אינטערסאנטע הלכות

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

אינטערסאנטע הלכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

חול המועד, אין בית המדרש 3:46:
"WOW!!!" = צושרייט זיך פליצלונג יהושעלע שטייענדיג ביים שאנק מישינדיג דעם ספר "אור זרוע" (א הלכה ספר פון איינע פון די ראשונים א תלמיד פון רבינו יהודה החסיד; רוקח; מהר"ם מרוטנברג. תוספות ברענגט אים אראפ אין תענית ג: און אין עבודה זרה נח:).

"וואס זעהטסטו דארט?" געט נחום, זיין חברותא, א שריי פון זיין פלאץ פון די אנדערע עק בית המדרש, זיצענדיק פארטוען אינעם סוגיה, 16 ספרים אפען, אראפ לייגענדיג זיין מתיבתא וואס ער האלט אימיטן מעיין זיין אין די חסידישע פשטים ... און ער קומט צו לויפן...
יהושעלע: "קוק דא!"
און יהושע ווייזט אים אן אין חלק ב סימן ו.
"דער אור זרוע לערנט ארויס פון סוכה, אז פונקט ווי ביי "סוכה" איז "המצטער פטור", די זעלבע איז ביי אלע "דינים פון די רבנן"; ווייל ער שרייבט דארט: "אז אויב א מענטש איז געבליבן "חוץ לתחום", וואס די דין איז, אז ער טאר נישט ארויס גיין "ד אמות", אז אויב ער איז "מצטער" למשל רעגן אדער היץ, מעג ער יא ארויס גיין פון די "ד אמות", אזויווי ביי סוכה"; זעהט מען פון דעם, אז די "אור זרוע" האט געהאלטן, אז מען לערנט ארויס "דיני דרבנן" פון "סוכה", ווייל ס'נישטא קיין עקסטרע פשט אז דווקא תחומים!" = איז מסביר יהושע מיא די גאנצע קנאק.
נחום: "אקעי באט למעשה שרייבט ער עס נאר ביי תחומים...אבער דער אמת איז אז ס'איז דא עפעס א "רדב"ז" וועגן דעם... כ'דענק אבער נישט ווי"...
יהושעלע: "אה דארט זיצט יוסל, א גרוסער בקי, לאמיר אים גיין פרעגן = פוינט ער מיט די פינגער מיט א שמייכל אנהויבענדיג צוגיין מיט שנעלע טריט"...
נחום: "אה יעי" = צולאכט ער זיך אויפן קול פאר גרויס שמחה.
יוסל: "א גוטן, יא וואס ווילט איר וויסן, טייערע אינגעלייט?"
יהושעלע: "עם"...
נחום: "עם"...
יוסל: "נאר איינער קען רעדן"...
"לאמיך עס זאגן"...
"ניין לאמיר"...
יוסל: "אקעי אקעי, יהושעלע דו וועסט זאגן וואס ס'שטייט און "אור זרוע", און דו נחום וועסט זאגן דו קשיא... גוט?"
"אקעי"...
און ביידע האבן געענדיגט:
יוסל: "יא, יא ריכטיג נחום, ס'דא אזא רדב"ז אין חלק ב סימן תרפז...
"נו נו וואס שרייבט ער דארט?!" האקן ביידע אריין.
יוסל: "ער לערנט ארויס פון "המצטער" ביי "סוכה", צו שניידן די האר "ספירה", אז אויב מען איז "מצטער", מעג מען".
"דעמאלטס זעהט מען אז די "ראשונים" לערנען אזוי ארויס אויף פארשידענע דינים דרבנן" פירן זיי ביידע אויס.
יוסל: "אויך איז דא א "פרי מגדים" אין זיין ספר "ראש יוסף" סימן תעב סעיף יג ארויס צו לערנען לגבי די ד כוסות".
"אקעי שכח" = באדאנקען זיך ביידע מיט לעכטיגע אויגן. מען דארף עס דורכטוען ס'זייער אינטערסאנט" = פירן זיי אויס צוריק לייגענדיג דעם "אור זרוע"...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ר' אוהב שלום, זעהמיר אז .... האט איינגעזעהן צו זיין א אוהב שלום... דו ביסט שעפעריש צו אויפקומען מיט איידיעס און מאכן אקטיוו די עולם מיט אלע סארט ענינים!! האף מיר אז דו וועסט דערהויבן אייוועלט צו א העכערע ניווא וואס אזעלכע ניקים ווי דיר פעלט שטארק אויס און טאקע זעהן אלעס זאל גיין בניחותא און נישט פארגעסן צו האלטן פאר די אויגן די גאנצע צייט זיך צו האלטן אויפן ליניע פון --אוהב שלום-- און שעצן יענעמס מיינונג אייביג!

כה לחי לתפארת בית אייוועלט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”