בלאט 1 פון 9

די סערווער איז איבערגעשטרענגט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:23 pm
דורך גליקליכער
וואס גייט פאר? איז אייוועלט טראפיק אזוי געוואקסן, אדער איז איר מוח און פארנעמונגס קראפט געשרימפן? רוב מאל ווען איך פרוביר צוקומען צו פארשידענע בלעטער אין וועלטל באקום אים דעם באטריבטן שורה:

"די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג."

פראסטרעיטינג!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:24 pm
דורך גיוואלדיג
גם אני מצטרף

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:28 pm
דורך פעיק נוז
געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:41 pm
דורך בשבילי נברא
איך וויל מיך ח"ו נישט אפרעדן, ווייל אין אמת'ן קומט זיך א ריזיגן דאנק אויף וואס די הנהלה דא שטעלט יא צו, אבער למעשה אז מ'רעדט שוין...

יא ס'איז לעצטענס ממש געפערליך מיט דעם מעסעדזש, און ס'באדערט זייער זייער שטארק, ווען ס'זאל זיין איין צוויי מאל א טאג מילא, אבער ס'איז לעצטענס (עכ"פ ביי מיר) מער יא דא די מעסעדזש ווי נישט, און אויב קען עפעס ווערן געטוהן עס צו פארעכטן וואלטן מיר אלע שטארק אפריציעטעד.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:53 pm
דורך משהלע
גא"מ

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:54 pm
דורך יהודי
פעיק נוז האט געשריבן:געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:55 pm
דורך וואס א חילוק
גיוואלדיג האט געשריבן:גם אני מצטרף

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:03 pm
דורך kollel yingerman
קום איך אריין אין א ראש אין אפיס;

געב מיר א לויף צו צום קומפיוטער, מיש מיר אויף גוגל קראם, טייפ מיר אריין "I" אין ס'קומט תיכף ארויף אייוועלט דרוק מיר ענטער,

ס'לאוד זיך שטאטעלעך די זייטל, נא שנעלער, איך בין אין א ראש! איך זיך א נומער פון יענעם און יענעם עמערדזשענסי!

ענדליך עס ענדיגט זיך לאודן, לייג מיר אריין אין סורטש קעסטל "פלוני אלמוני" דריק מיר ענטער....

און.. די איבריגע איז היסטאריע...

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

קראך אוועק!!!!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:05 pm
דורך Haklal
גא"מ איך באקום דאס אויף ענגליש

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:08 pm
דורך זבחי צדק
kollel yingerman האט געשריבן:קום איך אריין אין א ראש אין אפיס;

געב מיר א לויף צו צום קומפיוטער, מיש מיר אויף גוגל קראם, טייפ מיר אריין "I" אין ס'קומט תיכף ארויף אייוועלט דרוק מיר ענטער,

ס'לאוד זיך שטאטעלעך די זייטל, נא שנעלער, איך בין אין א ראש! איך זיך א נומער פון יענעם און יענעם עמערדזשענסי!

ענדליך עס ענדיגט זיך לאודן, לייג מיר אריין אין סורטש קעסטל "פלוני אלמוני" דריק מיר ענטער....

און.. די איבריגע איז היסטאריע...

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

קראך אוועק!!!!

דיין ראש הכולל האט דאס אנגעווערטשאפט....

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:09 pm
דורך בלעטל
Yeah in the Last few months. It's too much

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:20 pm
דורך לייבעלע הירש
געפערליך!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:24 pm
דורך בשבילי נברא
ווי מיר פארשטייען איז דא עפעס א אונטעליגנדע פראבלעם פארוואס דאס געשעהט אזויפיל לעצטענס, איז אפשר וואלט איינער פון די באהערדע אונז געקענט אזוי גוט זיין און זיך לאזן הערן וואס דאס איז?

נ.ב. איך זאג עס נאר בתורת בקשה ובקידה ובהשחוי' מול הדר"ג... ביטע עס נישט אננעמען אלץ א באשולדיגונג אדער פארלאנג, ווייל קיינער איז אונז דא גארנישט שולדיג, און מיר זענען זייער דאנקבאר אויף וואס איר שטעלט אונז יא צו דא. אבער דאך וואלט עס געווען א שטארקע זאך ווען אחד מהממונים קענען עס קלאר מאכן פארן ציבור און זיך אראפלאזן צו אונז פשוט'ע אידעלעך.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:26 pm
דורך סאיזגוטבה
איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:30 pm
דורך בשבילי נברא
סאיזגוטבה האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...


דער פראבלעם דא איז נישט נאר ווען איינער וויל עפעס זוכן אויף אייוועלט, נאר מען קען נישט אריינגיין אפילו צום פשוט'ן "אקטיווע אשכולות" אדער "נייע תגובות", וואס דאס איז דער שער בלאט פון ווי רוב עולם קומט אריין צוגיין דא צו אונזער וועלטל.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:34 pm
דורך מי יודע
פעיק נוז האט געשריבן:געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:46 pm
דורך זאכליך
א מומחה זאגט מיר אז די אדווערטייזמענט פארנעמען גאר אסאך טרעפיק.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:51 pm
דורך לאנדאנער
סאיזגוטבה האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...


in the address bar on google chrome after you type the name of the website BEFORE you press 'enter' press TAB

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:52 pm
דורך יאצמעך
איז אזוי, צו פארעכטן קאסט א קיימי לן פון צען אלפים (אקוראט ווי די תגובות פון שומר פיו), נו ווער איז גרייט אריין צו צאלן?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:57 pm
דורך תן חיוך
בעיקר ווען דער עולם איז אויף לאנטש...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:57 pm
דורך הערשל שטיין
בשבילי נברא האט געשריבן:איך וויל מיך ח"ו נישט אפרעדן, ווייל אין אמת'ן קומט זיך א ריזיגן דאנק אויף וואס די הנהלה דא שטעלט יא צו, אבער למעשה אז מ'רעדט שוין...

יא ס'איז לעצטענס ממש געפערליך מיט דעם מעסעדזש, און ס'באדערט זייער זייער שטארק, ווען ס'זאל זיין איין צוויי מאל א טאג מילא, אבער ס'איז לעצטענס (עכ"פ ביי מיר) מער יא דא די מעסעדזש ווי נישט, און אויב קען עפעס ווערן געטוהן עס צו פארעכטן וואלטן מיר אלע שטארק אפריציעטעד.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:34 pm
דורך געלעגער
בשבילי נברא האט געשריבן:ווי מיר פארשטייען איז דא עפעס א אונטעליגנדע פראבלעם פארוואס דאס געשעהט אזויפיל לעצטענס, איז אפשר וואלט איינער פון די באהערדע אונז געקענט אזוי גוט זיין און זיך לאזן הערן וואס דאס איז?

נ.ב. איך זאג עס נאר בתורת בקשה ובקידה ובהשחוי' מול הדר"ג... ביטע עס נישט אננעמען אלץ א באשולדיגונג אדער פארלאנג, ווייל קיינער איז אונז דא גארנישט שולדיג, און מיר זענען זייער דאנקבאר אויף וואס איר שטעלט אונז יא צו דא. אבער דאך וואלט עס געווען א שטארקע זאך ווען אחד מהממונים קענען עס קלאר מאכן פארן ציבור און זיך אראפלאזן צו אונז פשוט'ע אידעלעך.


האמיר עס איבערגעגעבן פארן אדמין ער וועט אריין קוקן דעראין.

יעצט סתם א זייטיגע הערה׳לע. די לשון ״בתורות בקשה בקידה...״ קרענקט מיך און נערווירט מיך ביזן ביין. מאנכע מיינעןנאז די הנהלה דא באשטיין פון עפעס א העכערע סארט באשעפניש ערגעץ צווישן מדבר און מלאך, מ׳דארף רעדן מיטן פולסטן רעספעקט און יעדעס ווארט זייערע איז קודש קדשים. די אמת איז מיר זענען פשוט׳ע אידן וואס ווילן העלפן די כלל און פראבירן צו העלפן אז אידן זאלן האבן א כשר׳ע נארמאלע פלאץ צו פארברענגען. זה הוא און גארנישט מער! יא, מיט די יארן קומט מיט עקספיריענס און צומאל ווען איינער שרייבט עפעס ווייסן מיר אביסל מער וואס ליגט דעראינטער און מיר קוקן אויף געוייסע זאכן מיט א ברייטערע בליק אבער דאס האט גארנישט מיט געלונגענקייט אדער ווייסעך וואס.
איך פערזענליך שרייב שוין כמעט נישט כאטש איך ליין כמעט אלעס ווייל עס איז מיר פארגאנגען די אפעטיט פון דארפן מעסטן יעדע ווארט ווייל איך בין פון די ׳הנהלה׳. איך האב אמאל געשריבן מיין מיינונג אויף אן ענין און ביז היינט לויפט עס מיך נאך און יענער קען עס נאכנישט שלונגען אז די ׳הנהלה׳ האט עפעס קעגן אים ווען בסך הכל האב איך קרוץ מחומר געזאגט מיין מיינונג.

רבותענעם, מיר זענען צווילע נארמאלע מענטשען מיט מיינונג וואס פארטרעט נישט קיינעם אויסער די אייגענע צען פינגערס. רעדן רעספעקפול דארף מען צו יעדעם און גארנישט מער. קידה והשתחו׳ לאז פאר די אראבערס פרייטאג אויף פט העמילטאן.

אנטשולדיגט פארן אויפרייס אבער די ווערטער האבן געטריגערט די שלעכטע קנעפלעך

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:40 pm
דורך סאמעטוכע
מיט א שנעלן חשבון אויף די צאל מענטשן וואס האבן זיך אפגערעדט דערויף און א צירקע איין א האלב שעה און ווי שטארק זיי בעטן עס קען מען מאכן א שנעלן חשבון פארוואס דאס געשעהט....

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:45 pm
דורך וואס א חילוק
איך בין גרייט צו צאלן אז עס זאל מער נישט געשעהן..

לאמיר זעהן ווער נאך וויל זיך משתתף זיין!!

מזאל עפענען א GO FUND ME און אויב וועט עס זיין גענוג געלט וועט מען עס פארעכטן!!

וואס זאגט דערוילעם?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:46 pm
דורך יהודי
וואס איז שלעכט מיט די געלט פון די אדווערטייזמענט?