בלאט 1 פון 1
א חוצפה פון זארעכפעפער !
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 1:46 pm
דורך זילבערנע בעכער
מ'דארף דעם זארעכפעפערן צופיקסן איינמאל פאר אלעמאל !!
יעדעס מאל טוט ער עס, יעדעס מאל, עס גייט ארויס פון יעדן קאנטראל.
סאט דאך א שיעור וויפיל מ'קען ליידן פון עם.
איך שרייב אן ארטיקל, קומט ער צו גיין פון ערגעץ, און שרייבט אפ א שקויעך וואס שטעלט אין שאטן דאס ארטיקל זעלבסט...
אדרבה גיטס א קוק א יש"כ זיינע, בכמות ובאיכות.
ער טוט דאס פאר דוקא !!
ווער עס קען זאל פראבירן משפיע צו זיין אויף אים אז ער זאל דאס אנהאלטן.
זיינס א יישר כח איז מחיה נפשות.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 1:57 pm
דורך קרעמער
גוט געזאגט זילבערנע-בעכער!
זיינע יישר-כח'ס זענען פילייכט די בענדלעך וואס שלעפן צוריק אזעלכע זעלטן גוטע שרייבער ווי אייך.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 2:20 pm
דורך סאכדעס
זילבי, קרעמער האט שוין קאמענטירט, און איך אגרי מיט הים אן דיס וואן.
אגב, וויאזוי מאכסטו די אויבערשטרעכלעך: ' דיינע אויבערשטרעכלעך זענען ענגלישע? אלעמאל פארדרייעט זיך עס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 6:02 pm
דורך אלטעבחורל
זילבי, וואסזאכאייך זאגן, 'נישטטא וואס צו זאחגן!
איך בין געווען אויפן וועג צו שרייבן דער ארטיקל שוין פאר וואכן זינט איך בין אריינגעפאלן דא,
איך זוך נאך אלס א וועג וויאזוי צו צוריקגעבן דעם זארעכן
מען ארבעט שווער מען שטעלט אהער אן ארטיקל.
און קומט דער 'זארעכ' און ער שניידט אריין מיט א שכח'ל, א שכח'ל?
וואאאאס??
א גוטס געט ער, אבער עס לייגט אוועק דעי גאנצע ארטיקל, דער עולם כאפט ניטאמאל.
ער באגיסט יעדן מיט א גוטן געפיל, און ער געט די סעטיספעקשאן פאר א מענטש.
און דאס מאכט אז יעדער זאל וועלן, און טאקע ווייטער שרייבן..
ער מיט זיינע מליצות'דיגער גוט שטארק אנגעפאקטע 'שכח ככחו דמי'. ד.מ. ער לייגט אריין זיין פלייס אינעם 'שכח'
'זילבער'-מאן! איך בין מיט דיר אויף ווייטער! און פארקערט זאל נאר זארעכ'ל אנגיין מיט זיינע פדיון שבויים, כמיין פדיון ארטיקלן...
ער קען מיט זיינס א 'פעפער'דיג ווערטל-חיזוק' ארויפטרייבן אן אשכול!
ביי די וועי אז מרעדט שוין וואלט איך דא געוואלט דערמאנען איינעם ערעב יענטאאש מיט ר יאנאש..., וואס זיי געבן אויך געפערליך אסאך צו און מיינע אויגן.
הוי ווער רעדט נאך פון ר' מאשקע'ניו. אךךך ווי פארפאר איך דא? מען קעם פון דעם עפענען אן עקסטערן ארטיקל,(מען וועט העכסענס אויסארבעטן אז די פראגראם וועט אלעס קאווערן, די שארטיקל מיט די שכח'ס)
אבער יענטאששש?? אההה דאן מוז איך עפענען א נייער אשכול אים אויסצושמייסן... קען איך דען? איך וועל בלייבן מיט מיין צונג אינדרויסן אזוי ווי יענטאאש ווייזט אויפן בילד.
צוריק צו זארכע מיט קרעמער!
משוגע? איך על עפעס אויסלאזן קרעמער מיט זיין שותף יגר, נאכדערצו ווען עס איז געמישט מיט א מיללער'דיגו תורה?
זיכער אז נישט !
ניין איך בין אין 'צייטליך' אויך אנגעוויזן!
נאר וואדען, איך מוז עפעס לאזן פאר 'איך הער'.. אז ניטש וועט ער ווייטער זיין ברוגז.
הקיצור. לאקשן א ברעט, און טרעט אויף איזאק. זייטס מיר 'לחיים ולברכה'
א גרופע מיט יודן וואס געבן חיזוק!!
יהא כזארעכ וכקרעמער ומאשקע ביענטאאש וכו' ושמאולי'!
אנדי!! קאווער מיך וואס איך האב פארגעסן!
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 11:15 pm
דורך מרן אדמו"ר
דער גביע כסף איז גערעכט דער זרעך האלט מיך ביזי אסאך מער ווי דער ארטיקעל אליין
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 12:17 pm
דורך וואס
זילבי, גיב א שמיר אריין נאך אן ארטיקל סאל גיין א רויעך, אביסל אויפלעבן די זאך דא, מסכים ?