין אז מען קען היינט טרעפען א געוואלד פון ידיעות און אינפארמאציע אויף אייוועלט
אנגעהויבן פון נייעס פאליטיק, שיעורי תורה, היכל הנגינה, קרעטשמע , ארט, איש את רעהו - חסד אפטיילונג, ביזנעס ועוד ועוד

די איינציגסטע פלאץ וואו איך פיל א חלל איז ווען עס קומט צו אינפארמאציע איבער רעזארט און וועקאציע עקספיריענסן
עס איז ברייט באקאנט אז אונז היימישער אידן זענען געצוימט ווען עס קומט צו פארן אויף וועקאציע און איעדער וויל וויסן פארדעם צו די פלאץ איז אויסגעהאלטען און איבער כשר עסן, מנינים, האטעלס פאר שבת ועוד

עס איז כהיום כמעט נישטא קיין אפעציעלע טאג ביך וואו איינער זאל צולייגען זיין גאנצע נסיעה עם כל פרטיה
אמת, עס איז דא א כלליות׳דיגע אשכול איבער וועקאציע און עס איז דא דארט אביסעל אינפו איבער לענקעסטער און נייעגרע פאולס.. אבער דא רעד איך פון באשרייבן נסיעות צו פלעצער וואס זענען נישט אזוי באקאנט אזוי וואו ווענקאווע, קאליפורניע, אריזאנע, שווייץ, איטאליע, און אפילו פלורידה

אלזא קום איך ארויס מיט אן אפיל צו בעטן אז דער עולם זאל ביטע אנהייבן צו מיטיילן די אינפארמאציע איבער זייער פערזענליכע נסיעה מיט אלע פרטים וואס עס איז שייך
משלים פון נקידות וואס איז כדאי אויסצושמיסן לתועלת הציבור:
די עצם הנסיעה, די וועגן , וואו מען האט באזיכט, וויפיל עס האט געקאסט, וויפיל טעג איז כדי צו פארן, צו מקען מיט ברענגען קינדער, מנין, כשר עסן

א דאנק פון פאראויס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 28, 2018 2:32 am

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » זונטאג ינואר 28, 2018 9:31 am

אביסל אינפא
פלארידא וואו די היימישע עולם גייט איז ע״פ רוב די מיאמי געגענט
דאס רעכנט אריין מיאמי ביטש, די מעין גאס איז 41 סט
עס זענען דא האטעלן ארום די געגנט.
דעעש קערעסטיר זענען אין די געגנט. דעעש אויף 37 צווישן אינדיען קריק און קאלינס. עס זענען דא נאך מנינים אין די געגנט.

סורפסייד / באר הארבער וואו חב״ד האט א גרויסע שול אויף 95 און קאלינס.

נארט מיאמי ביטש איז א מייל צוויי אוועק פון וואסער. קהל חסידים איז ביי 172 און 10. נישט דא קיין האטעלן מדינגט א ווילא

אווענטורע האט א גרויסע אלגעמיינע מאלל.
און אויף 207 א שיינע שאפינג צענטער מיט כשר׳ע געשעפטן און א ביהמ״ד

פארט לאדערדעיל האט א חב״ד מיט האטעלן ארום

באקע רעטאן האט פריוואטע הייזער וואס מקען דינגן נאנט צו די בתי מדרשים.

וועסט פאלם ביטש איז דא א 55+ געגנט וואו עס זענען דא קאנדאס נאנט צו די שול. א גרויסע היימישע ציבור האט דארט קאנדאס. נישט געמאכט צו ברענגן קליינע קינדער.

פון וועסט פאלם צו 41 איז ארום א שעה מיט 15 מינוט

רויע פלייש קען מען קויפן מיט היימישע הכשרים. רוב פליישיגע רעסטוראנטן נוצן שור הבר
חלב ישראל איז דא איבעראל

עס זענען דא נאך געגנטער אינמיטן וואס מהאט נישט אוי גערעכנט וואו מקען טרעפן מנין, אדער צופארן אינמיטן די וואך

ארלענדא איז אין צענטראל פלארידא ארום 3 שעה פארן פון מיאמי. לעצטנס איז דא דארט אביסל מער כשר
ע״פ רוב גייט מען דארט צו די גרויסע פארקס

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » זונטאג ינואר 28, 2018 9:42 am

קאליפארניע
קאליפארניע איז א ריזן סטעיט מיט אסאך אנדערע פלעצער וואו מפארט. לאו דוקא היימיש

כשר עסן איז די מעין פלאץ לאס אנזשעלעס.
האט 2 כשרע געגנטער לא ברעא וואס איז מער היימיש און פיקא וואו עס זענען דא עטליכע האטעלן

פאלם ספרינגס איז א ווינטער וואקאציע ארט ארום 3 שעה צו פארן פון לאס אנזשעלעס. וואס מברענגט מיט דאס האט מען

סאן דיעגא איז א 2 3 שעה פון ל א מיט קאר אדער טרעין. מנין קען מען טרעפן

ענעהיים ארום א שעה פון ל א האט גרויסע פארקס

סאן פראנציסקא איז א 7 שעה פון ל א
עס איז דא א דרך ארוכה נעבן פאציפיק אושען זייער שיין

נאך א שעה + איז נאפא וואלי פון וואו די וויינען קומען. עס זענען דא כשרע וויינעריס דארט (נישט פארמישן מיט קדם׳ס פלענט א שעה פון ל א)

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג ינואר 28, 2018 11:01 am

בין איך דאך נישט א שרייבער...

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » זונטאג ינואר 28, 2018 11:16 am

איבערגאנג האט געשריבן:רוב פליישיגע רעסטוראנטן נוצן שור הבר

וואס איז דאס?

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » זונטאג ינואר 28, 2018 1:27 pm

ווענקיוווער האט עטליכע שולן. שערי צדק וואו די מקוה איז. חב״ד און כולל וואס איז אויך חב״ד
מ׳קען גיין אויף עירבנב וכדו׳. עס זענען דא 2 האטעלן ארום 25 מינוט שפאציר צום כולל אדער שערי צדק

חלב ישראל מילך קען מען אמאל דארפן זוכן. אלע אנדערע חלב ישראל פראדוקטן זענען דא בשפע
שבתדיגע עסן אויף די היימישע וועג ברויך מען באשטעלן פאראויס. אבער מקען טרעפן כמעט אלעס חוץ א היימישן טשאלענט אויפן פלאץ.
פלייש קומט פון טאראנטא

סעאעטעל וואשינגטאן איז א 3 שעה צו פארן
מקען דינגן קארס אין 1 מדינה און צוריקגעבן צו די אנדערע

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » זונטאג ינואר 28, 2018 6:31 pm

יענקעלע האט געשריבן:
איבערגאנג האט געשריבן:רוב פליישיגע רעסטוראנטן נוצן שור הבר

וואס איז דאס?


איינע פון די ברענדס פון אגרי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 28, 2018 6:36 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:בין איך דאך נישט א שרייבער...

אזוי ??? גראדע שרייבט איר זייער צום זאך און צום פאוינט.
און אויב האט איר סיי וואסערע איידיעס און אינפערמעישאן בנוגע וועקאציע ביטע שער עס מיטן עולם.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 28, 2018 6:36 pm

עני עקספיריענס איבער לאנדאן ? ווי מ'קען אלץ גייו ? איינשטיין ? אד"ג ?
א דאנק פון פאראויס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 28, 2018 9:55 pm

איבערגאנג האט געשריבן:
פאלם ספרינגס איז א ווינטער וואקאציע ארט ארום 3 שעה צו פארן פון לאס אנזשעלעס. וואס מברענגט מיט דאס האט מען



וואס הייסט 3 שעה מ'ברויך פארן מיט א קאר? מ'קען נישט לאנדען דירעקט אין פאלם ספרינגס?
[אויב יא] וויאזוי הייסט די עיר פארט אין פאלם ספרינגס?


נישטא קיין כשר'ע האטעלן אין פאלם ספרינגס? מ'דארף ממש אלעס מיטנעמען?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג ינואר 28, 2018 10:30 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
איבערגאנג האט געשריבן:
פאלם ספרינגס איז א ווינטער וואקאציע ארט ארום 3 שעה צו פארן פון לאס אנזשעלעס. וואס מברענגט מיט דאס האט מען



וואס הייסט 3 שעה מ'ברויך פארן מיט א קאר? מ'קען נישט לאנדען דירעקט אין פאלם ספרינגס?
[אויב יא] וויאזוי הייסט די עיר פארט אין פאלם ספרינגס?


נישטא קיין כשר'ע האטעלן אין פאלם ספרינגס? מ'דארף ממש אלעס מיטנעמען?

מען קען יא לאנדן אין פאלם ספרינגס. עס הייסט PSP
עס איז נאר דא איין דירעקט פלייט פון נ.י. קיין פאלם ספרינגס וואס איז פון J.F.K.

נישט דא דארט קיין כשרע האטעלן. עס איז דא דארט א גראסערי וואס האט אביסל כשרע עסן ווי למשל קליק טשאקלעט, אפאר סנעקס, מצה.
לעצטנס קאכט דארט די חב״ד רב׳ס זון

Address of Chabad in Palm Springs
Chabad of Palm Springs
425 Ave Ortega, Palm Springs, CA 92264
(760) 325-0774
https://goo.gl/maps/Tdavn9tvtJJ2

Kosher in Palm Springs
425 Ave Ortega, Palm Springs, CA 92264
(917) 359-3567
https://goo.gl/maps/YTBa96bz5wK2

גראסערי
Ralphs
1733 E Palm Canyon Dr, Palm Springs, CA 92264
(760) 325-5664
https://goo.gl/maps/cnYqQBALWFs

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 28, 2018 11:16 pm

Tnx
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » זונטאג ינואר 28, 2018 11:45 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:וואס הייסט 3 שעה מ'ברויך פארן מיט א קאר? מ'קען נישט לאנדען דירעקט אין פאלם ספרינגס?


נאר געשריבן פאר אינפארמאציע. רוב שטעט אין די תגובה האבן דירעקט פלייטס פון ניו יארק

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג ינואר 28, 2018 11:55 pm

ס׳וואלט ווען געווען א גוטע עצה צו האבן א פארום פון וועקאציע

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

איידיע ביטע

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג אפריל 30, 2018 8:31 am

איך זיך א ריהוגע וועקאציע , ד.ה. נישט דארפן ארומלויפן צופיל ביים וועקאציע ארט
אבער מצד שני זאל עס נישט זיין סתם אויף אפרוה וואו מאיאמי נאר ענדערש א פלאץ וואו איך קען עפעס explore'ען
עני איידיע?

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מאנטאג אפריל 30, 2018 8:51 am

Maybe Palm Springs California?
I was there, basically i went out each day about 1 and was finished about 6

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:07 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:Maybe Palm Springs California?
I was there, basically i went out each day about 1 and was finished about 6


איז דא אינטערסאנטע פלעצער צו ג'יין באזיכען דארט?

קוואדער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 12, 2016 9:10 pm

תגובהדורך קוואדער » מאנטאג אפריל 30, 2018 3:52 pm

maybe Colorado springs

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:41 pm

שכל הישר האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:Maybe Palm Springs California?
I was there, basically i went out each day about 1 and was finished about 6


איז דא אינטערסאנטע פלעצער צו ג'יין באזיכען דארט?

דא האט איר א אשכול וואס איר קענט זען אביסל אינפערמאציע

viewtopic.php?p=1594997#p1594997

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג אפריל 30, 2018 6:16 pm

ייש״כ

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:23 am

די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען באשרייבן די פלעצער נאכן באזיכען
מען העט זיין שטארק דאנקבאר
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:40 am

eller האט געשריבן:עני עקספיריענס איבער לאנדאן ? ווי מ'קען אלץ גייו ? איינשטיין ? אד"ג ?
א דאנק פון פאראויס

נאדיר
London places.jpg
London places.jpg (137.11 KiB) געזעהן 578 מאל

איינשטיין: PARK AVENUE HOTEL 146 clapton common

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:50 am

eller האט געשריבן:עני עקספיריענס איבער לאנדאן ? ווי מ'קען אלץ גייו ? איינשטיין ? אד"ג ?
א דאנק פון פאראויס

לאנדאן צו באזוכן איז געוואלדיג! אבער פאר וואקאציע, נישט ספעציעל, אינדרויסן לאנדאן איז דא א סך שיינע פלעצער ביים ים וכדומה.

נעם אין אכט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

קאליפארניע

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:46 am

אין פאלם ספרינגס האב איך נישט געהאט וואס צו טון און אויף וואס צו קוקען.
נישטא דארט קיין גרויסע אויסוואל פון עסן.

לאס אנדשעלעס האט מנינים, עסן, גראסעריס, דעליס, רעסטאראנטען און טרעפיק... דער טרעפיק דארט איז שרעקליך.

סאן דיעגאו איז בערך 2 שעה פון לאס אנדשעלעס, נישט קיין גרויסע אויסוואל פון עסן, דא 2 גראסעריס און די געגנט מיט א כשר׳ע אייל.
דא חבד און עטליכע געגענטער.

לא האויע (lo jolla) איז זייער א שיינער געגנט אין סאן דיאגו מנין און א כשר אייל.

אסאך געגענטער צווישן לאס אנדשעלעס און סאן דיאגאו ביים ים, ווי האנטיגטאן ביטש, דאנא פוינט, נופארט ביטש, זענען זייער שיינע געגענטער ביים ים. און האבן מנין. א כשרע גראסערי מיט א דעלי איז דא און דער אימגעגענט OC kosher. פאר באנאכט איז עס נישט צו ווייט אריין צופארן אין לאס אנדשעלעס צו עסן אדער קויפן עסן.

פארקס- אין לאס אנדשעלעס איז דא האליוואד, זייער שיין (שענער פון די אין פלארידע), דיזני לענד. אין סאן דיעגאו איז דא סי ווארעלד, אויך זייער שיין. (אויך איז דא א זו).

די מעלה פון קאליפארניע איז, ס׳איז נישט צו הייס, בערך 70 און באנאכט 65 אינמיטן ווינטער.
דער ים איז נישט אויסגעלאסן בדרך כלל, (יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל) מ׳קען אייביג טרעפן א כמעט/ליידיגען ביטש, די וואסער איז קיל און ראושיג, נישט אינטערסאנט צו אריין גיין, איז עס נישט אויסגעלאסן.
אבער פאר אונז הנאה צו האבן איז עס זייער א שיינער ים! מ׳זעט כסדר מענטשן סערפען אויפן וואסער.

איך האב זייער הנאה געהאט יעדעס מאל איך בין דארט געווען, און איך קוק ארויס פאר מיין נעקסטע וויזיט.


די ביליגסטע צייט צו פארן פאר מיר איז געווען סוף דעסעמבער ביי די חגאות, פלייטס זענען דעמאלטס טייער אבער האטעלס זייער ביליג, דער עולם פארברענגט מיט די משפחה נישט אויף וועקעישנס... (נאר יודען און להבדל כינעזע...)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט