מזל טוב דאנאלד שר אלפים !

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

מזל טוב דאנאלד שר אלפים !

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:06 am

שוין צום וויפילטן מאל האט אונז דאנאלד טראמפ איבעראשט, געביעט יעדע עקספעקטעשען.

אצינד איז די רעדע פון ליגענט, יא איר האט גוט געליינט, דאנאלד טראמפ האט אריבערגעשפרייזט א מייל סטאן, 2000!!!! שקרים אין בלויז 11 חדשים, מיט דעם האט ער געבראכן א רעקארד, ער האט געזאגט מער ליגענט׳ס אין 11 חדשים ווי אלע 44 פרעזידענט׳ן האבן אין זייער גאנצע קאדענץ.

דאס דארף מען קענען. דזשיניעס!

אויב איז די נייעס גענוג אינטערסאנט פאר זיך, איז די קאמישקייט פיל םאכיג מער אז אט דער זעלבער ליגענער איז די פאן טרעגער פון די מלחמה קעגן ״פאלשע נייעס״, ער גייט גאר טיילן מעדאלן....

זעהט אויס ער האלט אז ליגענט איז רעזעווירט בלויז פאר זיין באנוץ, ער וועט קעמפן דערויף מיט (פאלשע) ציין און נעגל.

ווי זאגט די וועלט, געב קרעדיט וואו עס קומט זיך, מר. פרעזידענט מיר געבן דיר די קרעדיט פאר יעדע ליגענט, עקסטער קרעדיט פאר׳ן זאגן אזאלכע פרעכע שקרים וואס יעדער ווייסט אז עס איז ליגענט אבער דאך האסטו מצליח געווען צו בלייבן באגלייבט אין די אויגן פון דיינע שטיצער, דאס איז באמת א דערגרייכונג.

ווי דער מנהג המקום דא, מען וואונטש ווען איינער דערגרייכט א שר, וויל איך פרעזענליך שיקן מיינע וווארימע ברכות, זאלסט אנקומען איבער א יאר צו א שר עשרת אלפים, מיר האבן זייער הנאה, קיפ איט קאמינג.
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:09 am

אלס די חיוב פון כבוד המלכות פארלאנגען מיר צו פארריכטען די קעפל פון די אשכול, און ארויסשרייבן "פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען".

מיט דאנק פון פראנצויז.

---
ביידעוועי. מזל טוב פרעזידענט טראמפ!
TLOY.jpg
מזל טוב כוואפאפעי!
TLOY.jpg (14.69 KiB) געזעהן 964 מאל

נאך א געווינסט אין זיין ערשטע יאר פון זיין טערמין!

נ.ב. פאליק וועט שטעלן לחיים אין חדר דשעוואנקע קומענדיגע מיטוואך אווענט כחצות הלילה.
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום פרייטאג ינואר 12, 2018 11:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:12 am

:roll:
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:20 am

גא"מ מיט די גרויסע סימכע
זאלסט גיין מעלה מעלה...
צוגעלייגטע
2016-10-6Trumplies.jpg
2016-10-6Trumplies.jpg (419.02 KiB) געזעהן 941 מאל
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:25 am

א רחמנות אויף די מידיע...

זיי פרובירן צוריקצודרייען מיט אלע כוחות די נתגלה-קלונם-ברבימ'דיגער סטיגמע וואס דער פרעצלדענט האט אזוי גוט ארויפגעלייגט אויף זיי מיט גרויס סוקסעס.

ווער גלייבט נאך היינט די מידיע אויסער די פאר פארביסענע אנטי טראמפער'ס?

#א געשאסענער פייל שיסט מען נישט צוריק. #אז דער מידיע בילט איז א סימן אז די טוויט'ס זענען געלונגען.

#א מינוט צו שפעט!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:00 pm

מנהלים
אריין אין פאברענגען ביטע
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:05 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א רחמנות אויף די מידיע...

זיי פרובירן צוריקצודרייען מיט אלע כוחות די נתגלה-קלונם-ברבימ'דיגער סטיגמע וואס דער פרעצלדענט האט אזוי גוט ארויפגעלייגט אויף זיי מיט גרויס סוקסעס.

ווער גלייבט נאך היינט די מידיע אויסער די פאר פארביסענע אנטי טראמפער'ס?

#א געשאסענער פייל שיסט מען נישט צוריק. #אז דער מידיע בילט איז א סימן אז די טוויט'ס זענען געלונגען.

#א מינוט צו שפעט!

איך וויל דיר נישט איבעראשן, אבער טשעק עס אויס, מער מענטשן אין אמעריקע גלייבן די מידיע ענדערש ווי דעם פרעזידענט.

בכלל פארשטיי איך נישט פון וועלכע קויל דו רעדסט, עס איז נישט מער ווי נארמאל פאר די מידיע צו דעקן אזא קאמישע זאך, א פרעזידענט וואס זאגט ליגענט פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל.

אגב, ״די פאר פארביסענע אנטי טראמפ״ באטרעפט רוב לאנד.

#באנענעס האלטן זיך פריש פאר א פאר טעג
#לעמאן דזשוס אין קאווע איז נישט גוט
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:18 pm

העי @בוידעם, דו איבערראשט מיר יא, ווייל אזא נארמאלער און באזעסענער ניק ווי דיר, וואס שרייבן בטוטו"ד כסדר, און כ'באלעק מיר מיינע ליפן מיט יעדע תגובה דיינער, מעג שוין וויסן אז נישט אלעס וואס די מידיע זאגט איז אמת, ובכללם אויך אז ״די פאר פארביסענע אנטי טראמפ״ באטרעפט רוב לאנד.

די קויל פון וואס איך רעד איז אז דער פרעצלדענט (אויב כאפסטו נישט וועמען כ'מיין, כ'רעד פון דאנאלד) איז אז ער האט זיי באשטימט אלס שקרנים, וואס דאס זענען זיי, און דער זעלבער באשולדיגונג ווארפן זיי צוריק אויף אים. אפילו אן אייגענע איידיע האבן זיי נישט, זיי מאכן פלעין נאך זיין סוקסעס...

אז די מידיע קעמפט יא פארן אמת, לאמיר דיר פרעגן, פארוואס מאכן זיי נישט כאטש אזא גרויסע נייעס פון פארשידענע גוטע זאכן וואס טראמפ האט געטוען היינט, וואס איז נאך אזוי אינטערעסאנט ווי זייער אלטע אויסגעדראשענע נייעס אז טראמפ איז א שקרן?

ווייסט נישט פון וואס כ'רעד? נעוואדע נישט, די מידיע - אין וועמען געוויסע מענטשן זענען פאר'כישופט - דערציילט אונז עס נישט.

ווילסט א ביישפיל? נעם דיר צוויי... היינט האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א מיטינג מיט גאווערנערס און אנדערע כלל טוער איבער תפיסה רעפארם, בעיקר וויאזוי צו העלפן ארעסטירטע איינמאל זיי גייען ארויס אויף די פריי, אז זיי זאלן זיך קענען צוריק איינגלידערן אין די סאסייעטי און נישט צוריק אנקומען אין דזשעיל. איינער רעדט דערפון? נישט וואס איך ווייס...

נאך א נייעס וואס האט נישט געמאכט די העדליינס. נעכטן האט פרעזידענט טראמפ אינטערגעשריבן די אינערדיקט אקט. פונקטליך וואס ס'מיינט ווייס איך נישט, אבער עפעס איבער סינטעטישע דראגס, צו געבן מער כוח פאר די לאו ענפארסמענט עס צו אינפארסירן. ס'איז געווען א ביי פארטיזאן געזעץ, און געזעץ געבער פון ביידע פארטייען זענען געווען אינעם אוועל אפיס ביים אינטערשרייבן צערעמאניע. אלע האבן גערעדט און ארויסגעברענגט די וויכטיקייט דערפון, און די וויכטיקייט פון בארדער סעקיוריטי, און צום סוף האט דער פרעזידענט געגעבן דעם פעדער פאר א דעמאקראט צו ווייזן אז ס'איז ביי פארטיזאן.

ס'ממש אינטערעסאנט אז ס'האט נישט געמאכט קיין העדליינס... וואס זענען די העדליינס? די מעכטיגע מורא'דיגע וויכטיגע חידושימ'דיגע נייעס, אז... טראמפ איז א ליגענער!!! נו, אזא זאך, אזא שאקירנדער אויפדעקונג, דאס מוז דאך דאמינירן אויפן פראנט פעידזש, הלמאי, ס'איז ממש ברעקינג! (יא, כ'ברעך שוין דערפון!) איטש ממש געוואלדיג.

פארוואס איז קיינמאל אין די מידיע נישט געווען אויף די העדליינס וויפיל מאל אבאמא האט געזאגט 'איך'...? אבער טראמפ איז דער איינזייטיגער און דער שקרן... די מידיע איז דא בלויז ריין צו באריכטן נייעס, אומפארטייאיש, און נעבעך נעבעך דער ליגענער טראמפ מאכט אויף זיי בלבולים און פארשעמט זיי מיט פאלשע באשולדיגונגען, ווען ער איז גאר דער ליגענער...

טו מיר א טובה הרב בוידעם, דו ביסט העכער ווי דעם לעוול.

#מילעך קומט פון א קוה אדער פון אנדערע באשעפענישן
#ציינער באלאנגען אין מויל, אויב נישט דאן אונטערן קישן

מיגו
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:51 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א רחמנות אויף די מידיע...

#א געשאסענער פייל שיסט מען נישט צוריק.

מיינסט א צוריקגעשאסענע...?

#קיין_העשטעג

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:04 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:בילד


יא ער איז א גרויסע בעל מגזם און נאכדערצו ווען ס'קומט צו "איך".

האסט עפעס אנדערע ליגענטס פון די 2000 חוץ וואס ס'רעדט זיך פון "איך"? א שטייגער ווי "אויב האסטו ליעב דיין דאטקער וועסטו קענען האלטן דיין דאקטער" אדער "אויב האסטו ליעב דיין אינשורענס וועסטו קענען האלטן דיין אינשורענס"?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:13 pm

יא: זייט די 'עלעקשאנס' זענען צוגעקומען 2 מיליאן דזשאבס. עס איז א שקר ווייל עס זענען צוגעקומען 2 מיליאן דזשאבס זייט די עלעקשאן, נישט זייט די איינשווערונג.

אפדעיט: עס זענען טאקע אריינגעקומען 2 מיליאן דזשאבס זיי די איינשווערונג. יעצט קען מען זאגן פארקערט - ער האט דאך געזאגט זייט די עלעקשאנס, און עס איז צוגעקומען אזויפיל זייט די איינשווערונג אליין.


#כדי שלא לשנות ממנהג המקום
#ניטאמאל זיך אליינס נארט מען
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:50 pm

"ס'איז די גרעסטע שטייער שניט ביל וואס מ'האט דורכגעפירט".

ס'איז א שקר ווייל אויב רעכנט מען די טעקס שניטן פון רעיגען לויט די היינטיגע אינפלאציע איז יענץ גרעסער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 12, 2018 3:50 pm

שמעלקע, יישר כח פאר דיין קאמפלימענט, סמיינט א סאך.

צום ענין, די מידיע דעקט שוין איינמאל זיינע אויפטוהינגען, די פראבלעם איז, עס איז נישטא קיין סאך, לעומת זה, פערדעריי איז דא פון אים אן א שיעור.

איך געדענק ווען חסידי טראמפ פלעגן מסביר זיין אז דאס איז גאר א סטראטעגיע פון אים, מען זאל רעדן פון אים וכו׳.

באדעם ליין, זיין זאגן ליגענט איז רעקארד ברעכענד, עס פארדינט א העדליין ביים אנקומען צו די 2000 מילשטיין, און איך פארשטיי אז זיינע שטיצער זאלן עס נישט גלייכן. טו בעד.

אגב, די מידיע איז נישט די מקור אז רוב אמעריקע גלייכט אים נישט, די אלעקשען נאכט 2016 האט אזוי אנגעגעבן.

א לעכטיגן שבת!
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג ינואר 14, 2018 11:20 am

אהא. טאקע דערפאר איז ער דער געווינער אלס פרעזידענט פון אמעריקע, ווייל די שטויבלעך וואס פליען אין די לופן האבן געשטימט פאר אים... נו, אין ביהמ"ד בלא חידוש...

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג ינואר 15, 2018 8:34 am

אין קעיס דו ווייסט נישט, ער האט פארלוירן די פאפולערע שטימען צו הילערי קלינטאן מיט דריי מיליאן!

#דעת הקהל
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט