Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג פבואר 10, 2008 1:41 am

אזא לאנגע נאכט שלאף געווען די נאכט, אז די חלום האט שוין כמעט אויסגעזען ווי עכט. איך שעם זיך באמת פון מיין געוועזענעם שכן, נאך א מזל ער האט נישט גע'חלומ'ט די זעלבע זאך.

Advertisement

זונטאג פבואר 10, 2008 10:54 am

דער גאנצע פרייטאג צונאכטס האב איך געחלומט פון די קרעטשמע.איך האב מיך אויף געוועקט יעדע 2-3 שעה און א יעדעס מאל האב איך געחלומט נאר פון דעם.

איינער קען מיר פותר חלום זיין?

זונטאג פבואר 10, 2008 11:20 am

יא, זיכער. וואס מ'טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט. דו ביזט דאך אוועקגעגאנגען פון דא פופצן מינוט פאר'ן זמן.

זונטאג פבואר 10, 2008 11:26 am

שבת אינגערפרי האב איך געטראכט צו מיר אז אפשר בין איך צופיל אין די קרעטשמע, אבער נעכטען נאכט האב איך א גאנצע נאכט געחלומט פון די צווייטע וועלטס קריג, מיינט עס אז איך דריי מיך צופיל אין אוישוויץ?

זונטאג פבואר 10, 2008 4:50 pm

פאר די רעקארד: די נאכט האב איך גע'חלומ'ט דעם טרעידמארק (TM) חלום.

מאנטאג פבואר 11, 2008 1:31 am

אנדי, דו ווייסט נישט אז שבת איז קיינמאל ביי אידן קיין קרעטשמע געווען.

מאנטאג פבואר 11, 2008 10:55 am

בני היכלא האט געשריבן:אנדי, דו ווייסט נישט אז שבת איז קיינמאל ביי אידן קיין קרעטשמע געווען.
פרעגסט א קאשע אויף א מעשה.

דינסטאג פבואר 12, 2008 3:24 am

א מעשה אדער א חלום?

דינסטאג פבואר 12, 2008 10:06 am

בני היכלא האט געשריבן:א מעשה אדער א חלום?
א מעשה,

די מעשה איז אז איך האב געחלומט .....

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:58 am

יעדער שרייבט דא אריין זיינע חלומות איך שרייב דא אז איך וויל שוין האבען דעי נאכט א חלום אין ס'גייט מיר נישט

זונטאג פבואר 17, 2008 12:45 am

פרייטאג צונאכטס האב איך געהאט א לענגערע שמועס מיט מיללער'ן (עי' כתר האשכול), און מיר האבן אינאיינעם אויסגעפונען ווער אלטע-בחור איז.

זונטאג פבואר 17, 2008 12:48 am

נאך גוט דו פאררינגעלסטעס.

זונטאג פבואר 17, 2008 2:57 am

איך מיטשע מיך די לעצטע צוויי שעה צו בכלל האבען עפעס א חלום

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 1:21 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב א טרעידמארק חלום, וואס שפילט זיך מיר איבער אין מח ווייניגסטענס 7 מאל א יאר! (איך שפעקוליר אויב איך זאל עס שרייבן, ווייל דער שר החלומות וועט אין אכט נעמען אז איך האלט חשבון דערויף, און וועט מיר אויפהערן געבן דעם זעלבן אלטן חלום נאכאמאל און נאכאמאל).


אין די "מעלות" דער חדש איז דא א זיבן זייטיגע ארטיקעל איבער מענטשען וועלעכע האבן אלע מיני סארט חלומות איבער און איבער, און זיי שרייבן אז א מענטש וואס האט איין סארט חלום נאך אמאל און נאך אמאל, ווייזט עס אויף עפס וואס ליגט באגראבן טיף אונטער זיין באוואוסטזיין, אזש ער אליינס ווייסט נישט דערפון. דאס איז חסד פון די אייבישטער אז ער באקומט א סימן מן השמים אז עפעס איז ראנג (אדער גאר גוט?) און ער קען עס ארויס גראבן פון די באגרעבעניש און קעיר נעמען אויב עס פעלט זיך אויס.

זיי גיבן דארט אן אסאך משלים און עקזעמפעלס עס איז זייער אינטרעסאנט.

זאל מען מאכן אן ארטיקעל דערפון דא?

(אגב, די מעלות האט דער חדש ארויס געגעבן א ספעציעלע איסגאבע, עס הייסט "חזק" ס'איז מורא'דיג! מלא וגדוש! לויפט און קויפטס עס פאר עס גייט אויס!)

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 2:48 pm

מיינע חלומות בארות ובקצרה און די מיטמאכעניש דערביי
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... 0791#90791

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 3:43 pm

יא אנדי, דער "חזק" אויסגאבע איז געוואלדיג.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 7:39 pm

יישר כח אנדי;

אגב, מיין געשעפט האט נישט פארמאגט די "חזק", העמיר גיין צום אנדערן.
שרייב א תגובה

Advertisement