בלאט 1 פון 1

צייטליך!!!!!!! צייטליך!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 4:40 pm
דורך לחיים ולברכה
וואו ביזטו???????????

כ'הער נישט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
העכער!!!!!!!!!!!!!!!!

דיין באלעבוס לאטעך נישט קומען אין קרעטשמע???????

זאגעם צו אז דו גייסט בעסער ארבייטן נאך א גלעזל!!!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 5:26 pm
דורך פאטאקי08
לאזעם צורו ער האט מיר געזאגט אז ביז ער טרעפט נישט קיין דירה סיי וואספארא גרויס אין וויליפעסט קומט ער נישט אריין אין קרעטשמע
שטער אים נישט פון זיכן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 11:30 pm
דורך שוועמל
איך האב געחלומ'ט אז ביי מיר אונטערן אויוון איז דא איינס...

זאל ער נאר אריבערקומען

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 1:29 pm
דורך זארעכפעפער
דעם אמת געזאגט, האב איך שוין נעכטן אין די היצן געוואלט אריינווארפן דא מיין ויצעקו. אבער, היינט ווען ס'שוין דאס צווייטע טאג נאכאנאנד אזא ניסן וועטער, האב איך באשלאסן, אז: "ניין"! דער ענין קען מער נישט ווארטן, כ'מוז ארויסקומען מיט א קול צעקה בריש חוצות.

אונזער קראספעדאנט מר. צייטליך, זאל זיך רוען, איז אונז אזוי שטילערהייט פארשוואונדן געווארן צו זיין רוה, און ווי דער שטייגער איז, בכל תפוצות הגולם, אז בעת עס ווערט נעלם א מיטגליד פון א קלאב טוען זיך די פארבליבענע מעמבער'ס צונעזאמען נעמען און מ'רעדט און מ'שמועסט זיך איבער די גוטע טאטן און מעשים טובים פונעם פארלוירענעם. ביי אונז אונגערישע אידן, ווי יעדע מאורע מוז בעל כרחך ווערן אריינגעפאסט צו עפעס א פסוק אדער א מאמר חכז"ל, ווערן אזוינע סארט פארברענגס ארונטערגעשמיסן צום פסוק אין מלאכי "איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק", אדער צום מאמר חכז"ל "אחד מבני החבורה" וכדומה, דער עיקר אז ס'נישט סתם עפעס א געשמועסעכטס, נאר דער שמועס איז גאר מיוסד אויף א פסוק.

הקיצור, איז אזוי, צייטליך איז נישט דא!
איבערצוגיין און ארויסצוברענגען וואס אלץ מיר האבן פארדינט בעת צייטליך איז נאך געווען מיט אונז, און ווער רעד נאך ארויסצוברענגען דעם גרויסער פארלוסט וואס מיר מעמבערס שפירן מיט דעם וואס ער איז נישט בתוכינו, איז דאך ממש נישט ארויסצוברענגען. און אז מ'טראכט אריין וועט מען אליין זען, אז דאס איז אי אפשר למפרט בשפוותא! ס'נישט מעגליך אפי' צו באשרייבן זיין פענע אדער זיינע רעיונות. זיין סענס אף הומאר איז דאך געווען א 1 אף עי קיינד. ער האט דאך פארמאגט א זעלטענער גוטער געשמאק און אראפצוגעבן אויפן פאפיר א ווערטל אדער אן אויסדריק, וואס ליינענדיג זיינע שריפטן האט זיך ממש געשפירט כאילו בעל המספר עומד לנגדיך וקולו נשמע..

און אז מ'זאגט אויף צייטליכ'ן כאילו עומד לנגדיך וקולו נשמע, און קוקנדיג אזוי אים אין פנים אריין וויאזוי ס'איז שפתותיו נוטפות, וחן ושחוק יצק על שפתיו, דארף מען שוין נישט מער גארנישט, יעדעס ווארט פון דא און ווייטער איז שוין איבעריג! אלעמאל א גוט ווערטל באגלייט מיט א שמייכל'דיגער הומאר, וואס דאס אליין ברענגט שוין אריין דעם מיטשמועסער אין אן אנדער אטמוספער און אין א גוטמוטיגער געפיל באגלייט מיט אן אויסגעגאסענעם שמייכל. ווער רעדט נאך – אוי, עס ווערט מיר גוט בלויז ווען איך דערמאן זיך נאר דערפון - פון זיינע לעצטערע מעשים טובים, וואס ער האט בטוב לבו זיך אונטערגענומען אונז אהערצושטעלן די נייעס איבער וועלכטליכע געשענישן. ס'לית מאן דפליג, אז אפי' זיינע קלאמפערשטע טריקענע באריכטן זענען געווען געשריבן אויף זיך צום באלעקן; זיינע אריינגעשווערצטע הומאריסטישע ווערטעלך און אויסדריקן, און זיין אופן הסיפור, האט דאך מיט זיך נאכגעברענגט א שמייכל געצווינגענערהייט... כמדומה, אז פארווער עס האט נאר אמאל געליינט אפי' א בלויזער תגובה פון צייטליכ'ן פארשטייט זייער גוט פון וואס איך רעד, מיין גאנצער דרשה איז פאר אים איבעריג. ומעת ש... חסרנו כל אלה... איי... וויי... וויי... (וויי וואו ביניך? א יא, אינמיטן א קרעטשמע שמועס איבער צייטליכ'ס פארלוסט. איי וויי... א וואו איז ער?).

מורי ורבותי! המעמבער אבד ואין איש שם על לב. מיר האבן פארלוירן א מעמבער, ואין מעמבער - און קיין שום מעמבער, איז ניטאמאל שם על לב אז מיר האבן דא פארלוירן דא נישט סתם אן אחד מבני המעמבערס, נאר אזוי איינעם ווי עס איז – "מר. צייטליך ירום הודו".

לאמיר זיך נאר מתבונן זיין און צוריק קומען צו אונזער פתיחה. עס זענען אין די לעצטע צוויי טאג אראפגעשיקט געווארן א מעסעדזש פון הימל צו אונז בני הקרעטשמע, נעמליך, דער גלאבאלער ווארמינג. צי האט איינער אפשר אריינגעטראכט על מה ולמה איז דאס געקומען? לאמיר זיך נאר אביסל מתבונן זיין און אביסל ארומשפאצירן בין כותלי קרעטשמעתינו, און א בליק טאן אויף אן אלט אבער אומפארגעסנע צייטליך חתימה, וועלעכע האט געלויטעט כזה:
גלאטבלאחלע וואטרמינג? נישט אין אחמעריקע!

יא, יא, כל זמן מ'האמיר אים געהאט בתוכינו, כל זמן ס'געווען צייטליך בתוקפו, האט ער זיך נישט געוואגט - דער גאור - אנצוגיין מיט זיינע נארישע סייענטיפישע שטותים. ס'איז ברור, אז נאר בלויז היינט צו טאגס, נאך וואס צייטליך איז נישט אפצוגעפונען, האט זיך דער גאור ערלויבט ארויסצוקריכן פון זיינע באהעלטעניש און אן דרייען אזויניגע מעשים. רבותים, זאגט איר אליין, איז דאס נישט א מעסעדזש פון הימל בכדי מיר זאלן זיך אויפוועקן פון אונזער טיפן שלאף, און שוין איינמאל פאר אלעמאל איינזען דעם אמת, אז:

"צייטליך איננו!" - צייטליך, צייטליך, קריך ארויס פון בעהעלטעניש און באווייז זיך צוריק צו אונז במלא יפיך והדרך.

און לאמיר טאקע האפן צום גרויסן טאג, ליום שכולו טוב, וואס עס וועט זיין צייטליך וסאכדעס יושבים, 'ועטותיהם' בידיהם. ויהי חלקינו עמהם!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 2:30 pm
דורך איך_הער
זארעכ, צו באקומען אזא הספד מוז איך פארלוירן ווערן פון דא? און אויב יא אויף ווי לאנג?

זארעכ, ביסט נאך אלץ גוט, פארפאלן, איך זעה אז ס'מוז נישט זיין פארוואלקענט דערצו, שכוח.

צייטליך, איך שטעל מיך צו צום אלקרעטשמעליכן רוף, איה צייטליך?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:18 pm
דורך מיללער
למעשה, דער אייבשטער שטראפט נישט מיט צוויי שטעקענעס פלעגט מיין באבע תחי' זאגן, כשצייטליך נופל פוילשער קם, מיר האבן באמת א ריפלעיסמענט אין די נייעס אגענטור.

אבער דאס איז ווייט נישט קיין תירוץ, מי יתן לנו תמורתו, זה כפרתו? צייטליך, וואט אר יו דאינג היער? דו ביסט נארמאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:24 pm
דורך יאנאש
צייטליך, וואו ביסטו טאקע? עטליסט קום אריין זאגן וואס דיין גורל איז.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:29 pm
דורך יגרסהדותא
צייטליך; הכי לזה יקרא שמו "צייטליך", אז ער זאל קענען אפטראגן באצייטנס? הער אויף מיט דיינע שטיקעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:38 pm
דורך לחיים ולברכה
כאגערעדט צונעם פריער, ער וועט 'אפשר' באלד אריינקומען אריינווארפן זיינע אפגעשפארטע צענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:45 pm
דורך איזאק
צייטליך הער אויף !!! ווי ביסטו ?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:46 pm
דורך יאנאש
מיר ווארטן מיר ווארטן.

אז ער קומט שוין אפשר ברענג ער מיט דעם אלטן בחור, עס איז לעטלי צרות מיט אים, קוים איין ארטיקל אין צוויי טאג, איי מין קאם אן, מיר ברויכן דיין גאזאלין.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:46 pm
דורך אנדי פעטיט
כאגערעדט צונעם פריער, ער וועט 'אפשר' באלד אריינקומען אריינווארפן זיינע אפגעשפארטע צענט.


זאל ער עט ליסט אריין ווארפען זיינע 2 צענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 4:28 pm
דורך abimlaibt
נו וואס עט טאקע זיין ? וואו קענער זיין אזא שפעיטע צייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 6:30 pm
דורך קרעמער
די מעשה מיט דעם צייטליך איז אומגעפער אזוי (שמעתי מפה קדשו): ער האט נישט לאנג צוריק געבעטן א העכערונג פונעם ארבעטס-געבער זיינעם, יענער - וויסנדיג זיין מעכטיגן ארבעט ביי דער ארבעט - האט באלד צוגעשטימט דערצו, אבער האט צוגעלייגט מיט א האלב מויל אז ער וויל נישט זיין קיין בוגי-מען (לשון קדשו) אבער ער דרייט זיך עפעס צופיל אויפן אינטערנעט (רח"ל).

מני אז והלאה, האט צייטליך נישט איבערגעטרעטן אונזער שוועל, על אפו ועל חמתו. ער זאגט אבער אז עס איז נישט קיין פולשטענדיגע גוד-ביי ח"ו, נאר ער וועט זיך דרייען דא בבחינת נכנס ויוצא.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 6:51 pm
דורך צייטליך
uutx ayhhy st ?, נאח, וויאזוי טייפט מען אידיש ? כ'האב שוין פארגעסן, אה, ס'גייט שוין צו פארבעסערונג, גוט, אזוי, אביסל אויסטשאטכענען די נערווען, אהינציר ריקן דאס בענקעל, ארויסציער-ריקן דעם קיבאורד, אויסגראדן דעם ריקן און הילך, געגאנגען!

(יצחק, גיב א קוק, ער איז דא, יא, צייטליך איז דא, הערסט מושי, צייטליך איז דא, אזוי ווי די הערסט , יא)


קלאפ...קלאפ...קלאפ....ששששששאאאאאאא....

מורי ורבותי, אחי ורעי, דוד המלך זאגט אין תהילים, (וויאזוי האט נאר זארעכ אנגעהויבן, יא,) "עמו אנכי בצרה", מיט דעם פסוק וויל איך דא באגריסן מיינע טייערע ברודער, חברים און מעמבערס פון אט דעם מקום היימישע קרעטשמע,

דער עצם געדאנק אז צייטליך איז נעבעך נישטא אין די טעג געהעריג איז - גלייבצמיר - א שווערע דורכגאגנג פאר מיר, פאר ענק ווייסיך נישט, בעסער געזאגט, איך ווייס יא, איר האט דאך אלע געשריבן, נו, וואס מאכסטו מעשיות, אבער פאר מיך זעלבסט איז דאס זייער א שווערער דורכגאנג, לחיים ברענג מיר א טישאט... ( איך קוק שוין באלד אויס ווי רעבעצין קלינטאן אין ניו העמפשור...)איך האב באמת נישט געגלייבט וואס די קרעטשמע קען מיט א מענטש טוען,

אין די לעצטע יאר, (אביסל מער אפשר, מיין זכרון איז נאך דארט ווי איך בין א גאנצן טאג, ער האט נאכנישט קיין צייט צירוק ציקומען קוקט אויס) יעדן איינציגן טאג ווען איך בין אריינגעקימען אינדערפרי אין אפיס און אנגעצינדן דעם קאמפיוטער זעמער באלד געגאנגען אין קרעטשמע לראות את שלום הקרעטשמע ומה יעשה בה, געקוקט יעדער תגובה, נישט ממש יעדע, דא איז טאקע די צייט אפשר זיך מודה ומתודה זיין אז אין די שטיבלעך ווי 'היכל יאנאש' 'אוצר' און נאך אזאלעכע פלעצער האביך נישט דורכגעליינט מיט אינטרעס יעדער תגובה, קאן זיין אז פאר דעם גאר איז מיר געקימען יעצט דעם שטראף פון פארבלייבן אויסגעשפארט פון קרעטשמע עטליכע טעג און אזש וואכן פון קרעטשמע, מי יודע, בציקער, צירוק צום ענין, האמער יעדן אינדערפרי דורכגעליינט אלע תגיבות, און ווי ס'איז געווען פלאץ האמער מגיב געווען כנהוג,

ס'איז דורך א שעה אין די ארבייט, אריין אין קרעטשמע אריין, ווער האט עפעס צוגעלייגט, ווער האט געשריבן אן ארטיקל, און אזוי איז עס אנגעגאנגן א גאנצן טאג, ווען עס איז געווען א סעקונדעלע ליידיג, אריין קרעטשמע, נאך אן אשכול איז אראנדזש, לאמיר זעהן וואטדאט טיצעך,

פארן אהיים גיין אויפדערנאכט האט זיך אלעס איבער'חזר'ט, אריין אין קרעטשמע, ווער האט עפעס צו זאגן, וואס האב איך צו זאגן אא"וו, און אפט מאל האטמער געמאכט "חזרה" אויף מ'האט היינט געלערנט אין קרעטשמע, צו ווען ס'האט זיך געמאכט אז מ'איז געפארן צו די עלטערען אויף שבת איז מען אין די ערשטע מעכגליכקייט צוגעלאפן צום קאמפיוטער א בליק טוען אויב איז דא עפעס גוטע פרישע סחורה, און אזוי ביניך שוין געוויאוינט, מ'קען זאאאאגן, א קיייייייימא לן פפפפפון .....נא, (וואסא חילוק, כ'האב סייווי נישט געלערנט אין סענדז סטריט,) עטליכע מאל מער, וויפיל עס נעמט לויטן רבי רבי אלימלך זיך צוצוגעווינען צו א זאך,

איך קען עס נישט לייקענען, עס האט היפש אביסל געשטערט פון מיין ארבייט, אבער דאך, דאס האט מיך אויפגעלבט, יעדעס תגובה דא איז ווערט, און ווען עס קומט אזא פליצלינגע "שאטרט סטאחפ" (צו זעהן בילדער פון די שארט סטאפ גייט צו אידישע וועלט..) ברויך מען האבן עקסטערע כוחות דאס אויסצוהאלטן, ממש, יעדן טאג ווען איך קום ארין וויליך אריינגיין אהין, אינמיטן די ארבייט קלער איך פון קרעטשמע, איבערן טאג ווען עס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק טראכט איך צו מיר ווי איך בין אן אויסגעשפילטער מענטש, א פלאץ ווי מ'אז געוואוינט צו פארברענגען און אלעס גייט ווייטער אן, נאר מיט איין אויסנאם, איך האלט גארנישט מיט, ס'קען זיין אז אין די מינוטן האט איינער געשריבן א מעכטיגען ארטיקל, ס'גיסט דערפון עמערס יומער, מליצות, ווערטלעך און וויצן, אבער איך?, פה תשב, דא וועסטו זיצן, פארטיג, נישטא קיין קרעטשמע יעצט, יעצט ארבייט מען, איך ווייס נאר נישט וואס די חברה טוען, איך פארשטיי עס נישט, ווי האט ער מיר צייט צו הייסן טוען זאכן? איז ער דען נישט אין קרעטשמע?.. ס'מאכט סענט'ס?..

אהההה, איין מינוט, כ'האב פאגעסן צו זאגן די סיבה פון די שארט סטאפ, די סיבה איז זייער פשוט, די טאג אויף וואס איך האב שוין לאנג מורה געהאט איז ענדליך אנגעקימען און דער טייערער בעה"ב האט מיך צווויסן געטוען אז זיצן אויף דער אינטערנעט איבערן טאג איז נישט פאחרט פון מיין דזשאב, און...... ס'פעלט נאך אויס עפעס צו שרייבן?.. איך מיין אז נישט, ווי זאגט מאשקע: "קאמענטארן זענען שרעקעדיג" ודברי פי חכם חריין (קרעדיט: אויך מאשקע)

בקיצור, צו וואס וויליך דא צוקימען, יא, צום קרעשמע, איז אזוי, אה, מ'זעמער שוין דא, ס'איז מיר א גרויסער פארגעניגן צו זעהן ווי דער עולם אינטערעסירט זיך אין מיין לעבן, זאלט איר וויסן אז יבא יומו, האט האט, ס'וועט קומען א טאג און ער וועט אריינפרעגן אויפן טעלעפאון אינטערקאם, "צייטליך, וואס גייט פאר, וואס ביסטו נישט אין ארדענונג היינט?" איך וועל קוים קענען ענטפערען "יעך בבבין נאכנישט געעוון אין קרררעטשמע היינט!" וווווואואאאססססס ???!!!
וועט ער שרייען, (איך האף נאר אז אנדערע אידן וועלן נישט זיין דאן אין אפיס, אויב יא מיז איך שוין מאכן שטילער די ספיקער פון מיין טעלעפאון..) "דא האסטו" וועט ער גיבן א שריי, און אויפן סקרין וועל איך זעהן ווי ער שיקט מיר אויף טאלק א לינק צו א נארוואס געשריבענעם ארטיקל פון זארעכ'ן,

ווער לאכט דארט ?!.. יא יא, אזוי גייט עס אי"ה גיין ווען מיר וועלן אי"ה זיין די באטאטס, און מיר וועלן האבן אינטער זיך די ארבייטער, וואס פארשטייען זיי , די היינטיגע חברה, צו א שטיקל קרעטשמע זיכער נישט, וואס יא, וויייסעך אויך נישט, אבער ווער דארף עפעס אויב נישט דאס ?

א ריזיגען יישר כח פאר די אלע מגיבים דא, אנגעהויבן פארן בעה"ב פונעם אשכול ר' לחיים זאל געזינט זיין, וואס ער האט אינזין יעדעם איינעם, ווער עס קען אים ווייסט וואס ער איז, טא וואס פעלט נאך אויס צו זאגן, און פארשטייט זיך אן עקסטערען יישר כח פאר מורינו הרב רבי זארעכפעפער שליט"א, איך ברויך שוין גארנישט צולייגן, זיין תגובה רעדט שוין פון זיך אליין, (זארעכ, פארפאלן, איך קען מיט דיר נישט גיין אין קאמפעטישן, ס'איז דא גאר ווינציג אזעלעכע, צו וואס זאלעך מיך בכלל פלאגן) און די זעלבע זאך פון אום ולמטה בגדוש פאר אלע אנדערע מגיבים,

לידיעת הציבור, מיר האפן אי"ה צירוק צוקימען אהער נארמאל ביז עטליכע וואכן, (איך ווארן דער, זאג אום נישט אויס..)
*

יעצט נאכן שיקן דעם תגובה צום דרוק איז געקימען א מעלדונג אז קרעמער האט געשריבן עפעס, נאכן ליינען קרעמער'ס תגובה וויליך נאר באשטעטיגן אז ער איז פולשטענדיג גערעכט, ומעשה שהי' כך הי'.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 7:07 pm
דורך זארעכפעפער
צייטליך, שלום עליכם.

קודם, א נחמה פורתא האבעך שוין. פארוואס נאר פורתא? ווייל ליינענדיג דיין ארטיקל האב איך זיך דערמאנט פון דיינע גוטע צייטן, ווען דו פלעגסט מיר מאכן שמייכלען ליינענדיג דיינע זאפטיגע וויצן און אויסדריקן וכו'. נו, פארשטייסטו דאך אליין אז כ'האב אזוי געלאכט פאר טרויער ליינענדיג דיינע ווערטער; געלאכט האבעך, פונעם געשמאק וואס ליגט באהאלטן דערין, און טרויעריג בין איך געווען פונעם תוכן וואס דו שרייבסט, און אז מ'לאכט פאר טרויער איז דאס בלויז א נחמה פורתא... ווען כ'על מערצעשעם לאכן פאר די פריידיגע בשורה אז דו ביסט צוריק, דאן וועט מיר דאס זיין א נחמה שלמה.

וקורא אני עליך: חבל על דאבדין, אבער ומשתכחין. מ'האפמער דאך אז דו וועסט צוריק קומען בעגלא ובזמן קריב.

אבער, ס'פארט געווען א נחמה, מ'קען עס נישט אינגאנצן אוועק מאכן. קודם, מ'האמיר נאכאמאל די געלעגנהייט געהאט צו ליינען דיינס א גוטס, טאקע א טרויעריגס אבער פארט א גוטס. און דערנאך, לויט ווי דו זאגסט דאך וועסטו זיך דאך גאר אינגיכן אומקערן צו אונז אזוי ווי אין די געזונטע יארן, נו, בלייבט אונז נאר צו זיצן און ווארטן מיט געדולד.

כ'בעט דיך: זע אז מיין געדולד זאל נישט פלאצן!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 7:20 pm
דורך קרעמער
איך ווייס נישט אויב מיר וועלן אזוי אנווערן אויב זארעכ'ס עצבים זאלן מאכן א ויפלוץ...

אבער איך וואלט אויך גערן צוריקגעהאט צייטליך עמי בבית כמקדמת דנא, דיין ארטיקל ברענגט טאקע אויף אלטע עראינערונגען... זכרנו ימים מקדם, אזכרה ואהמיה, ואהימה מימים ימימה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 8:08 pm
דורך מאשקע
זארעכ, אילו לא באתי לבית המרזח אלא בשביל תגובתך, דיי!

צייטליך, ביזט זיסער ווי תמיד. אבער פליז, לאז אונז נישט נאכאמאל איבער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 8:16 pm
דורך יאנאש
ענטליסט ווייסמער וואס גייט פאר, איך האב שוין מורא געהאט אז ער איז אפגעפלויגן מיטן העליקאפטער אין מאנדרא.

נו עס איז דאך נאר א דורך גאנג, זאל עס אדורך גיין שנעלער ווי געפלאנט, ווי אר לוקינג פארווארד טו די דעי יו'ל בי פולי בעיק.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 9:11 pm
דורך איך_הער
צייטליך שכוח, (ווער ווייסט ווען ער גייטעס ליינען?)

אויסער דעם זאל דער פון אויבן העלפן, אז אלעס זאלדער אנקומען גרינג, יא אויך דאס טרעפן א דירה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 2:01 pm
דורך יענטאאש
וויין נישט צייטליכ'ל וויין נישט, וויש דיך אפ דיינע אויגעלעך, דריי זיך אויף די רעכטע זייט, דריי זיך אויף די לינקע זייט, און קוק וועם דו האסט די מערסטע.... פיינט. דיין באסס, יא?

הארכ'זשע אויס, ווייסטאך די קללה פון 'בזיעת אפיך תאכל קרעטשמע', חוץ 'די פוירטשענעט פיטו' (קרעדיט: היללערי קלינטאן) איז קיינער נישט זוכה צו זיצן בשלום ושלוה פאר לאנגע יארן אין איין צי דא אין די קרעטשמע, אסאך האבן שוין געליטן פון די קללה, און יעצט איז פשוט דיין רייע, ביקש צייטליך לישב בשלוה קפצה עליו רוגזה של בוגי מען, אבער וואס קען מען טאן... די מעלה דא איז אז ווי הרב מיללער האט שוין ארויסגעברענגט, כשזה נופל זה קם, דאס איז די טבעיות פון די קרעטשמע, דער גוטער באשעפער גרייט אלץ אן די אנטיבאיאטיק פאר די סטרעפלט, און אזוי באגיי מיר זיך דא.

דער עיקר טרייסט וואס איך קען דיר אבער געבן איז, אז פילע האבן שוין פונקט אזוי פרובירט זיך לגמרי אפצורייסן פון די קרעטשמע ולא עלתה בידם, אנדערע -ובתוכם איך- האבן שוין געסטראשעט אז דאס איז עס מיט זיי אין די קרעטשמע, אבער די קרעטשמע פייערל איז ווייזט אויס אלץ געבליבן טוליען אין הארץ און ווי נאר ס'איז געווען א שאנס האט זיי די קרעטשמע גראוויטי צוריקגעצויגן צום קרעטשמישקייט.

דאס זענען מיינע טרייסט ווערטער צו דיר צייטליך, און צו מיר יענטאאש, און צו אלע אנדערע קרעטמשע מיטגלידער, זארגט אייך נישט, ווי נאר צייטליך וועט צוריקקומען וועט א צווייטער גיין.... אאאאאפס, נישט דאס מיין איך, איך מיין צו זאגן אז צייטליך וועט נאך זיין צוריק פול פארס אי"ה.

הצלחה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 9:10 pm
דורך לחיים ולברכה
צייטליך, מילא דו, האסט געבעטן א רעיס. אבער וואס איז מיט 'אבי'? וואסערע רעכט האט ער צו אנטלויפן פון דאנעט? הא?

לאמיר צוזאמען אויסשרייען! אבי מ'לעבט, ווער אר יו?

אה, אפשר וועט ער שיקן זיין זוהן 'אבי מ'לעבטעלע'.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:52 pm
דורך abimlaibt
ב'ווייס נישט ווא.. דו ווילסט.
כ'בין געהעריג דא מיט פרישע וועש.