גריסן און שמועסן
פרייטאג ינואר 25, 2008 4:13 am
לעצט פאראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:28 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
פרייטאג ינואר 25, 2008 4:18 am
יעצט פאלט מיר ביי, אז אויב ס'איז נאכנישט דא אן אשכול פאר חלומות, וואלט דאך דאס געווען זייער פאסיג.
גיימיר שוין טוישן דעם קעפל.
פרייטאג ינואר 25, 2008 10:25 am
עטליכע חלומות:
א בער איז געפלויגן אין די לופטען אין מאנהעטן און איז אראפגעפאלן אויפן עמפייער סטעיט בילדינג
און עס האט זיך אראפגעגליטשט ביז בארא פארק, די בער האט זיך צולאכט שרעקליך הויך, און צושמעטערט 3 קארן, און אויפגעגעסן א קען טאנא.
מיינע שוועגערינס האבן זיך צואמפערט אויף א שטות, און זיך באגאסן איינער דעם צווייטן מיט הייסע טיי, הצלה ליין איז ביזי.
נאציס האבן ארום גענימען מיין גאס, די גאנצע משפחה איז אריין אין בונקער און געציטערט פאר שרעק.
איך זאג ווידו מיט מיין זין, מיין שכן לויפט ארויס מיט א ביבי גאן און הארגעט אויס צען נאציס, איך
כאפ מיך אויף באגאסן מיט שווייס.
פרייטאג ינואר 25, 2008 11:36 am
אויב איך לאך מיינט עס אז איך האב עס געליינט, יא?
איך געדענק פון חדר אז א נער דערציילט זיינע חלומות, און א גרעסערע נער הערט עס אויס. איבער ליינען יענעמס חלומות האבן זיי גארנשיט געזאגט...
פרייטאג ינואר 25, 2008 1:45 pm
זילבי, יו אר קיוט.
טריאו, דו אויך.
שבת ינואר 26, 2008 8:53 pm
איך האב א טרעידמארק חלום, וואס שפילט זיך מיר איבער אין מח ווייניגסטענס 7 מאל א יאר! (איך שפעקוליר אויב איך זאל עס שרייבן, ווייל דער שר החלומות וועט אין אכט נעמען אז איך האלט חשבון דערויף, און וועט מיר אויפהערן געבן דעם זעלבן אלטן חלום נאכאמאל און נאכאמאל).
שבת ינואר 26, 2008 9:09 pm
דער שר החלומות ווייסט דאך נישט וואס דיין ניק איז
שבת ינואר 26, 2008 11:07 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האב א טרעידמארק חלום, וואס שפילט זיך מיר איבער אין מח ווייניגסטענס 7 מאל א יאר! (איך שפעקוליר אויב איך זאל עס שרייבן, ווייל דער שר החלומות וועט אין אכט נעמען אז איך האלט חשבון דערויף, און וועט מיר אויפהערן געבן דעם זעלבן אלטן חלום נאכאמאל און נאכאמאל).
יו אר קידינג רייט..
זונטאג ינואר 27, 2008 3:57 pm
אויב איז דאס חלומות, מוז מען דערגיין וואס איר טראכט בייטאג, וויל עס ווערט געברענג אז וואס מען טראכט בייטאג דאס חלומט מען ביינאכט.
אגב ווען איך חלום פון א בער, פליט ער קיינמאל נישט אוועק אינמיטן, איך ווייס נאר איין זאך אז איך וויל אנטלויפן, אין ווען אינמיטן באווייזט זיך מיר א טיר, אין איך פרוביר צו עפענען די טיר, אבער אן ערפלאג "עס גייט נישט" ווען איך הייב ממש אן שלעפן ווי אינמיטן חלום, געב איך מיר א וועק אויף מיט א קאלטער שווייס. ווען דער בער האלט נאך אינמיטן אפקלינען זיין בערזל פיל מיט ליידגע ענעוועלפאס געמישט מיט קאלירן וואס מען זעט ביי די שארקעיס אין מאנהעטן ביי די אויבערשטע שטאק פון בענק אף אמעריקע נישט ווייט פון ווערדזשען אטלענטיק עירליין. ווען ער גייט שוין עטוואס ווייטער איז אינטערעסאנט צו באמערקן (אויב מען איז נאכנישט אויף) אז עס ווערט גאנץ קלאר די בילד פונעם העכערן טייל וויאזוי מען רופט דאס אין העבראיש....
זונטאג ינואר 27, 2008 4:34 pm
הנה בעל החלומות הלזה בא...
זונטאג ינואר 27, 2008 4:39 pm
איינער זאל ארויף לייגען דעם רבש"ע חלום חלמתי פון ליפא אפשר וועט דאס העלפן
מאנטאג ינואר 28, 2008 1:32 am
לעצט פאראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:29 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 1:02 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האב א טרעידמארק חלום, וואס שפילט זיך מיר איבער אין מח ווייניגסטענס 7 מאל א יאר! (איך שפעקוליר אויב איך זאל עס שרייבן, ווייל דער שר החלומות וועט אין אכט נעמען אז איך האלט חשבון דערויף, און וועט מיר אויפהערן געבן דעם זעלבן אלטן חלום נאכאמאל און נאכאמאל).
קרעמער, איך בין דערגאנגן דיין טרעידמארק חלום, מעג איך עס שרייבן (עס וועט צומישן דעם שטן)?
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:01 pm
גיי א קאפ. (שרייב ביטע אויך וויאזוי דו ביסט דאס דערגאנגען)
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:15 pm
בני היכלא האט געשריבן:קוים איצטערט פאסירט.
איך האב געהאט א חלום, אז איך טרעף מר זארעכפעפער,
דאס טייטשט, איך שפאציר אזוי אראף, אויף טרוף עוועניו, צווישן וואלאבאוט און גערי, און אינמיטן זע איך א ברייט ביינערדיגע אידל, פון מיט לעב און לוסט, טרעט האסטיגע טריט, זיינע אויגן חלומ'ן אים אריין אין הימל אריין, איך גיי גראד צו נעבן זיינע דלת אמות, ולא קם ולא זע, בכלל נישט חלי ומרגיש געווען אין מיין אנוועזנהייט, ווי גלייך ער איז נישטא,
און גראד איז מקוים געווארן דער פסוק..
ולא ידע בשכבה, ער האט נישט געוואוסט אז ער האט זיך אראפגעלייגט יעצט, ובקומה און ער איז אויפגעשטאנען..
נעקסט טיים האב בעסער אינזין, ביים ברכת המפיל, די ווערטער פון "ואל יבהלינו רעיוני וחלומות רעים"
איין מינוט... איין מינוט... לאמעך נאר א קוק טאן וויפיל אזייגער דעם רבינ'ס תגובה איז געשריבן געווארן? אה, אקעי, ס'שטימט. זעט זיך אויס אז דו נעמסט אן, אז נאך חצות איז מען פטור פון המפיל.
א גוטע נאכט מיט זיסע חלומות.
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:30 pm
קרעמער שוין א וויילע צוריק באישית, לגבי א מעשה האט געשריבן:גע'חלומ'ט האב איך מיין "טרעידמארק" חלום - וואס איך האב מינימום עטליכע מאל א יאהר - ויהי היום, עס איז פורים אויף דער וועלט, דער טאג קומט שוין צו אן ענדע, און איך האב נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים! איך דערזעה זיך אין א ריזיגע זאל, אנגעפילט מיט בחורים פון א ישיבה וואו איך פלעג זיך דרייען, אלעס איז דארט געווען, די מגידי שיעורים, בחורים, אברכים, יעדער האט געדאווענט מנחה, און איך כאפ זיך ביים קאפ אז עס איז שוין באלד נעילה און איך האב נאכנישט מקיים געווען משלוח מנות ומתנות לאביונים...
איך האב דאך אבער נישט געגלייבט אז עס איז טאקע פורים, און אז איך האב טאקע פארגעסן אזעלכע וויכטיגע זאכן, האב איך אפגעשטעלט איינעם פון מיינע גוטע ידידים און געפרעגט: איז טאקע פורים היינט? יענער ענטפערט מיר מיט א ברייטקייט: יא! איך שטעל אויך אפ איינער פון די חשוב'ע מגידי שיעור, וועלכער זאגט זיכער דעם אמת, און ער זאגט מיר אויך מיט א זיכערקייט אז היינט איז פורים!
וואס האב איך נאך צו קווענקעלן? איך שאר ארויס א הויפן געלט פון טאש, געב אהין א פינעווער פאר איינעם - וועמען איך האב געהאלטן פאר אן עני - און איך כאפ זיך אז מען ברויך געבן פאר מינימום 2 אביונים... לויף איך ארום צווישן די טישן זוכן אן אביון! ביז איך בין צוגעקומען צו דעם זעלביגן מגיד שיעור, אים געזאגט אז ער ווייסט מן הסתמא ווער עס איז א נויטבאדערפיגער דא, אלזא געב איך אים איבער א צענער אדער א פינפער, זאל ער דאס געבן פאר אן עני הגון אין מיין נאמען.
איך עפן אויף די אייגעלעך.
דאנערשטאג ינואר 31, 2008 8:31 pm
אוי מאכסטו מיר לאכן. פארפאלן. האסט א גוטן זכרון (און גוגעל האט א גוטן מעמארי..)
יא, פון דעם טרעידמארק חלום רעד איך.
פרייטאג פבואר 01, 2008 2:36 am
לעצט פאראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:29 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג פבואר 01, 2008 10:21 am
קרעמער, האסטו שוין אמאל געטרייט פותר חלום צו זיין?
פרייטאג פבואר 01, 2008 2:19 pm
איך בין נישט אין דעם 'ליין'
מאנטאג פבואר 04, 2008 4:05 pm
איך חלום וויא איך שטיי א גאנצער טאג ביי א מאשין אין איך ארבעט עבודת פרך.
פלוצלים כאף איך מיך אויף אויסגימאטערט פון שווער ארבעטען אבער קיין באצאלען האב איך נישט גיקרוגען
מאנטאג פבואר 04, 2008 6:14 pm
איך מיין אז די זאלסט זיכען א אנדערע דזאב וועסטו מער נישט האבען אזעלכע חלומות
פרייטאג פבואר 08, 2008 11:05 am
באליס באליס ס'פליט איבעראל נאך באליס איבעראל אמבעליוועבל
אוי ס'נאר געווען א חלום
שבת פבואר 09, 2008 11:44 pm
אה ברוך השם.
זונטאג פבואר 10, 2008 1:28 am
איך מיין יעצט פילסטו שוין סאך מער שככה
מופסוק וחמת המלך '''שככה'''