בלאט 1 פון 1

נישט אומזיסט איז ער געווארן ראה"ק......

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2008 10:43 am
דורך אלטעבחורל
איי עם סארי אז איך שיס אריין דא מאנטאג אינדערפרי אינעם קאלטן וועטער מיט א אימפעט ווען יעדער האט נאך מורא ארויס צושפלעפן די הענט פון די הענטשקעס. מען פרואווט צו דערנעמען אביסל ווארעמקייט, די וואנצעס זענען נאך היבש אייזיג. די נאז וועט נאך נעמען אפאר שעה ווילאנג ער וועט נאך קומען צו זיך, אבער די פיס איז היבש אונטער קאנטראל נישט אזוי געפערליך, היינט איז די ווינט געווען מער אויף די העכערן חלק הגוף. מ'שלעפט מיט די נאז נאך געציילטע אטעמעס אין דאסיזעס. אין אלעס צוריק צום אלטן.

יעצט וואס איז? וואס בין איך אזוי צוקאכט? פשוט אין פריזינג, איי עם 'סטעריק' ! וואס הייסט ? יעדעמס ציצית איז 'סטעריק' אין אזא וועטער. ווען עס איז קאלט אין עסב קלעשט מיט די ווינט. וואס איז ביי מיר היינט עפעס אזא מין שמחה?

אההה יעצט וועל איך צוריק גיין מיט א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך דא אין נ.י.

געווען אידאס דאנערשטאג פ' בשלח. ווען עס איז פארגעקומען די הפוך על שפוך אינסטאלאציע. וואס איז דאס? איר ווייסט נישט? דעמאלטס גיי פרעג מאשקע.
אין קורצן פון קורצער קורץ וועל איך זאגן אין קורצן.

לאמיך אייך מיטיילן. מ'האמיר דא אפיר גענומען 'הפוך על שפוך'. מען גייט דאס אריינעסן אינעם קאמפיוטער, אבער ניין 'הפוך' שרייט אז ער וויל נישט. ער וויל נישט ! דייקא נישט. פארוואס? ער זאגט אז ער האט א קאנטראק מיטן ראה"ק פונעם קרעטשמע אז מען קען דאס נישט אבי אינסטאלירן. איך ברויך דערביי אנקלאפן ביי די מנהלים אין אזוי וועלן זי מיר געבן צוטריט דערצו. אין פאר יעצט 'שאטט דאון' מיין קאפמיוטער איז געגאנגען פאפן. א ריסטארט האט אים געכאפט. דאס איז געווען די פערדער מאל פון די פיר אין זעכציג ריסטאחרעכט'סער.

וואס האבעך געטאן? וואס יעדער טוט. איך גליטש אריין אין 'גוגעל רעד' מיין אלטן באקאנטן ידיד וואס איך האב נישט קיין אנונג ווער דאס איז. 'טריאו באטשי' (די ערשטע מאל וואס ער האט מיר געהאלפן איז געווען ווען ער האט מיר געשרינקן א בילד פאר די חקירות, טריאו געדענקסט? שכח, איך געדענק אויך) איין זאך ווייס איך אז ער האט א הארץ פון לעמאן. איך מיין בליטש.. נא סאדע! דער 'טריאו' רופט ער זיך מסתם איז זיין נאמען נאך די היינטיגע טעלעוויזשן – ווי ר' מעכעלע רופט דאס - וואס רופט זיך טריאו אזוי טראכט איך יעצט, דער טריאו באוואוסט אלס א יוד מיט די נוטיגע הילף, ער זאגט מיר תיכף אז איך דארף זיין "סגור". איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס האט געמיינט אין אנדערע ווערטער איך האב שפעקולירט. אין דא איז ער מיר פארשוואונדען געווארן אונטער די גוגעל פירהאנג ער איז נאו מאטר עוועילעיבל. איבערגעלאזט א מעסעדזש האט ער מיר אז איך זאל גיין צו מיסטער 'יאנאש' ער איז א מומחה אינעם 'הפוך' פראגראם. אין אזוי האט מען געפירט מן השמים אז מיין קאמפיוטער האט זיך נאכאמל ריסטארט. האב איך אים אויך פארלוירן.
ויקם שנית. די קאמפיוטער איז צוריק, רחצה – מ'וואשט זיך די הענט אין מען גייט... ? אה אבער דא איז געווען א נייער פראבלעם געשאפן, קיינער איז נישט געווען אריינגעסיינט אין גוגעל, אויסער די ראה"ק 'מאשקע'. איך האב מיך אנגעגארטעלט מען גייט אויספרעגן דעם ראה"ק עס איז זיכער געווען מן השמים אז ער זאל דארט זיין, דאס ביניך טאקע שפעטער געוואויר געווארן...

איך האב נאר געפרעגט ברמיזה צו ער אפשע עעעעם אםםםם ער ווייססססט וויאזוי עעעעעםםם אאאאאםםםם איך האב נישט געקנעט קומען צום ווארט מחמת גרויס יראה פונעם ראה"ק. עעעעםםםם 'הההההטפפפפפעעך על הפעזך (האב איך געגבן א כאפ אריין) ער האט תיכף געכאפט וואס איך וויל, לכאורה האט ער דאס דעילי..
'מאשקע' האט זיך גענומען צו די מלאכה, עטס הערטס.... מען האט סך הכל געברויכט ריסטאחרן ניין צו צען מאל, אין מען האט טאקע אפגעהארגעט די אנדערע פראגראמען וואס איך נוץ, אבער לסוף איז געווען 'הפוך על הפוך', אלעס איז געווען פארקערט מיין גאנצע קאמפיוטער איז אריין אין גוסטע פון איבערדרייען פיילס.. איך קען ענק אפילו נישט זאגן וואס דאס מיינט זיך אוועקגעגעבן ער איז געבליבן שפעצעיל שפעטער אין אפיס פאר מיר. טאקע? אזוי האט ער געזאגט, גיי ווייס.
ווער עס קען מאשקע זאל אים גיין זאגן שכח.

קען זיין אז ער טוט דאס פאר יעדן. איך ווייס נישט. פאר מיר איז ער געווען עפעס אזוי מין איבערגעגבן. פארוואס? איך ווייס נישט קען זיין ער איז פאר יעדן, נישט קען זיין נאר זיכער.
אפשר טאקע דערפאר האט מען אים געוועלט פאר ראה"ק. ממש איך קען מיך נישט איבערקומען פון די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט.
וואסזאכייך זאגן? הי איז מעידזשעיר! טריי הים אייט!
אלעסס איז ב"ה געוואלדיג אחלעס ארבעט!! איט קענט בלהי בעטטער! 'מאאאשששקעעעעע' יעצט ביניך שוין סתם צווילדעוועט 'יאאאאנאאאאש'
וויאזוי וואלט עטס געווען? זיכער אויך אזוי ווילד.
איך וויל אים דא נאכאמאל באגריסן 'מאשקע יר"ה' מיט 'יאנאש'ן אין טריאו פארן העלפן זוכן פיילס, אין אינסטאלירן אין יעצט אלע אינאיינעם פיין געהאלפן טשאבעס....

זאל דער ראה"ק מאריך שנה זיין ! אין העלפ כסדר אידישע קינדער! נאך איינמאל 'מאשקע הטארעזי'

ווי עס וואנטש בחור'ל

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2008 11:24 am
דורך יגרסהדותא
ךיא ןעק סע טשינ ןענייל, ל'רוחב סאוו טייג ראפ??

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2008 11:26 am
דורך אלטעבחורל
קיי גלאפ אן ביי שאמקע

רע טעוו ריד סיורא ןפלעה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2008 11:28 am
דורך יאנאש
באמת איי גאט נאו איידיע וואס דער בחור רעדט פון, אבער אז מען שרייט מיין נאמען בינעך דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2008 1:14 pm
דורך קרעמער
אינטערסאנט אז מיין ניק האט ער ערגעץ וואו ארויסגעלאזט פון די טשאלענט-קוגל מישמאש... עפעס נעם איך ארויס פונעם גאנצן עסק אז מאשקע האט אים ארויסגעהאלפן יותר מכפי יכולתו. נו, פרעג איך אייך, דאס איז דאך מעשים בכל יום, אמער, פארוואס איז ער אזוי צולאזט? מסתמא איז דאס ביי אים דאס ערשטע מאל געווען... ער וועט זיך נאך צוגעוואוינען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 4:03 pm
דורך 3x0
איך סיין שוין אריין, מאך אבער נישט וויזויהייסטעס פון מיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 4:11 pm
דורך abimlaibt
באכערעלת דיין ארטיקעל איז מעכטיג רעכטיג טיכטיג וויכטיג, אווי אלעמאל.

יגרסהדותא האט געשריבן:ךיא ןעק סע טשינ ןענייל, ל'רוחב סאוו טייג ראפ??


יגר, נו שוין כאב געהאט עפעס צו שרייבען איך געדענק נישט וואס,
כ'מיין איך געדענק נאר עס איז געווען מיין טעות. סאו איך שרייב נישט גארניטש.