בלאט 2 פון 16

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2007 2:40 pm
דורך לחיים ולברכה
נאק נאק נאק, כ'קען אריינקומען? אה, דו ביזט עס? סאכדעס? אקעי.
כאדיר נאר געוואלט אנוואונטשן א גוטן חודש. ביי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2007 1:26 pm
דורך סאכדעס
כ'פריי זיך אפילו כאב באמערקט דיין אנוועזנהייט היינט. שערקויעך פאר די באזוך.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2007 2:12 pm
דורך איך_הער
איך האב מיך דערמאט פון דעם אשכול דוירך דרך אגב.

האטס מיר אלע א גוטן און געבענטשן חודש.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2007 2:33 pm
דורך דרך אגב
ווי איז די סעודה?

קוועליא שוין ניטא קיין תירוצים, אהער ,גארנישט זאל נישט פעלן.

כסעודת שלמה בשעתו.

מאשקע, שטעל אויס דעם טשעק. יעצט דארפסטו עס שוין דעקן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2007 3:12 pm
דורך מאשקע
איעך?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2007 6:58 pm
דורך דרך אגב
איא. פארשטייט זיך 50-50 זיך צעטיילן מיט יגר.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 9:10 pm
דורך קרעמער
א גוטן חודש מנחם אב, טייערע אידן.

איך זוך איינער זאל מיר מוציא זיין מיט יעלה-ויבא וואס כ'האב ליידער פארגעסן יעצט ביי מעריב, און די הלכה זאגט אז איך זאל נישט איבערדאווענען.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 9:21 pm
דורך cano
איך מיין אז דיין עצה איז זיך וואשען צו א סעודה. און ביי בהמ"ז משלום זיין די יעלה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 10:33 pm
דורך קרעמער
א סעודה וועל איך שוין היינט נאכט בדרך הטבע נישט עסן, און מארגן וועל איך שוין זאגן יעלה ויבוא ביי שחרית, בעפאר די ראש חודש סעודה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 10:34 pm
דורך איך_הער
א גוטן חודש א גוט יאר, זאל זיך שוין מערן שמחות ביז גאר.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 11:08 pm
דורך דרך אגב
אמן! ויה"ר שיתהפכו הימים האלה למועדים ולרגלים טובים.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 12:16 am
דורך 3x0
קרעמער,

איך גיי יעצט דאווענען מעריב, זאל איך דיר אינזין האבן?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 12:35 am
דורך דרך אגב
אב איז ר"ת אלול בא, רבותי, עס כאפט אן א ציטער. ווארטס נישט ביז דער מלך גייט אהיים,

און מיט בושות וועט ער פרעגן אי מלכא אנא, עד השתא....?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 7:43 am
דורך איך_הער
3x0 האט געשריבן:קרעמער,

איך גיי יעצט דאווענען מעריב, זאל איך דיר אינזין האבן?


פארוואס האסטו אפילו געפרעגט? ער האט דאך דאס קלאר געבעטן?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 8:43 am
דורך abimlaibt
א גוטן חודש, שוין געזאגט יעלה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 9:14 am
דורך צייטליך
א גוטן חודש,

ס'מקוה איז לוילעך היינט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 11:00 am
דורך קרעמער
יא, מען דארף געדענקן צו גיין אין די לוילעכע אדער קאלטע מקוה אין די ניין טעג, אזוי אויך איז נישט אויסגעהאלטן צו נעמען א פרישע מקוה האנטוך (אפשר איז גענוג אז מען ווישט דערמיט אפ די באנק בעפארן נוצן - אזוי האב איך געטאן)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 11:18 am
דורך יגרסהדותא
אדער, אויב ס'פלאץ איז זויבער, קען מען איינווישן די נאז דערין, און דערנאך ניצן.. יוי שוין בעסער אפצוווישן דאס פלאץ..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 11:25 am
דורך cano
העי, פא די נאז מעג מען יא ניצן א זויבערע האנטוך?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 10:08 pm
דורך קרעמער
למעשה האב איך דעם ראש חודש געזאגט 6 מאל יעלה ויבא, ווייל טראצדעם וואס איך האב ביי מעריב פארגעסן, האב איך ביי שחרית און מנחה געדאווענט פארן עמוד, ווי אויך זיך געוואשן 2 מאל צו ברויט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 10:10 pm
דורך איך_הער
האסטו שוין קרעדיט פארן נעקסטן ראש חודש מעריב.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 12:30 am
דורך דרך אגב
חחחחחחחא

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 11:41 am
דורך איך_הער
א גוטן און פרייליכן חודש.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2007 1:24 pm
דורך דארפסמאן
א גיטן חודש

און א פרייליכן חנוכה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2007 2:40 pm
דורך אלעקסיי
212 990 6713 האטליין זאגט אז מען טאר נישט זאגען א פרייליכען חנוכה, נאר א לעכטיגע חנוכה.