בלאט 1 פון 1
אינטערסאנטע פאקטען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 3:13 pm
דורך אלעקסיי
אויב דו זאלסט אנהויפענען 1 מיליאן
אמעריקאנע דאלארן איינס אויפן אנדערע וועט עס
זיין 361 פיס הויך, און עס וועט וועגן פונקטליך 1 טאן... (2,000 פונט, פאר ווער עס ווייסט נישט)
דער דורכשניטליכער אמעריקאנער טרינקט
ארום 600 קאפס סאדעס (4,800 אונסעס) א יאר...
דער עלעפאנט איז דער איינציגסטער בעל חי
וואס קען נישט טאנצן...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 3:20 pm
דורך אלעקסיי
די צונג פון א בלויע וואל-פיש איז אזוי לאנג ווי
אן עלעפאנט..
אונטערן ים איז דא א פיש וואס איר האלבע
גוף איז ווי א פיש און דער אנדערע האלב ווי א
מענטש (תורת כהנים)..
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 3:24 pm
דורך אלעקסיי
א מעלאנע איז 97 פראצענט וואסער,
לעטוס 97% , טאמאטאס 95% , מייערן
90% , און ברויט 30 פראצענט.
אונטער אונזער וועלט איז פארהאן
נאך א פאר וועלטן, און איינע פון זיי
פארמאגט א יישוב מיט זייער מאדנע
מענטשן, מיט צוויי קעפ און פיר הענט
וכדומה (מדרש).
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 3:40 pm
דורך אנדי פעטיט
אונטער אונזער וועלט איז פארהאן
נאך א פאר וועלטן, און איינע פון זיי
פארמאגט א יישוב מיט זייער מאדנע
מענטשן, מיט צוויי קעפ און פיר הענט
וכדומה (מדרש).
אפשר נאכ'ן ליינען דער מדרש וועלען מענטשען גלייבען איבער עיליאנס און יו עף אוס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 3:42 pm
דורך אלעקסיי
כולי האי ואולי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 4:18 pm
דורך אלעקסיי
וואס איז דער מענטש ?
ווען מען זאל וועלן פאטאגראפירן אלעס וואס דער מענטש זעהט אין איין טאג – וואלט מען געדארפט האבן פילעמס אין א לענג פון 19 קילא-מעטער!
א מענטש רעדט צווישן 160-125 ווערטער אין א מינוט, און טראכט אין א שנעלקייט פון דריי מאל אזוי פיל ווי דאס שנעלקייט פון זיין רעדן.
מיט יעדער אטעם "שעפט" אין זיך דער מענטש אריין 500 קוואדראט-סענטימעטער לופט.
מיט איין אטעם פילט זיך נאכנישט אן די לונגען וועלכע ענטהאלט 33.5 ליטער לופט, און דער גוף מוז דערפאר אנקומען צו פיל אטעמס.
ווען א מענטש געפינט זיך אין א מצב פון מנוחה, באדארף ער האבן 5 ליטער לופט אין א מינוט; ווען ער גייט אדער ארבעט – 10 ליטער, און
בשעת ער לויפט – 60 ליטער אין איין מינוט.
דורך א מעת לעת דארף א מענטש 15 ביז צוואנציג-טויזנט ליטער לופט.
דורכן יאר שעפט אין זיך אריין דער מענטש 6 מיליאן ליטער לופט!
ווען מען גייט אויף הויכע ערטער וועלכע איז פיל העכער פון די ערד, איז דער גאנג פילפאכיג שווערער – צוליב די לופט וועלכער איז דארט שוואכער.
א שטארקע ווינט מאכט שטאטער דעם גאנג מיט פופציג פראצענט.
דער מענטש, ווען ער שטייט אויף אינדערפרי, איז ער העכער מיט 1-2 סענטימעטער ווי אין אוונט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 4:35 pm
דורך אנדי פעטיט
אין מענטשען קענען נאך טענה'ן אז עס איז נישט דא א באשעפער אויפ'ן וועלט?
דער מענטש, ווען ער שטייט אויף אינדערפרי, איז
ער העכער מיט 1-2 סענטימעטער ווי אין אוונט.
דאס איז די מערסטע אינטרעסאנט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 4:56 pm
דורך יאנאש
אנדי פעטיט האט געשריבן:אין מענטשען קענען נאך טענה'ן אז עס איז נישט דא א באשעפער אויפ'ן וועלט?
דער מענטש, ווען ער שטייט אויף אינדערפרי, איז
ער העכער מיט 1-2 סענטימעטער ווי אין אוונט.
דאס איז די מערסטע אינטרעסאנט.
איך מיין אז איך ברויך א מקור דערויף, עס איז לכאורה נישט אמת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:23 pm
דורך abimlaibt
איך בין מיט יאנאש דאת
אלעקסיי שכח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 8:11 pm
דורך cano
מען קען זאגען אז עס איז נאר געזאגט געווארען פאר גוים, וואס שלאפען אויף די ריקען, מילא שטייען זיי אויף מיט א גראדע ריקען, אין אויפדערנאכט ווען זיי לייגען זיך צוריק, זענען זיי שוין איינגעפאלען א דורעכשניט פין צוויי אינטשעס,
אינטערוועגענס, די אלע רעכענונגען וואס די דערמאנסט וועגען ליפט, מיינסטי ליפט אדער אקסידזשען?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 20, 2008 5:12 pm
דורך אלעקסיי
עס איז פארהאן 293 וועגן צו מאכן רעשט פאר א דאלער...
די פינגער-נעגל וואקסט כמעט פיר מאל שנעלער ווי די פיס-
נעגל...
א דורכשניטליכער מענטש טרונקט ארום 16,000 גאלאן
וואסער במשך זיין גאנצע לעבן...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 3:39 pm
דורך אלעקסיי
האט איר געוואוסט אז...
א בער וועט זיך כסדר שאקלען און קיינמאל נישט רוען.
ווען א הונט בילט אינמיטן שלאף איז א סימן אז ער חלומ'ט.
ס'איז דא א געוויסע פייגל וואס יעדן טאג האט זי אן אנדערן קול.
ס'איז פארהאן א פייגל וואס ווער עס קוקט אויף די פייגל וועט דאס אים שאדן צום געזונט. (מדרשים)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 1:40 pm
דורך קיקיון
ווער געדענקט ווען די טיטשערס האבען זיך געמיטשט אויסלערנען

און טענעסי וועלען די סקולס אפירקראצען די פענסילס דעם קומענדיגען טערם
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 1:42 pm
דורך אויסערן מיניסטער
אלעקסיי האט געשריבן:אויב דו זאלסט אנהויפענען 1 מיליאן
אמעריקאנע דאלארן איינס אויפן אנדערע וועט עס
זיין 361 פיס הויך, און עס וועט וועגן פונקטליך 1 טאן... (2,000 פונט, פאר ווער עס ווייסט נישט)
2,200 pound
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 1:57 pm
דורך ניק ניק
זייער אונטערסאנט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:21 pm
דורך קיקיון
The United States is now the only industrialized
country in the world that does not use the metric
system as its predominant system of measurement.
TOWARDS A METRIC AMERICAיא יא
דאס איינציגע לאנד מיט אינדוסטריע וואס ניצט נאך דעם פארצייטישען סיסטעם
פון א פוס איז 12 אינטשעס
א יארד איז 3 פוס
א מייל איז 5220 פוס
א פונט איז 16 אונץ
און א טאן איז 2200 פונט
1 CUP איז 8 אונץ
ן קווארט איז 32 אונץ
1 גאלאן איז 4 קווארט
און עס איז דא א באזונדערע סיסטעם
פאר גאלד זילבער און טעערע שטיינער TROY
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:27 pm
דורך ניק ניק
ווי קאמיש ס'הערט זיך איז די ענגליש (אלטע) רעכענען סיסטעם באקוועמער פארן מוח ווי די אלטוועלטליכע מעטריק סיסטעם, כאטש וואס די מעטריק סיסטעם גייט אויף א 0 10 100 1000 א א וו בעסיס און די ענגליש נישט, איך טראכט אפשר די סיבה ווייל די ענגליש סיסטעם איז געבויט אויפ פיזישע זאכן וואס מיר זעען און כאפן אן משא"כ מעטריק
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:43 pm
דורך קיקיון
ניק ניק האט געשריבן:ווי קאמיש ס'הערט זיך איז די ענגליש (אלטע) רעכענען סיסטעם באקוועמער פארן מוח ווי די אלטוועלטליכע מעטריק סיסטעם, כאטש וואס די מעטריק סיסטעם גייט אויף א 0 10 100 1000 א א וו בעסיס און די ענגליש נישט, איך טראכט אפשר די סיבה ווייל די ענגליש סיסטעם איז געבויט אויפ פיזישע זאכן וואס מיר זעען און כאפן אן משא"כ מעטריק
די איינציגע פיזישע זאכען וואס איך זע אויף די ליסט איז א פוס און א קאפ
באקוועמער פארן מוח
וועמעס ??
אטו ניק ניק כולי עלמא
ביסט חולק אויף די רעגירונג יר"ה ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:10 pm
דורך ניק ניק
א ודאי צו פארשטיין איז די מעטריק גרינגער, אבער למעשה פאר רוב מענטשן ווען וועסט זאגן פיס אינטשעס מייל עקער אונס פונט וועט ער אויף די סקונדע וויסן אין מוח וויפיל די מאס איז אין עקטשול, משא"כ ווען וועסט זאגן סענטימעטער דעסימעטער קילאמעטער מיליליטער קילאליטער א.א.וו. וועט ער דארפן א מינוט טראכטן וויפיל די מאס איז אויב נאך א מינוט וועט ער יא וויסן
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:18 pm
דורך קיקיון
ניק ניק האט געשריבן:א ודאי צו פארשטיין איז די מעטריק גרינגער, אבער למעשה פאר רוב מענטשן ווען וועסט זאגן פיס אינטשעס מייל עקער אונס פונט וועט ער אויף די סקונדע וויסן אין מוח וויפיל די מאס איז אין עקטשול, משא"כ ווען וועסט זאגן סענטימעטער דעסימעטער קילאמעטער מיליליטער קילאליטער א.א.וו. וועט ער דארפן א מינוט טראכטן וויפיל די מאס איז אויב נאך א מינוט וועט ער יא וויסן
א ודאי! רגילות! און עס וועט דויערען היפש ווען מען וועט עס סוף כל סוף איינפירען
צו ביים קויפען אלקאהאל מיט מעטקריק האט מען שוועריגקייטען?
די ווייסט אז א 1.5 ליטער פלעשעל וויין איז דיר גענוג אויף כך וכך
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:24 pm
דורך ניק ניק
למעשה איך קום פון קענעדע ווי מען ניצט מעטריק און דאך גלייך איך ענגליש.