גריסן און שמועסן
מיטוואך ינואר 16, 2008 11:02 am
דאס איז אן אשכל ווי מען קען אנפרעגען און דורך טון אלעס וואס איר זענט נייגעריג צו וויסען.
Advertisement
מיטוואך ינואר 16, 2008 11:04 am
ווען איז דאס געווען?
וואס איז געשען יענער טאג אז די עולם איז זיך אזוי ציזאם געלאפען?
ווי אזוי איז געווען די טרעפיק?
וויפול תגובות זענען צוגעקומען יענער טאג?
- עטעטשמענטס
-

- Untitled.jpg (20.16 KiB) געזעהן געווארן 1032 מאל
מיטוואך ינואר 16, 2008 11:16 am
מיטוואך ינואר 16, 2008 11:34 am
אודה ולא אבוש,
איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו ניצען די חיפוש און עס איז צו קאמפלעצירט.
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפען וואס איך האב געזוכט, למשל יעצט ווען איך האב געזוכט איבער דער נושא.
עניוועי אפילו אזוי, די אשכל האט דאך נאך א מטרה פאר אנדערע נייגעריגע מענטשען.
מיטוואך ינואר 16, 2008 1:20 pm
איך וואונדער מיך, וויפול איז געווען די ווייניגסטע תגובות פער וואך אין די היסטאריע פון די קרעטשמע?
פארוואס וויל איך וויסען?
ווייל איך וויל זען אויב די וואך וועט מען ביטען די רעקארד.
מיטוואך ינואר 16, 2008 3:08 pm
אוי זאגסטו גוט, קענסט נאך פארעכטען צו ברעכן די פארקערטע רעקארד.
מיטוואך ינואר 16, 2008 5:52 pm
אנדי די ביסט נאך נישט דא געווען דעמלץ ?
מיטוואך ינואר 16, 2008 5:58 pm
איך וואונדער מיך, ווען אנדי גייט אמאל שרייבן אזאנס און אזעלכעס, אז דער עולם זאל דארפן טראכטן צוויי מאל, הזה אנדי?
מיטוואך ינואר 16, 2008 5:58 pm
נאופס, קוק לעבען מיין ניק וועסטו זעהן.
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:00 pm
פארשטייעך נישט, איך רעד פון אן ארטיקל, אז די בולעטין מיטן פארווערט'ס זאלן זיך רייסן ווער ס'נעמטעס ערשט.
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:05 pm
איכער,
מיין ענטפער איז געווען געצילט צו דארפסמאנס פראגע.
לגבי דיין שאלה,
איך האב דאך שוין אן ארטיקען אויף די אידישע וועלט, וואס דארך איך מער?
חוץ מזה,
האסטו נישט געזען מיינע דעילי ארטיקלען פון די קרעטשמע קאפירט אין די דעילי ניוז ספארטס סעקשאן?
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:08 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:איכער,
איך האב דאך שוין אן ארטיקען אויף די אידישע וועלט, וואס דארך איך מער?
דו דארפסט מער? איך דארף מער, איך דארף דא.
אנדי פעטיט האט געשריבן:חוץ מזה,
האסטו נישט געזען מיינע דעילי ארטיקלען פון די קרעטשמע קאפירט אין די דעילי ניוז ספארטס סעקשאן?
ניין, און דו?
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:09 pm
און דו?
פרעגסט שוין ציפול קשיות!
מיטוואך ינואר 16, 2008 6:20 pm
צוויי ווערטער, און דאסי צופיל קשיות? (יעצט עסטע מער נאך מצטט זיין דאס אויך, און ווייזען אז כאנאך קשיות, הא? [האסטע שוין צוויי דא אליינס.])
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 9:48 am
איך ווייס נישט אויב איך מעג דיר ענטפערען.
איז עס מענין האשכל אדער פארפארט מען?
דאס איז מיין וואונדער אויף היינט.
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:31 pm
מיין וואונדער איז?
איך זעה אסאך מענטשען האבען ארום זייער בערזל א ראבער באנד,
וואס האט דאס מיט געלט צו טאן? אדער וואס האט דאס מיט אלע אנדערע זאכען אחוץ געלט דארט אינעם בערזל?
העלפט מיר איך בין געפערליך נייגעריג. ספעציעל ווען איך זעה אז עס כאפט זיך אריין ביי די אינגערע פון צווישן אונז.
און מענטשען פרעגען מיך נו "אבי" 'וואו איז דיין ראבער' אד"ג.
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:46 pm
איך קען דיר נישט ענטפערען ווייל ביי מיר איז עס א ראבער במקום בערזעל.
איך האלט מיין געלט מיט א ראבער בענד און מיינע קארטלעך מיט א ראבער בענד אז עס זאל נישט ארום פליען.
איך קען נישט פארנעמען די באלקישקייט פון א בערשעל.
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:49 pm
גוט וועל איך מוזען ווארטען פאר די וואס קענען יא ענפערען,
הע וואס טראכסטו?
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:50 pm
abimlaibt האט געשריבן:גוט וועל איך מוזען ווארטען פאר די וואס קענען יא ענפערען,
הע וואס טראכסטו?
יעצט וואונדערסט דיך שוין וואס איך טראכט?
דאס איז פאר מי טו נאו ענד פאר יו טו פיינד אוט.
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:51 pm
אהא הייסט דו וואונדערסטעך צו איך וואונדערזיך?
ניין איך פערזענליך וואונדער עך זעך ניטש.
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 7:21 pm
די געשפרעך דערמאנט מיר א מעשה: ר' יאנקל מיללער האט זיך אמאל דערזעהן מיט א צוריסענעם זויל, די פאדערשטע טייל האט זיך אויפגעמאכט בפה מלא, ווי מען רופט דאס א "מויל" (נישט מער געדאכט). וואס טוט מען? ער געפונט זיך אין א פרעמד פלאץ, ער פרעגט זיך נאך וואו מען קען טרעפן א איד א נגיד וואס זאל אים באצאלן א נייע פאר שיך. איינער זאגט אים ער זאל גיין צו מעכיל ביים עק בלאק, ער זיצט אויף שווערע מעלאנעס, ער וועט אים זיכער געבן א צופרידנשטעלנדע נתינס.
ר' יאנקל פוילט זיך נישט, מיט די צוריסענע שיך טאנצט ער אריבער צו יענעם, צו זיין גרויס מזל איז מעכיל טאקע געווען אין שטוב, ער נעמט אים אויף שיין און דרוקט אויס מיטגעפיל אויפן אינצידענט. ער רופט אים אריין אין שאץ קאמער... עס ווערט יאנקל'ן ליכטיג פאר די אויגן, ליגן אויסגע'שורה'ט אינעם אוצר פעקלעך איבער פעקלעך גלאטע הונדערטערס!
מעכיל נעמט אראפ איין גרויסן באנד קעש, יאנקל האלט זיך דעם אטעם... מעכיל נעמט אראפ דעם ראבער-בענד פונעם פעקל און זאגט צו יאנקל'ן: נאדיר, דאס וועט דיר צוזאמהאלטן די זויל אויף ביזדערווייל...
דאנערשטאג ינואר 17, 2008 7:51 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:אודה ולא אבוש,
איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו ניצען די חיפוש און עס איז צו קאמפלעצירט.
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפען וואס איך האב געזוכט, למשל יעצט ווען איך האב געזוכט איבער דער נושא.
עניוועי אפילו אזוי, די אשכל האט דאך נאך א מטרה פאר אנדערע נייגעריגע מענטשען.
די בעסטע וועג פאר חיפוש איז צי זיכען דורך גוגעל
מיט דעם איז עס סאך גרינגער צי טרעפען
כ'האב עס שוין געטרייט אין עס איז זייער גוט
אויז זוכט מען מיט גוגעל
מען לייגט אריין אזוי : site:yiddishworld.com/forum
נאכדעם א ספעס אין נאכדעם וואס מען זוכט
פרייטאג ינואר 18, 2008 10:22 am
עס איז דא א זאך וואס איך וואונדער מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נאך נישט געהערט קיין געהעריגע עקספלענעישאן דערווייל.
אויך די וועטער נאווי הערט מען אלץ די פאלגענדע,
"די וועטער וועט זיין 18 דעגריז און מיט די ווינט טשיל וועט זיך פילען ווי 8 דעגריז."
איך פארשטיי נישט??????????????
ווען איך וועל ארויס לייגען א טערמאמעטער אינדערויסען וואס וועט שטיין דערויף ? 8 אדער 18? מעיק אפ יאר מיינד!!!!
אויב מיט די ווינט ווייזט די טערמאמעטאר 8 דעגריז דאן איז די וועטער 8 דעגריז נישט 18!!!!!!!!
פרייטאג ינואר 18, 2008 10:33 am
אנדי פעטיט האט געשריבן:עס איז דא א זאך וואס איך וואונדער מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נאך נישט געהערט קיין געהעריגע עקספלענעישאן דערווייל.
אויך די וועטער נאווי הערט מען אלץ די פאלגענדע,
"די וועטער וועט זיין 18 דעגריז און מיט די ווינט טשיל וועט זיך פילען ווי 8 דעגריז."
איך פארשטיי נישט??????????????
ווען איך וועל ארויס לייגען א טערמאמעטער אינדערויסען וואס וועט שטיין דערויף ? 8 אדער 18? מעיק אפ יאר מיינד!!!!
אויב מיט די ווינט ווייזט די טערמאמעטאר 8 דעגריז דאן איז די וועטער 8 דעגריז נישט 18!!!!!!!!
אנדי
דא האט איר א לינק וואו דער וועטער טעמע איז ברייט אויסגעשמועסט, מ'וועלמיר זעהן צו איינער האט שוין גערעדט דערפון דארט.
זונטאג ינואר 20, 2008 4:38 pm
איך וואונדער מיך פארוואס מעמבערס קומען דא אריין אין שרייבען אבער זיי זענען חבוי?
וואס איז די סבה דערפאר?