בלאט 1 פון 1

דער עולם לערנט פלייסיג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 10:58 am
דורך וואס
ברוך השם, די קרעטשמעריסטן האבן זיך אפגעריסן מיט אלע כוחות פון די קרעטשמע, און מהאקט שטיקער.

מען זעט טאקע א אויפוואכונג לעצטענס אין די בתי מדרשים פון שיעורים, יעדער וואונדערט זיך פון ווי די מענטשן קומען.

אבער זעענדיג די שרייענדיגע אפוועזענהייט דא, קען מען עס צאמשטעלן.

מי כעמך ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 11:07 am
דורך מיללער
וואס?

דא אין קרעטשמע קען מען עפעס נישט לערנען?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 12:12 pm
דורך וואס
נא, זאל מען לערנען הויך אויפן קול, איך הער דאך נישט קיין איין ווארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 6:36 pm
דורך דארפסמאן
דער עולם זאגט פרשת המן א גאנצען טאג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 7:40 pm
דורך קרעמער
סיבות פונעם שטילקייט זענען גאר איינפאך: זארעכפעפער איננו, צייטליך איננו, וגם בני היכלא אינו אתנו כמתמול שלשום, ומי ראה את אלו יוצאים ולא יצא?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 8:54 pm
דורך מיללער
קרעמער,

דו זאגסט עס מיט אזא קאלטקייט, יעדע איננו פאר זיך איז ווערט אן עקסטערע כליפע....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 11:56 pm
דורך קרעמער
איך האב שוין נישט קיין טרערן אין די קאנאלן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 10:09 am
דורך יצמח
איך האלט אז מ'דארף מאכן אן עצרת רבתי מעורר זיין דעם עולם איבער דעם ביטערן חורבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 5:41 pm
דורך דארפסמאן
נא קום ארויס מיט א קול קורא