בלאט 1 פון 7

תענית אשכול

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 9:46 am
דורך כא כא כא
אלע מיני אשכוללים איז שוין דא דא, אבער א סימפל תענית אשכול ווי מ'זאל קענען פלעין געבן א קלאפ אין ריקן און פרעגן 'ני וויזוי פאסטע היינט ?' איז נישטא
עפענען מיר אויף דאס אשכול און מ'בעט דערוילעם זאל אריינקומען העלפן שטיפן דעם טאג,
אינאיינוועגס קען מען אהער אריין ברענגען די אנדערע אשכולעסענס פון אויספאסטן.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 10:03 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
זאג, דו לאזט אפ מיין רוקן? וואס מאכסטו חוזק?!

די שוויגער האקט א סענדוויטש, און מיין מאגן וויינט!

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 10:41 am
דורך טריסקער
היינט פאסט זיך מיר זייער גרינג ב"ה (כרגיל אצלי), איך האב אויסגעטרינקן א האלבע באטל פלעיווארד וואסער איידערן עלות...

יעצט זעמיר ביזי אנגרייטן די עסן פארן אויספאסטן...

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 11:31 am
דורך כא כא כא
יאך פלעג זייער שווער פאסטן,ביז איך בין געוואר געווארן פון א פאודער וואס שעקלי קאמפ. געט ארויס ס'הייסט Performance און ב''ה ס'ארבעט אמעכאיע

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 11:37 am
דורך טראבל מעיקער
ברוך השם אינז זיצען אין עיר קאנדישען א גאנצע תענית... קען איך מיך נישט פארשטעלען וואס אונזערע זיידעס האבן געטוהן הונדערט יאר צוריק ביי אזא תענית.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 11:42 am
דורך טריסקער
טראבל מעיקער האט געשריבן:ברוך השם אינז זיצען אין עיר קאנדישען א גאנצע תענית... קען איך מיך נישט פארשטעלען וואס אונזערע זיידעס האבן געטוהן הונדערט יאר צוריק ביי אזא תענית.

כ'טוה גענוי ס'זעלבע! אין ליכט פון די ביטערע היצן אין א"י טרעט איך כמעט נישט ארויס פון דערהיים, איך זיץ אונטער א פיינע עי סי. צו מיין מזל האבעך א שטיבלעך צענטער גלייך נעבן מיין הויז און כ'בין איינמאל ארויס צו שחרית און נאך איינמאל וועלעך ארויסגיין צו מנחה מעריב.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 11:51 am
דורך רויט
קרעדיט: קול הציבור מאנסי

שבעה עשר בתמוז איז א טרויער – און א פאסט טאג צוליב פינף שלעכטע זאכן וואס האבן היינט פאסירט

1)נשתברו הלוחות. אין דעם טאג איז משה רבינו אראפגעקומען פונעם בארג מיט די לוחות
אין די הענט, ווען ער איז נאנט געקומען צום מחנה און געזען די עגל וואס די אידן האבן געמאכט, באלד
.זענען די אותיות אוועקגעפלויגן, און משה רבינו האט אראפגעלאזט די לוחות און עס האט זיך צובראכן

2) בוטל התמיד. אין די צייט פון חורבן בית ראשון האבן די גוים אויפגעבראכן די חומות אין
ט' תמוז, אבער אין בית המקדש האבן זיי נישט געקענט אריינקומען, וויבאלד די כהנים האבן זיך
.פארמויערט אינעווייניג ביז ז' באב
אבער שעפעלעך פאר די תמידים האט זיי געפעלט פון י"ג בתמוז, האבן זיי אונטערגעקויפט די
מיליטער וואס האבן באלאגערט, מ'האט זיי אראפגעלאזט געלט דורך קייטן און זיי האבן ארויפגעשיקט
כבשים, דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז י"ז בתמוז

3) הובקעה העיר. דאס האט פאסירט ביים חורבן בית שני ווען טיטוס און זיינע מיליטער האבן
אויפגעבראכן די שטאט. (לויט די ירושלמי ביים בית ראשון איז אויך אויפגעבראכן געווארן אום י"ז
בתמוז, לויט די אנדערע שיטות איז עס געווען ט' תמוז און מ'פאסט י"ז אויך פארדעם)

4) שרף אפוסטמוס את התורה. די פאסירונג ווערט געברענגט אין די משנה, עס איז אבער
נישט קלאר אין וועלכע תקופה דאס איז פארגעקומען. אין ירושלמי ווערט געברענט א מחלוקה ר' אחא
זאגט במעברות של לוד און די רבנן זאגן במעברות של טרלוסא
געוויסע אחרונים שטעלן דאס צי צו א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים נציב קומנוס פון רוים
דורך זיין גענעראל סטפנוס (לויט דעם האט מען פארטוישט בטעות זיין נאמען) דאס האט פאסירט
ווען רויבער זענען איבערגעפאלן די מיליטער, און סטנפוס האט געהייסן זוכן די רויבער'ס, אויך האט
ער באפוילן אפצושפארן אלע ארומיגע שטעטלעך וויבאלד זיי זענען נישט נאכגעלאפן די רויבער,
דעמאלט'ס האט איין סאלדאט געטראפן א ספר תורה און עס צוריסן און פארברענט, די אידן האבן
אויפגעציטערט פון דעם מעשה און תיכף געשיקט שליחים צום קעניג, דער נציב האט פארשטאנען אז
צוליב די גרויסע אויפברויז וועט זיך עס נישט ענדיגן גלאטיג, האט ער שנעל באפוילן צו הרג'נען דעם
סאלדאט און די אידן האבן זיך בארואיגט

5)הועמד צלם בהיכל. עס זענען דא מפרשים וואס זאגן אז דאס איז אויך פארגעקומען דורך
אפוסטמוס הרשע אינעם זעלבן טאג. אנדערע מפרשים זאגן שטעלן דאס צום צלם וואס מנשה המלך
האט אראפגעשטעלט אין היכל, דאס איז אויך פארגעקומען י"ז בתמוז.

יה"ר עס זאל נתהפך ווערן דעם טאג בקרוב נאך היינט לששון ולשמחה בביאת מלכא משיחא, אמן.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 12:17 pm
דורך כא כא כא
יישר כח רויט באטשי קורץ און גוט

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 12:20 pm
דורך כא כא כא
טראבל מעיקער האט געשריבן:ברוך השם אינז זיצען אין עיר קאנדישען א גאנצע תענית... קען איך מיך נישט פארשטעלען וואס אונזערע זיידעס האבן געטוהן הונדערט יאר צוריק ביי אזא תענית.

אוי זאגסטו גוט חסדי ה'
ביי אונזערע זיידעס איז אויך געווען זאזאנע היצן? ס'איז נאך נישט געווען דעמאלטס גלאבאל ווארמינג אדער פאריזער קלומאט

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 1:32 pm
דורך פטיש
ב"ה אין אר"י פאסט מען שוין אויס
פיין געפאסט

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 1:42 pm
דורך ביזן סוף
ווי קען דאס זיין סאיז נאך נישט געווען זמן רבינו תם ?

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 2:48 pm
דורך כא כא כא
די שייגאץ די וואס די ביסט די, איין ביסעלע קאווע פארגינט ער מיר נישט

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:03 pm
דורך יאצמעך
כא כא כא האט געשריבן:די שייגאץ די וואס די ביסט די, איין ביסעלע קאווע פארגינט ער מיר נישט

זאג, דו פאסט שווער?

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:04 pm
דורך לחם לשובע
איך האלט שוין 3 שטונדען נאכן אויספאסטן און איך האב שוין אפילו פארעגסן אז איך האב געפאסט, יעצט לעק איך א ביסל קאלטער אייס קרים און קרעכץ אויך די לב טהור אשכול וואס האט זיך אזוי פרי צייטיג פארשפארט...

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:13 pm
דורך ניס קראכער
לחם לשובע האט געשריבן:איך האלט שוין 3 שטונדען נאכן אויספאסטן און איך האב שוין אפילו פארעגסן אז איך האב געפאסט, יעצט לעק איך א ביסל קאלטער אייס קרים און קרעכץ אויך די לב טהור אשכול וואס האט זיך אזוי פרי צייטיג פארשפארט...

אנטשילדיגט דאס איז קעגן די תקנות דא...
היות רוב (?)שרייבער זענען מעבר לים טאר מען נישט מאכן הינגעריג
:wink: :wink:

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:21 pm
דורך ראפאט קראמפלי
איך וואלט געוואלט בעטן פון אלע וואס געפינען זיך אויף די אנדערע זייט אטלאנטיק זאלן שיינערהייט ביטע ארויסצוטרעטן פון דעם אשכול,
דא זיצן יודן וואס פאסטן און טרויערן אויפן חורבן, נישט אזאנע וואס זיצן יעצט און האקן קאָקאָש קעיק מיט ארענזש דזשאוס,
פארשטאנען??

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:27 pm
דורך לחם לשובע
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון אלע וואס געפינען זיך אויף די אנדערע זייט אטלאנטיק זאלן שיינערהייט ביטע ארויסצוטרעטן פון דעם אשכול,
דא זיצן יודן וואס פאסטן און טרויערן אויפן חורבן, נישט אזאנע וואס זיצן יעצט און האקן קאָקאָש קעיק מיט ארענזש דזשאוס,
פארשטאנען??

בל"נ, ווען אין וועל ענדיגען די אייס קאפי וועל איך גלייך ארויס טרעטן...

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 6:05 pm
דורך כא כא כא
ני פון די הונגעריגע ווער קען נאך העלפן שטיפן די לעצטע פאר שעה???
:cry: הונגעריג

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 7:21 pm
דורך קברנה סובניון
כא כא כא האט געשריבן:ני פון די הונגעריגע ווער קען נאך העלפן שטיפן די לעצטע פאר שעה???
:cry: הונגעריג

צרת רבים חצי נחמה
איך בין אויך הונגעריג.....
נאך אביסעלע און מ'גייט................................................. עסן!!!!

פארשפארט לב טהור אשכול

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 7:57 pm
דורך לייברערין
איך פאסט און איך ברויז פאר פארמאכן דעם בד"ה רב שלמה הלברנץ אשכול

ווי קען מען ארויסברענגען דאס מענטשליכע ווייטאג פון האלטן א שלייער אויף אומהאקלע טעמעס,

א' מחסידי אייוועל"ט

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 7:57 pm
דורך לייברערין
??

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 9:56 pm
דורך כא כא כא
עעעעננננננדדדדלללללייייייךךךךךךך[align=center][/align]

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:50 am
דורך טריסקער
דאס מאל פאסט איך אביסל שווער, איך האב שטארקע קאפוויי נאכן זיין נעכטן ביי א לוויה אין בני ברק אונטער א בראטנדע זוהן אין שווערע אומדערטרעגליכע היצן אויף אן אפענע פלאץ (אין א ביה"ח) פאר א משך פון 3 שעה!

איך האב טאקע געטרינקן פון מאל צו מאל, אבער מיט דעם אלעם איז דאס משפיע אויף מיין פאסטן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:53 pm
דורך כא כא כא
טריסקער האט געשריבן:דאס מאל פאסט איך אביסל שווער, איך האב שטארקע קאפוויי נאכן זיין נעכטן ביי א לוויה אין בני ברק אונטער א בראטנדע זוהן אין שווערע אומדערטרעגליכע היצן אויף אן אפענע פלאץ (אין א ביה"ח) פאר א משך פון 3 שעה!

איך האב טאקע געטרינקן פון מאל צו מאל, אבער מיט דעם אלעם איז דאס משפיע אויף מיין פאסטן.

שאא מ'טאר נישט רעדן פון קאפ ווייטאג, ווייל ווי נאר מ'רעדט פון דעם, דאכט זיך שוין אז מ'האט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:57 pm
דורך לחם לשובע
נאך וויינידער ווי א שעה, און דאס איז עס...
געווען ביטער הייס און שטארק טריקען היינט, און עס האט געמאכט זייער שווער דאס תענית...
מוועמיר נאר האפן אז איבער א יאר זענען ענק אלע דא אין אר"י פראווענען די יו"ט ת"ב...