בלאט 2 פון 2

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 11:07 am
דורך גבריאל
א בחור וואס האט נישט קיין געדילד צו לערנען און האט נאך קיינמאל נישט טועם געווען קיין טעם תורה, פאר סיי וועלכע סיבה סזאל נישט זיין, איז מה יעשה הבן שלא יחטא?!
אין ישיבה איז ער ליידער אין א פיזישע אין גייסטישע תפיסה במלוא מובן המילה.
א בחור אין די teen יארן האט שטארקע כוחות אין energy אויב ניצט ער עס נישט פאר תורה איז ער א ביטערע רחמנות, ער האט נישט וואס צוטוהן מיט זיין לעבן, די קאפ איז ליידיג און די רתיחות הדם ברענט. אוודאי טרעפט ער זיך מיט די אלע קילע שטותים. עס דארף גארנישט האבן צוטוהן מיט "נפשיות'דיגע" פראבלעמן.

שמיסענדיג מיט א בחור וואס איז אין ישיבה אבער קיין טעם אין תורה האט ער נישט, זאגט ער קומט אהיים באנאכט פון 8-11 וואס זאל איך טוהן? ער ווערט משוגה? ממילא אין ישיבה פארברענגט ער מיט זיינע פרענטס אבער די שעות גיין ער אראפ פון זינען. ער וואלט גע'חלש'ט צו קענן ארבעטן ערגעץ, שניידן אביסל פירות פון זיינע טאלאנטן.. בקיצור לעת עתה קומט ער אן צו לינטש פארק אד"ג צו שערן מאוויס...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 1:05 pm
דורך כווייס נישט אלעס
כווינדער מיך אז א גאנצע פעידזש פון פעסיכאלאגישע תורות פארוואס סאיז דא ארויסגעפאלענע פון די סיסטעם, און קיינער ברענגט נישט ארויס די שוידערליכע מציאות אז מען ווארפט זיי ארויס פון די סיסטעם, פון די מוסדות, פון די ישיבות, פון ווי נישט. ..

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 1:08 pm
דורך כווייס נישט אלעס
אנשטאט וויינען און קרעכטצען אויף די א "ג באמעס וואס פארפארן ליידער פון וועג, באוויינט די סיסטעם וואס ווארפט זיי ארויס!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 2:13 pm
דורך האיש
לענ''ד איז דאס איין נפשיותדיגער פראבלעם, א בחור וואס האט קיינמאל נישט געפילט קיין טעמו וראו כי טוב און מסתמא ווייסט ניטאמאל פארוואס ער איז א איד... והישיבה אינו עוזר לו... ווי גבריאל זאגט קומט ער צום מסקנא אז מיר זענען נעבעך ברעינוואשד און ער איז גאר דער חכם וואס קייט טרעפן דאס גליק...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 2:24 pm
דורך צו געזונט
און דער זעלבער בחור האט קיינמאל געהאט איינער וואס זאל אים ווייזען דעם טעם כי טוב...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:21 pm
דורך נודה לך
האיש האט געשריבן:לענ''ד איז דאס איין נפשיותדיגער פראבלעם, א בחור וואס האט קיינמאל נישט געפילט קיין טעמו וראו כי טוב און מסתמא ווייסט ניטאמאל פארוואס ער איז א איד... והישיבה אינו עוזר לו... ווי גבריאל זאגט קומט ער צום מסקנא אז מיר זענען נעבעך ברעינוואשד און ער איז גאר דער חכם וואס קייט טרעפן דאס גליק...


צו געזונט האט געשריבן:און דער זעלבער בחור האט קיינמאל געהאט איינער וואס זאל אים ווייזען דעם טעם כי טוב...


אוי דאס איז די הויפט חורבן לענ"ד
עס איז דאך אזוי ווייטאגלעך די מצב ליידער...
די פשוטע יסודות וואס מיינט א איד מיט א פאזיטיווע בליק וואלט געדארפט זיין די עיקר טעמע אין די ישיבות...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 12:59 am
דורך נודה לך
האב איך אויסגעדריקט היינט מיין ווייטאג פאר איינעם אין די נושא זאגט ער מיר אז ווען מ'וואלט כאטש אריינגעלייגט אין די בחורים כאטש אזויפיל וויפיל וואס מלייגט אריין אין די מיידלעך אין די שולעס וואלט נאך געווען א האלבע צרה...
אוי איז דאס א נקודה...