מעשה ראש הקהל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 6:13 pm
ששש... יעדער איז דא? ביטע זיך האלטן רואיג. איך האב נאר געוואלט איבערגעבן אפאר איינצעלע בקשות, און כ'בעט דעם עולם יעדער זאל זיך האלטן רואיג און שטיל.
איך וויל דא מודיע זיין א "צייטליכ'ער" מודעה פאר אלע מיינע ידידים און גוטע פריינד פון אונזער קרעטשמע, אז, צוליב סיבות מסיבות שונות ומשונות, וועל איך מערצעשעם פונעם קומענדיגן זונאטג פרשת "ויהי בשלח" זיך אויפפירן דא אין דערפעל כמעשה ראש הקהל, און ס'דא אפי' א יש אומרים וואס זאגן כמעשה מנהל... דעריבער וואלט איך זייער געוואלט איבערלאזן אפאר וויכטיגע דיבורים און אנווייזונגען פארן גאנצן ציבור היושבים.
אלף - אל תרגזו בדרך! (לויט אלע פשטים). איך בעט זייער, זייער שטארק, אז אפי' אין לויף פון מיין קאדענץ... זאל יעדער פאר זיך זען אנצוהאלטן מיט אלע כוחות אז דאס קרעמל זאל ווייטער פארן על מי מנוחות; אשכולות זאלן וואקסן, תגובות זאלן שפראצן, געלכטער'ס זאלן פלאצן און שמייכל'ס זאלן זיך ציען מלחי אל לחי. נישט נאכלאזן אפי' א זיז כל שהוא ח"ו.
בית - איך בעט זייער מיין ידיד נפש וואס זיינע תגובות פארן דאך אזש ביז משוך עבדיך, הלא הוא דער סקרענטענער רב שליט"א, אז ער זאל ווייטער אנהאלטן זיין אחריות אויף אונזער באליבטע בית המדרש. ער זאל אנבאדינגט ווייטער שטיין על המשמר אויפן קדושת הבית המדרש; הן ער זאל זען אז עס זאלן אנגיין די שיעורין כסדרן ומוספין כהלכתן; והן אז דער בית המדרש זאל כסדר זיין אויפגערוימט, די ספרים זאלן זיין פלאצירט שיין אין די שאפעס, יעדער ספר על מקומו הראוי. אויך וויל איך אים בעטן, אז ער זאל למען הקרעטשמע חס וחלילה נישט אריינפאלן אין די טומאת הספיקות, ווייל ספק טומאה ברשות היחיד איז דאך טמא ומטמא, און אויב גיבט מען זיך ח"ו בידים איבער צום רשות פון יענעם נארישן יחיד המשתלט על הציבור איז אפי' א ספק אויך מטמא. איך בעט אים ער זאל זיך מחזק זיין מיטן כח הרבים פון אונזער חשובן ציבור, וואס דאן וועט אפי' דער ספק טומאה אויך זיין טהור. מיט בקשה מיוחדת טוה איך אים בעטן אז ער זאל נישט נאך לאזן אפילו כמלוא נימא פון זיינע דברים מתוקים, המלאים זיו ומפיקים נוגה, וועלכע איז דאך נאה זיום בכל רחבי הקרעטשמע, וכל קוראיהם יעידון ויגודין אז כמעט נישט פאראן א נושא וואס ער זאל נישט זיין בקי דערין כבשוקא דנהרדעא, און אויב ח"ו ער וועט נאכלאזן, אפי' נאר מיט א ספק ספיקא, דאן הענגט ח"ו א גרויסע סכנה אויפן גאנצן עקזיסטענץ פונעם קרעמעל.
גימל - מיט א באזונדערע בקשה בעט איך רבינו הגדול הגבור והנורא אשר כל רז לא אניס לי', ער זאל ווייטער זען אנצוהאלטן און צוזאמענצוהאלטן מיט אלע זיינע כוחות אז דאס קרעמל זאל ווירבלען מיט א לעבהאפט און חן דקדושה. און איך וויל דא רעדן צו אים פערזענדליך: רבי, רבי, ווערט נישט פארלוירן פונעם מים הזידונים, פונעם רוח סערה אשר לא שערום אבותינו, פון די לעצטעריגע בייזע מאדערענע ווינטן וועלכע בלאזן לעצטענס אין דערפל. ס'קיין ספק נישט, אז דער נייער מאדערענער גייסט פון 'נעלם' ווערן איז אן אבן נגף פארן גאנצן דארף! יא, יא, עס האט שוין ליידער אוועקגעריסן פונעם יונגווארג שטיקער שטיקער, ורבים חיילים הפילו, און אויב דאס זאל ח"ו ווייטער אזוי אנהאלטן זאל ג-ט באהיטן. איז דעריבער זאלט איר וויסן, אז אויף אייערע ברייטע פלייצעס ליגט דער אחריות פון אנצוהאלטן און זיך אפגעבן מיט'ן גאנצן דארף, ווייל אויב איר וועט אויך ח"ו פארפאלן גיין אונטערן גייסט, אדער אפי' נאר חושש זיין דערויף ברבים, דאן וועלן דאך די אזובי קיר טענה'ן: "מי ראה את אלו יוצאין ולא יצא?" דעריבער בעט איך אייך בכל לשון לחישותא, נישט אראפצולייגן דעם פעדער פון דער האנט, און איך האף מערצעשעם ווען כ'על זיין צוריק זיך טאקע צו באגעגענען מיט עמערס עמערס פון פרי מחשבתך היוצאים ממעיניך הנובע כמקור מים חיים, והמה כמים קרים על נפשי הקרעטשמע.
דלת - איבעריג צו זאגן אז כ'האף אז מאשקע מיט סאכדעס וועלן זיך בארעכענען פון זייער געוואגטן טריט און שריט וואס זיי האבן גענומען אויף זיך, און זיי וועלן גאר שנעל מתחרט זיין דערויף. זאלן זיי נאר חרטה האבן דערויף און צוריק ערשינען במלוא יפים והדרם כבשני השובע, ווי אין די זעטע יארן. ווייל, אויב נישט, וויל איך נישט זאגן וואס אלץ ס'קען ח"ו ארויסקומען דערפון. יא, זיי זענען פון די ערשטע קרבנות וואס זענען געפאלן צום לעצטעריגן ווינט, ה"י.
הא - קרעמער מיין פריינד, אנטויש מיך נישט. ובבקשה מינך, אז ווען כ'קום בעז"ה צוריק זאל איך האבן גרייט פאר מיר ארטיקלעך פון דיר אזוי ווי אין די גוטע צייטן. יא, כ'ווייס, אז דו טראכסט אזוי בקרב לבך: "אמער, איך האב שוין אהערגעשטעלט וואס כ'ברויך, יעצט זאל דער עולם עפעס באווייזן וואס זיי קענען. איך האב אנגעצונדען דעם מאטאר יעצט זאל עס דער ציבור ווייטער דרייווען". אבער, בארעכן דיך גוט, ס'איז א פאלשער חשבון! ווייל, ס'איז אין דוגמתך. אן ארטיקל פון קרעמער איז נאך אלץ 'אן ארטיקל פון קרעמער', און ס'איז מער ווערט ווי צוואנציג ארטיקלעך ווי פון סיי וועמען. אויב ווילן מיר זיין פארזיכערט פאר די קומענדיגע דורות, מוזן מיר פאר אלע געלטער זען אז קרעמער זאל כאטש איין מאל א חודש אהער שטעלן עפעס א גוטס. מיר וועלן נישט האבן וואס צו ווייזן פאר אונזערע קינדער. וואס וועלן מיר זיי איבערגעבן? וויאזוי פארלאנגען מיר אז אונזערע קינדער זאלן וויסן צו זאגן וואס דאס מיינט א קרעטשמע, אויב מיר וועלן נישט האבן אן ארטיקל פון קרעמער'ן, דער גרינדער, כאטש איינמאל א חודש?! קרעמער, קרעמער, בארעכן דיך, בארעכן דיך, אויב ח"ו דו וועסט אנהאלטן מיט דיין איינהאלטעניש שטעלסטו ח"ו אין א סכנה דעם גאנצן עתיד פונעם קרעמל. ס'קען ח"ו קומען צו א מצב פון "בירה כרה ויחפרהו"... כאפ דיך באצייטנס.
ואו - א בלינק צו יענטאאש'ן, דעם אלעמענס באליבטן משמח אל-קים ואנשים. יענטאאש, יענטאאש, "ממנו ילמדו וכן יעשו". ער איז געווען מיט אונז ווען מ'האט געשטעלט דעם גרינדשטיין, ער איז מיט אונז היינט צו טאגס, און ער וועט זיין מיט אונז היינט, היינט און אלעמאל! און טראץ וואס עס זענען אריבער אויף אים שווערע זמנים האט ער אונז אבער קיינמאל נישט פארלאזט. און אפי' זיין פארלאזונג, נישט מער געדאכט, איז אויך געווען מיט א קנאקעדיגער מעלדונג בקול צחוק גדול. און ווער רעדט נאך פון זיין צוריק קער, וואס כאטש עס זענען פאראיבער אויף אים שווערע איבערגענג... איז ער נאך אלץ בתוכינו אזוי פול פארס, אן קיין שום שינו כל שהוא. "ממנו ילמדו וכן יעשו!" איז דען שייך אים עפעס איבערצולאזן א צוואה ובקשה? אודאי נישט! ער טוט דאך זיין תפקיד, אלס קרעטשמעריסט, טויזנט און איין פראצענט, און מיט א שמוץ אריבער. זאל ווען די קרעטשמע פארמאגן נאך איין אזא יענטאאש, וואלט זיך דאך געטאן דא נישט נאר אויף טישן און בענק, נאר ס'געוואלט געווען דא אויף שאפעס און דעכער, הייזער און בילדינגס. כ'זוך, כ'נישטער, וואס כ'קען אים בעטן, ועברתי על כל עניני הקרעטשמע ולא מצאתי, כי הקרעטשמע קרעטשמערתו. ס'אין דוגמתו, הן מיטן זיך צושטעלן והן מיטן זיך אהערשטעלן. און איין זאך קען אייך זאגן אויב וועט מיר אנכאפן א בענקשאפט צו די קרעטשמע - קען איך אייך זאגן בפה מלא - וועט דאס מיינען: "איך בענק זיך נאך יענטאאש'ן".
זיין - עס וועט מיר זיין א גרויס פארגעניגן צו טרעפן ביי מיין אומקער 'איך הער'ן' על כנו ועל מכונו. אזוי אויך יאנאש'ן, לחיים ולברכה, און אלע אלטע ווי נייע מנהלים ואחראים. וזו ואין צריך לומר זו, אז כ'מיין נישט צו זאגן בלויז זייערע שטעלעס, בעיקר רעד איך דאך פון זייערע פענעס. זאלן זיי נאר ווייטער אנהאלטן זייערע מעשים טובים און ניטאמאל פרובירן נאכצולאזן דערפון אפי' א זיז כל שהוא, ווייל אויב יא, וועט נישט נאר דער ציבור ליידן דערפון, נאר זיי אליין וועלן ליידן דערפון. עקסטער בעט איך לחיים'ען, ער זאל אנגיין מיט זיינע תוכנ'דיגע הילף אינעם עולם המסחר, און ווי איך האב אים שוין געזאגט פריוואט, אז זיינע ווערק זענען ממש פון די דברים העומדים ברומו של מסחר ונשמת הפרנסה תלוי' בה, ושכרו כפול בזה מן השמים.
טית - ס'זייער מעגליך אז מיינע שורות זענען בלויז אן ארטיקל... חית און טית זענען פארדרייט, כדי אויסצומיידן אן עין טובה, ומחמת טעם הכמוס איתי. והמבין יבין.
חית - ווי מ'זעט זענען באכאשעם לעצטענס צוגעקומען דא פילע נייע זאפטיגע שרייבער אזוי ווי: אנדי פעטיט; אלעקסיי, מיין נייער פריינד; יוםטובערליך; זילבערנע בעכער; אלטע בחור; פוילשער; דע פעקטא; און נאך פילע פילע, כל אחד ואחד בשמו ובשדותיו הטוב יבורך. ווער אין קרעטשמע; ווער אין פארברענגען; ווער אין חזק פורום, יעדער לפי תכונתו. זאלן די אלע וויסן, אז די קרעטשמע קוקט ארויס אויף אייך כאדם היושב ומצפה ואומר מתי יגיעו מעשי למעשה הני ניקים הללו. מיר לעבן נעבעך אין אן אויסגעטריקנט דערפל, אפגעזונדערט פון די דרויסנדיגע וועלט, און מיר זענען דורשטיג נאך יעדן פרישן איינוואוינער, איבערהויפט אזעלכע וועלכע זענען מעידית שבעידית, א שטייגער ווי איר זענט. איר ווילט פארברענגען אין קרעטשמע, יא? אבער זייט וויסן אז סאך מער ווילן מיר איר זאלט דא זיין! כ'האף אייך נאך צוטראפן ווען כ'על זיין צוריק...
יוד – צום אומקער ביטע אנגרייטן א רונדיגער טישל, ווי מיר פלאנען בעז"ה צו פארברענגען מיט קרעזי, צייטליך, סאכדעס און אלע אנדערע פארלוירענע.
יוד מיט אן אלף – לא אתנשי מינך היימישע קרעטשמע ולא תתנשי מיני היימישע קרעטשמע. כ'גלויב אז אין לויף פון דער צייט וועל איך אפי' מאכן חזרה; זיך אומקוקן דא דארט, בכדי נישט עובר צו זיין אויפן "פן תשכח את הדברים האלה".
יוד מיט א בית - ווי געזאגט, וועט דער מעשה ראש הקהל'שאפט אריין גיין אין קראפט קומענדיגן זונטאג פרשת ויהי בשלח וכו', זאגט דער מדרש מי צווח ווי?... נו, ווער שרייט ווי, הא?
יוד מיט א גימל – לאמיר האפן, אז כ'וועל גאר אין גיכן קענען מקיים זיין דעם "וכמעשה ראש הקהל אשר ישבתם בה לא תעשון, ובחקתיהם לא תלכון. ושוב אשיב אליך כעת חיה, בשובי את שבותי לעיניכם אמר זארעך.
בלייבט מיר אלע פריש און געזונט, און איך האף זיך אומצוקערן כמעשה מעמבער סתם. אויף ביזדערווייל בלייבט נאר איבער צו האפן אז איר וועט מיר נישט אנטוישן.
זיך צום ווידער זען, דארט אין דארף...
***
מתקן געווען בלויז אייניגע טעותי הדפוס.