בלאט 1 פון 1

מיין (שיער) באגעגענישט מיט צייטליך

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 2:46 pm
דורך דארפסמאן
אזוי ווי יעדער ווייסט איז צייטליך שוין כמעט נישט בנמצא דא (נאר אמאל אמאל) האב איך באשלאסען עד כאן איך וועל נישט געטרויען קיינעם דא אין דארף
אין איך אליין וועל איל מיך ארויס לאזען אויף די אקציע אין אויפזיכען אינזער צייטליך צי מאכען א לאנגע מעשה קורץ (קורצע מעשה לאנג)
נאך טעג נישט האבענ'דיג קיין אונונג אפילו ווי צי זיכען האב איך געטרייעט אויפציזיכען זיין באס (בעה"ב) (זיך נישט טועה זיין מיט בה"ב שובבי"ם)

אין ווייטער אין כל ואין עונה מען ווייסט נישט ווי ער איז איך האב שוין אפגעשטעלט אפאר מענטשן אויפן גאס אין געפרעגט האסטו געזען צייטליך כמעט יעדער האט געזאגט נעבען אזוי ינג שוין נישט ביים דעת
אבער איך האב נישט אויפגעגעבן


אין פליצלינג באקום איך א אימעל

וואס ליינט זיך אזוי

איך וויל נאר פראבירן אויב ווען איך שיק פון דא וועט עס יא ארבייטן,
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן,

ווי זאגט יענטאאש? ווא, א קיש אין די נא...

א גוט יאר, הצלחה רבה,

איך האב שוין לאנג נישט געטייפט, איך פראביר אויס מיינע פינגער און מיינע קיבאורד קנעפלעך, העלמער זעהן אויב עס ארבייט ווי נארמאל,

אין אמת'ן אריין קען מיין גאנצע גע'טייפ'אכץ יעצט אריינפליען אין מיסט אריין, ווארום איך בין דאך נישט זיכער אויב דער אימעיל וועט בכלל דורך גיין, טא, וואס טייפ איך בכלל, איך קען דאך נאך פארבלייבן דער אויסגעשפילטער אינגערמאן , פארוואס טו איך אזאנס און איך לייג מיך צו'נער פאר אנדערע אידן?
די תירוץ איז זייער פשוט, אבער מיט דעם אלעם וויל איך עס נישט ארויסשרייבן דא אויפן פאפיר ( איך הער זאגן, ס'איז קיין פאפיר נישט..)

בקיצור, לאמעכאפ! דארפסמאן, ס'איז אנגעקימען???


לאמיר אים זאגען יא יא דיין אימעל איז אונגעקימען אבער ווי ביסטו

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 3:06 pm
דורך אלטעבחורל
קודם שלום עליכם דארפסאן וויאזוי איז געוען די זוכעניש?
גרייט צו אסאך כח, ווייל דאס וועט זיין א לאנגער מישען אים אפירצוקראצען.

יעצט וואס מיין קלער איז, איז ער ווארשיינליך שוין געגאנגען צום בארג, דארט ווי מען גייט איבערגעבן די תורה, מיר האט געהאט געזאגט לעצטע וואך אז ער ארבעט שווער דארט, מען דארף צוגרייטן, אין ער איז א עסקן צו יעדער דבר שב'קדושע, סאו איז ער גאר שטארק טעטיג דארט.

האסט א ברירה אדער ווארט אויס פארן גרויסן טאג, אדער גיי שנעל אהין פאר עס ווערט זייער געפאקט דארט.
איך וואלט געראטן אז די זאסלט מיטנעמען א צאמלייג בענקל.

עניוועי, די קאנטיניו!

ייש"כ פאר דיין הערליכער ארטיקל, נאכדערצו ווען מען זעט דיין בילד אין די זייט, קעם מען טאקע זעהן ווי אויסגעמאטערט די ביסט.
אבער געניש אויף!

דיין ארטיקל איז סופער סופער!! דאטרפסי בן יאטפסי קיפ איט אפ!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 5:16 pm
דורך קרעמער
אוי איז דאס א גוטס, ביודעי ומכירי קאמינא.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 6:11 pm
דורך דארפסמאן
די מיינסט אז ער האט זיך געענדיגט דא ווי נאר ער האט מיין אימעל האקט ער מיר אין קאפ א גאנצען טאג אין נישט מער אין נישט וויניגער ............


הערט ................ און שטוינט ....................



ער האט מיר געקאלט יא יא גלייבט נישט אבער דאס איז א פאקט (נישט מיר נאר א צווייטען)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 6:18 pm
דורך אלטעבחורל
דאטרפי.

ס'מוז זיין אז די האסט א מילץ פון ראטבבער, ווייל איך האב מיר געקוילערט פאר געלעכטער פון די קליינער איינגערינגעלטע..........
אין די לייגסט עס נאך צווי מאל בזה אחר זה??

סטאפ איט! איינס א טאג איז דזשאסט אינאף!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 6:44 pm
דורך צייטליך
אינזער בא'קענונג וועליך אווועקלייגען פאר א צווייט מאל, אבער די מעשה אז אמת, כאטש אויפן אימעיל האביך נישט געשריבן דארפסמאן נאר זיין געהעריגער נאמען ..... ....

צו פארשטיין דער אימעיל וויליך נאר מסביר זיין,
מיין אוטלאק האט עפעס נישט גע'ארבייט היינט, (אגב, עס ארבייט נאך אלץ נישט,) און דארפסמאן האט מיך פראבירט צו העלפן דערמיט, איו איינע פון די פרויבעס, נאכן זעהן אז איך באקום נישט קיין אימעילס דארט, נאר אויף די געהעריגע GMAIL האביך פראבירט צו קאמפאוזען א פרישער אימעיל, אלו ואלו וועט דאס יא דורך גיין, אבער מעשה שטן הצליח, און דער אימעיל איז געבליבן אין מיין אוט באקס אן די מינדעסטע ציייכן פון אפפליען צו זיין דעסטענאציע,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 11:35 am
דורך דארפסמאן
צייטליך די שמחה איז גרויס דיין אוטלאק ארבעט שוין ב"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 8:19 pm
דורך דארפסמאן
האט איינער געזען צייטליך , ווען ער קימט אריין לויפט ער אריין און ארויס אזוי ווי אין מקוה אין געט א פלאטשקע אריין און וואסער אין ארויס און יעדער ווערט אונגעשפריצט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 7:09 pm
דורך דארפסמאן
איך האף דער עולם האט באמערקט אז איך האב ציריק געברנגט צייטליך (איך ווארט אויך א שכוח)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 7:23 pm
דורך מאשקע
איך האף אז דו האסט באמערקט אז ער איגנארירט דיך גענצליך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 9:25 pm
דורך איך_הער
מאשקע, נישט אזוי שארף. (ביידאוועי, דיין בילד מאכט מיר נערוועז.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 9:28 pm
דורך מאשקע
שארף? ווער, איך? חס ושלום.

(ביידאוועי, איך פייף דיך אן!)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 9:29 pm
דורך איך_הער
(וואס טוהסטו מיך אן?)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 2:18 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע האט געשריבן:איך האף אז דו האסט באמערקט אז ער איגנארירט דיך גענצליך...


ער איגנארירט מיך נישט אויך גוגעל טאלק דעדט ער נאך

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 2:22 pm
דורך מעכעלע
קאנטיניו אין גוגעל!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 3:15 pm
דורך דארפסמאן
אויך דא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 6:06 pm
דורך דארפסמאן
צייטליך וויפל מאל גייסטו מיר נאך בעטן א ציגערטיל דא האסטו איין מאל פאר אלע מאל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 6:34 pm
דורך צייטליך
און זינט די תגובה האב איך שוין גענימען נאך איינס...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 6:43 pm
דורך דארפסמאן
נאדיר נאך איך האף עס וועט זיין געניג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 10:08 am
דורך 3x0
צייטליך רייכערט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 11:34 am
דורך סאכדעס
קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. געב איהם א רוף אן העסטו וויסן גענוי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 5:49 pm
דורך abimlaibt
און ער האט נאך געוואלט אויפגעבען דאס דיינ'עס

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2008 12:19 pm
דורך דארפסמאן
איך מיין אז ער האט נישט אזוי ליב צי רייכערען ווי צי בעטן פון מיר