גריסן און שמועסן
מיטוואך ינואר 16, 2008 1:49 pm
עס איז פארשטענדליך ביז גאר, עס איז קיין חידוש, דאס דער זעלבער יעניגער וואס זיין 'אנוועזנהייט' דערקענט זיך אויף טריט און שריט, פארשטייט זיך עס דאס זיין 'אפוועזנהייט' דערקענט זיך אויף טריט און שריט; דער זעלבער יעניגער וואס זיין 'אנוועזנהייט' מאכט א רושם, פארשטייט זיך עס דאס זיין 'אפוועזנהייט' מאכט א רושם'; גייט אן צו זאגן אז דער זעלבער יעניגער וואס זיין 'אנוועזנהייט' טוט אויפלעבן, פארשטייט זיך עס דאס זיין 'אפוועזנהייט' טוט אראפקלאפן. אין קורצע ווערטער: יציאת צדיק מן העיר עושה רושם, יציאת 'זארעכ' 'כאלי' 'צייטליך' מן הקרעטשמע עושה רושם. רושם? ביג טיים רושם.
אבער רבותי, הארכט אויס אן עלטערן איד, א קרעטשמע וועטעראן, לאמיר רעדן הארץ צו הארץ, קרעטשמע צו קרעטשמע, גלויבט מיר, איך ווייס וואס איך רעד, איבערהויפט ווען קומט עס צו 'קרעטמשע טאלק'. לאמיר רעדן אביסל רעאליטי.
ווי קאמיש עס זאל נאר אויסקוקן אויפן ערשטן בליק, באשטייט אבער אונזער קרעטמשע פון ריעל-לייף מענטשן. סאונדס פאני, האח?
אונטער יעדע פיקטיווע ניק ליגט אן אמת'ע נאמען, אונטער יעדע פאלשע תמונה ליגט אן עכטע צורה, אונטער יעדע קרעטמשע-טיטל ליגט א מענטש מיט 'נארמאלע' לעבנס אויפגאבעס, אונטער יעדע פיקטיווע פראבלעם וואס האט-ווער א ניק טוט אויסקרעפלען דא אויף די קרעטשמע ליגט א מענטש מיט ערנסטע דאגות אויך.
איצט, פארהאנדן ניקים, אזויוי 'צייטליך' צום ביישפיל, וואס האבן קיין פראבלעם צו פובלוצירן זייער אמת'ע נאמען, עכטע צורה, 'נארמאלע' לעבנס אויפגאבעס, און ערנסטע דאגות, און אז עס מאכט זיך אז די 'ערנסטע דאגות' און 'נארמאלע אויפגאבעס' טוען אזוי דיקטירן אז ער קען נישט פראקטיצירן 'קרעטשמע' אויף א נארמאלן פארנעם, וועט ער דאס מעלדן מיט די עכטע סיבות אן קיין פראבלעם, און דער עולם וועט פארשטיין וקרעטשמע כקרעטשמיתה נוהג.
איי איי איי איי איי יאדם, איי איי איי, איי איי יאדם, מאח מאח, מאח מאח מאח מאח מאחאאאאאם, איי איי איי איי אוי יאדם....
איז אבער פארהאן אזעלכע ניקים, אסאך אזעלכע ניקים, איך בין איינע פון זיי, וואס זוכן אויסצובאהאלטן זייער אמת'דיגע אידענטיטי, אין מיין קעיס איז עס וועגן כ'האב א פאני בארד אין ריעל-לייף און איך וויל נישט מען זאל לאכן פון מיר ווען מען ליינט מיינע תגובות, זעט איר טאקע דא, האב איך זיך ארויפגעלייגט א שיינע לאנגע בארד, און כ'בינזעך מחי-ה... בקיצור, איך האלט אז עס יענטאאש'ט זיך נישט אזוי בגלוי ווי עס יענטאאש'ט זיך בחבוי, דעטס דזשאסט מיי טעיק. און אזוינע ווי מיר איז דא נאך אסאך אנדערע.
איינע פון די הויפט פלאחראחנויאחס פון אזאנע חבוי'שלעך איז: אאאאופפפפסס.... מ'גייט געוואויר ווערן ווער איך בין... אויף דעם טוט מען אינוועסטירן כח מח צייט און אויסטרעפן אויף פארשידענע אופנים 'אויסצופאפלן דעם ציבור', היינט שרייבט מען אז מען וואוינט אין ברוקלין, מארגן הינט מען אז מען וואוינט אין מאנסי, נעכטן האט מען א ביבער היט און איבערמארגן איז מען א ליטוואק. פעיר ענאף.
פארשטייט זיך, אז אזוינע ניקים, אז עס וועט זיך מאכן א פראבלעם, וועלן זיי דיך נישט פארציילן פונקטליך פארוואס מען קען מער נישט דא זיין, נאר וואס דען, מען נוצט פארשידענע אויסריידן און עקסיוסעס און מען דרייט זיך ארויס. נישט נאר דאס, נאר אסאך מאל וועט מען מאכן א גאנצע פורים שפיל בלויז צו פארדרייען די 'קעי. דזשי. קרעטשמע' אגענטן.
ווצב"ש, זארעכ אין אונזער פאל, קען זיין אז ער פלאנט א וואקאציע אין דריי וואכן ארום, אבער אויב וועט ער דעמאלטס פארשוואונדן ווערן פונקט פאר יענע וואך צוויי, הע, וועט דאך מעכיל גרונם וואס דאוונט אין זיין שול און האט אויך א ניק די קרעטשמע טראכטן אז גימפל זיין שכן איז 'זארעכפעפער', במילא, גייט זארעכ און ער מעלדט איין אז ער גייט נישטא זיין, און ער הויבט אן זיין אפוועזנהייט פיר וואכן פריערט, און ענדיגט עס פיר וואכן שפעטער, און אזוי לעבט ער רואיגער.
דאס איז אויסדריקליך נאר א משל פארשטייט זיך. עס זענען פארהאן אסאך סיבות פאר א מענטשן'ס אפוועזנהייט פאר א שטיקל אדער לאנגע צייט. די הויפט עפידעמיע בידערווייל איז –ווי אין צייטליך'ס פאל- דער 'באלעבאס' קרענק וואס די קרעטמשע האט נאכנישט געטראפן קיין געהעריגע היילונג דערפאר ביז היינט כאטש רבים חחחחחח'ים הפילו.
אקעי, האט איר געהערט דעם אינוועסטיגעטיוו רעפארט פון הונטער די קוליסן, יעצט, מיין פונקט.
לאמיך דא זאגן קלאר און הויך, און זאל מיין שטימע דערהערט ווערן פראם קאוסט טו קאוסט פראם קרעטמשע טו קרעטשמע פראם סיע טו די שיינינג קרעטמשע: פון די קרעטמשע איז נאך קיינער נישט פארשוואונדן געווארן אויף אייביג. נאו וואן העס סוקסידעד טו דו דעט יעט, כאטש אסאך האבן געטרייט אינקלאדינג איך.
אום אדער ארום 'יאנואר 06' איז איינער פון די באליבטע קרעטמשע מיטגלידער פון יענע צייט פארשוואונדן געווארן ווי אין וואסער אריין צום שאק און מוט-קלאפ פון די קרעטמשע געמיינדע. דער פארשוואונדענער דעמאלטס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער דעמאלטסדיגער אפיציעלער 'דיין' פון די קרעטמשע הר"ר זארעכ פעפער שליט"א, מ'האט געוויינט געבעטן געבלאזן געקלאגט, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, ער איז פארשוואונדן געווארן ווי רעסייקל-בין אריין.
כע כע כע, קנאפע שטיק צייט שפעטער, והנה, ער איז דא, במלא יפיו והדרו נאך בעסער ווי בעפאר.
'יאנואר 08' מעלדעוועט זארעכ אז ער גייט פארשוואונדן ווערן, און, דאסמאל איז ער שוין קלוגער און ווייסט שוין אליין צו זאגן אז דער אפוועזנהייט איז נאר צייטליך... כ'מיין צייטווייליג.
איים טעלינג יו, דיס האול טינג איז די ביגעסט פעירי טעיל איי העוו עווער סין...
נו, ברויכן מיר זיך זארגן?! עה!!... נישטא קיין געפאר! נו פארוואס זיך זארגן אז קיין געפאר איז נישטא.
גלייבט מיר אויפן ווארט, איך בין אן אויסגעפריווטער, פון די קרעטמשע קאן מען ניקס פארשוואונדן ווערן אויף צו לאנג, דער פינטעלע קרעטמשע וואס טויליעט אין יעדנס איך-ווילניש-זאגן-וואו פלאקערט צום סוף אויף, און סאמ-האו סאמ-וועי קומט יעדער צוריק.
אבער, אויף דעם דארפן מיר ארבייטן, מיר דארפן איבערנעמען די לייצעס און שמייסן תגובות, זאפטיגע אשכולות מזאחפטוי וזאחפטוי שונים, אזוי אז זאלן זיי פלאצן פאר בענקשאפט יעדעס מאל זיי קומען אריין צום ליינען!
חברה, לעטס געט טו ווארק, מי לקרעטשמע אלי!!!...
Advertisement
מיטוואך ינואר 16, 2008 2:00 pm
דער פינטעלע קרעטמשע וואס טויליעט אין יעדנס איך-ווילניש-זאגן-וואו פלאקערט צום סוף אויף
יענטאאש!!!!!!!!!!
טאר מען רעדען אזוי מועס?
מיין מאמע הייסט איבערגעבען אז דו זאלסט שוין גיין אויסוואשען דיין מויל מיט זייף!
מיטוואך ינואר 16, 2008 2:14 pm
אבער איך מוז מסכים זיין לדברי יענטאאש.
כאטש אפילו אז אסאך מאל ווען איך קום דא אריין איז שטיל און איך וואלט ווען געוואלט אז מען זאל איינפירען אז מען ווערט באצאלט פער קערעקטאר פאר'ן שרייבען דא אזוי וואלט די עולם געקוויט זייער דזאבס און געקומען דא שרייבען טאג אין נאכט. (איך פלעג חלומ'ען אן ענדליכע חלום אז די דאקטוירים גייען ארויסקומען מיט א שטודיע איין טאג אז דער וואס רייכערט לעבט לענגער און עס היילט אויס און פערווענט די שווערסטע מחלות).
עניוועי, ביז דאס געשעט דארפען מענטשען זיין הונדערט פראצענט (אקעי, 75 פראצענט- אדער אפשר 50 פראצענט?) קאמיטעד צו זייער מחיה וכלכלה און צו זייער משפחה.
אנהייב נאך אפאר וואכען זייענדיג אין די קרעטשמע האב איך אויך געהאט אפאר וואכען וואס איך האב נישט געקענט כמעט אריין קומען ווייל עס איז געווען א זיער העווי סעזאן.
עס דארף נישט ווערען איינגעפירט אז א יעדער זאל זיך מוזען פארענטפערען און אויף קומען מיט אקסען אפפאל תירוצים פארוואס ער שרייבט מישט אזוי פול.
אנשטאט דעם דארפ'ן די איבערגעבליבענע אבלים ממלא זיין די חלל וואס איז איבערגעלאזט געווארען דורך די וואס האבן אונז אלע אזוי מהנה געווען מיט זייער 'אנוועזענהייט'.
(דרך אגב וואלט איך געעצה'ט אז מען זאל פובליסייזען דער סייט אין עני אידישע פורום צו ציען מער שרייבערס.)
מיטוואך ינואר 16, 2008 3:14 pm
יענטאאש ידידי,
איך קען נישט מער עגריען מיט דיר, דער אמת'ער אמת אן קיין פשרות, האמת אהוב מן הכל.
גם אני בחלומי האביך געהאט פארשידענע אפס-ענד-דאונס דא און אין דער פארגאנגענהייט, אבער בשורש זענען מיר אלע דא.
לאמיר האפן אז עס וועט מקוים ווערן בקרוב ואשיבה זרחיך כבראשונה ובני היכליך כבתחילה.
מיטוואך ינואר 16, 2008 3:43 pm
יענטאאש יענטאאש, ווער נאך קען אנפילן זארעכ'ס שיכלעך אטא ווי דיר, וואס ווילסטו אז יאנאש (וואס איז אויך געווען וויקעישן פאר א טאג צוויי - האסט נישט געוואוסט הא) זאל זיך נעמען שרייבן מעוננדיגע אשכולות, קוים וואס איך שרייב איין צוויי ליניע'דיגע סחורה.
אבער דער עיקר איז אז די דאזיגע שרייבער וואס זענען נישט פארשוואונדן געווארן זאלן נישט אפגעשוואכט ווערן, נאר זיי זאלן טאקע זיך אנשטרענגן צו שרייבן לענגערע ארטיקלען ווייל נאר אויף זיי ליגט איצט די פליכט.
ביידיוועי, קיינער זאל זיך טאקע נישט שרעקן, אזוי איז ממש יעדע פיר חדשים, עס קוקט אויס ווי דאסיזעס, אבער פון עקספערטיז קענאך אייך זאגן אז און א וואך ארום גייט מען ניטאמאל דענקן אז יענע וואך איז שטיל געווען.
מיטוואך ינואר 16, 2008 3:58 pm
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, ווער ווייסט צי נאר ווייל עס האט געדארפט ארויסקומען אזא ארטיקל האט מען פארשיקט די אויבן דעמאנטע ניקס...
יישר כח.
מיטוואך ינואר 16, 2008 5:04 pm
יענטאאש, כ'האלט אויך ווי יאנאש, און כ'האף אז ס'וועט נישט נעמען צו לאנג.
איבער'ן ארטיקל, כ'מיין אז כ'האב אלעס פארשטאנען, אויסער 'יאדם', וואס עפעס א 'חטף' קמץ? הא? א פלעינע קמץ איז נישט גענוג?
מיטוואך ינואר 16, 2008 5:33 pm
יענטאאש, געוואלדיג, אבער אנשטאט די איידיע וואס דו האסט געגעבן פאר זארעכ'ן, אז ער זאל פעלן פון דא אכט וואכן, כאטש ער גייט וויקעישאן נאר פיר, וואלטעך אים געראטן פארקערט, ער זאל שרייבן אפילו ווענעריז דארט, אזוי עט קיינער נישט כאפן אפילו אזעריז אוועק געפארן, וואס זאגסטו צו דעם?
אה, ער האט נישט דארט קיין קרעטשמע, נו, זאלער פארן צו אזא פלאץ וואו ער קען יא האבן קרעטשמע, אזויפיל קומט אונז נאך, ניין?
עניוועי, כ'ווייס אז א בארד האסטו נישט קיין פאני, איך פראביר נאר צו טראכטן וואס יא?
גראדע זענען שוין יא געווען דא א שיינע פאר וואס האבן אונז לא עלינו פארלאזט אויף אייביג, אבער וואס קענעך דען טוהן, אלעס איז אנגעשריבן פון אויבן, איך ווייס דען יא ווילאנג איך וועל דא קענען אנהאלטן? איך האף אז מיין ביזנעס וועט אזוי בומען, אז מיינע מענעדזשער'ס זאלן אלעס קער נעמען, און איך זאל נאר פון צייט צו צייט, דארפן האלטן קאנטראל אויף זיי, און אזוי עלעך האבן אלץ צייט צו די 'היימישע קרעטשמע'.
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:17 pm
העעעעי ווי איז דאס?
עס פלאחפלעלט ארויף אויפן סקרין בלי כאריזמע יעדע פאר מינוט, 'באטלי גיי קוק וואס יעעענטאאש האט אנגע'יאנעווערט'
וווואאאס?? וואס גייט פאר??
גאאארנישט! כווייס דיר נישט וואס צו זאגן. איי העוו נאו ווארד'ס, באטט וויזיט פארברענגען. ביי!
איך האב געהאט געוואסט אז עס איז געווען א שטיקעלע סטרייק אדער ערב סטרייק אינעם קרעטשמע.
אפשר אפאר מאשקעלע שטיצער האבן באגאנבעט א יו. פי. עס. טרעקל און ארויס גערוקט א 'בלעקבערי'. אין ער פארקויפט אז ער האט דאס געקויפט, באטט עניוועי דיס איז נאט די פוינט העיר.
אין זיי האבן דערפאר געמוזט זיכער מאכן אז עס איז שטיל אין קרעשטמע אין קיינער זאל נישט רעדן דערפון, דערפאר איז געווען שטיל. לייק סטרייקי.
יעניוועי, (לייק יאנעווער) איך שמאחלץ אריין אין קרעטשמע אויםפן וועג האב איך געטראפן אפאר חברה אללע מיטן זעלבן אויסגעטראטענעם פנים, האאאלא באלי, ווי איז יעענטאאש'ס ארבעט?
העי חברה, פאלאו מי! איך באפעל ס'מייזל, פליק צו יענטאאאאש'ן נו זאפארט!
וווי א מייזל האט ער גאפאלגט, איך קום אריין אין פארברענגן מעניו. נישמערניש ווייניגער. כאמעך דערזען אינעם אשכול.......
כוויל נישט זאגן ווייטער.
איך קען דיר איין זאך זאגן, אז כאמעך געבאטקסט פאר געלכעטער.
איך הער איז אזוי גערעכט דא!! איך געב דיר קרעדיט פארן אזי גוט אפלערנען יענטאאש'ס עבודה.
אבער לענינינו. זארעכ זארעכ!!! איי עם שאאאאאר! נאו דאייבט!
אז די האסט רעדי אזאנסענעזעלעכס אז עס גייט דזשומען!
מען וועט פארגיפטעט ווערן פון דיינע רייציגע סחורה, איי די טאטמבאחמבאחם! לאז אונז נישט ווארטן!
נאאאאאאט ברענג ארויס דיינע סחורה!!!
העי נ'טאחשי וויט זארעכ, סטאחרט באטבלינג העיר!
מיטוואך ינואר 16, 2008 11:04 pm
וואס האסטו געטאן צו מיר יענטאאש??? שוין 3 יאר וואס איך פרוביר ארויסצוקלאפן דיין בארד פון מיין זכרון - זינט מיר האבן זיך צום ערשטן און פילייכט לעצטן מאל געטראפן - און דא קומסטו מיר ווי א גנב באמאכט-ער-עס און לייגסט עס מיר ארויף אויפן אפעראציע טישל מיט א טעלער און לעפל און גאפל כשלחן הארוך אז איך זאל מוכן זיין להקיא די גאנצע נאכטמאל אויפן קיעבארד???
וועך... איך פרוביר זיך מצמצם צו זיין און עפעס צוריקשרייבן וועגן דיין תגובה... אבער די שפיציגע עק פון דיין שטעכיגן בארד קיצעלט מיר צווישן די נחירים... פרעקל דיך אפ פון דא (נוסח אלטע-בחור) דו פלאטרקי-פליין באבערדעלטער פלאחרעך... איך וויל דיר נישט שמעקן אין מיינע ד' לאבעס! אוועק פון דאנעט - גיי דיר ווי די זארעך-פעפער ליגט אויסגעצויגן... גיי דיר קיין מיאמי|ביטש!
אקעי, איך זעה שוין אז די הערות אויפן תוכן התגובה וועלן מוזן נאכפאלגן אן אנדערס מאל, יעצט געב'זשע מיר א געלעגנהייט צו נעמען א קעמל, ווייל כ'מיין אז 2-3 הערה'לעך פון דיר האבן זיך באיזה אופן אריינבאקומען ערגעץ וואו זיי באלאנגן נישט... האטשו!!!...
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 2:37 am
קרעמערא וואס איז אין מיאמי|ביעטש?
איך קום יעצט פון דארטן? זארעך איז נאכנישט דארט
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 10:11 am
קרעמער, אסותא! (סינאך פעליג?)
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:47 pm
יענטאש עי סופער זשאב.
אבער אזוי ווי איך הער, מיר האבען שוין פארלוירן מער ווי עטליכע גוטע שרייבער,
אבער ווי דערמאנט איז דא נישט דעיס דער פאל,
דא איז עס א העכערע פאל אדער א נידריגערען טאן.
מאנטאג ינואר 28, 2008 2:24 am
איר האט שוין זיכער געהערט דעם אויסדרוק ער איז דער רבי עקיבא איגר בדורינו.
ער איז דער חכם מכל אדם בדורינו.. יא מ'מיינט טאקע אים.
מאנטאג ינואר 28, 2008 10:20 am
יענטאאש, און וואס זאל איך זאגן?
איך קען דיר זאגן איין זאך, אין חכם כבעל הנסיון, איך בין שוין ב"ה דא צירוק כימי קדם, און מ'דארף צו וויסן אז אזוי גייט די וועלט עםםם כ'מיין די קרעטשמע,
דינסטאג ינואר 06, 2009 12:29 pm
עס איז נאך אלס יאנואר