שמועס וועגן גייסטישע מחלות (קעפל געטוישט)

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זאכליך האט געשריבן:צום קעפל. יא.

קענסט אפשר זאגן אז ער טאר נישט ווערן אראפגעקוקט, אבער ער איז נאכאלץ משוגע.

די דעפענישאן פון משוגע איז אז די קעמיקאלן אינעם גייסטישען צוזאמשטעל פונעם מענטש זענען ל"ע אומבאלאנסירט.

שומו שמים פאר אזא תגובה!
(סתם, שטעכן אידן מיט א שטימפיג מעסער).

זאל דיר הקב"ה שומר ומציל זיין זאלסט קיינמאל - 'קיינמאל!' - דארפן איבערטראכטען דיין יעצטיגע תגובה און באוויינען די גרויזאמקייט פון דיינע ווערטער.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח פאר די ברכה. אי"ה זאלסטו אויך קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו די זאכן.

וואס דען איז די אפטייטש פון משוגע?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

זאכליך האט געשריבן:צום קעפל. יא.

קענסט אפשר זאגן אז ער טאר נישט ווערן אראפגעקוקט, אבער ער איז נאכאלץ משוגע.

די דעפענישאן פון משוגע איז אז די קעמיקאלן אינעם גייסטישען צוזאמשטעל פונעם מענטש זענען ל"ע אומבאלאנסירט.

האסט געמאכט איין גרויסע קוגל פון אלע נפשתדיגע קרענק
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח פאר די ברכה. אי"ה זאלסטו אויך קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו די זאכן.

וואס דען איז די אפטייטש פון משוגע?

געדאנק 47
-לאזער-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זאכליך האט געשריבן:וואס דען איז די אפטייטש פון משוגע?

"משוגע" - איז דאס וואס מען רופט אן איינעם "ער פירט זיך אויף ווי א משוגע'נער". א "שוטה". אין ענגליש איז עס די ווארט "insane".

דא איז די נושא פון מענטשען וואס זענען נארמאלע, קלוגע, באזעסענע מענטשען! בעלי דעת, תלמידי חכמים, כלל טוער וועלכע האבן פחדים. פאניק אטאקעס. ענקזייעטי. דיפרעשאן. או סי די. עי די די. וכדו. זיי זענען נישט "משוגע"! זיי זענען נישט "Insane"! זיי זענען נישט "צודרייט"! אים גא-טס ווילען.

אטא דאס הייסט "חולי נפש". דער מענטש האט א "מחלה" בנפשו, נישט אנדערש ווי דער וואס האט א מחלה בגופו.
איז איינער וואס האט א געוואוקס אין מוח ל"ע 'משוגע' ווייל די 'מוח' איז אינוואלווד אין די מחלה?! אודאי אז נישט.
סעים הער.

דער רמב"ם גופא האט דאך שוין דאס געזאגט ברוח קדשו. יש חולי הגוף ויש חולי הנפש. ס'איז נישט קיין נייע ערשיינונג.

צא זאגן אז אזא איינער איז "משוגע", איז ווי צו זאגן אז ער איז נישט אנדערש ווי דער ואס דרייט זיך אויף די גאסן און..... (פיל אין די בלענק). רח"ל מהאי דעתא.
(אויף ענגליש הייסט עס א "illness" - א 'שוואכקייט'. 'שפירט זיך נישט גוט'. נישט קיין "צודרייטער").
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זאכליך האט געשריבן:צום קעפל. יא.

קענסט אפשר זאגן אז ער טאר נישט ווערן אראפגעקוקט, אבער ער איז נאכאלץ משוגע.

די דעפענישאן פון משוגע איז אז די קעמיקאלן אינעם גייסטישען צוזאמשטעל פונעם מענטש זענען ל"ע אומבאלאנסירט.

די גייסטישע צוזאמשטעל פון א מענטש ווערט באלאנסירט לויט די וועג וויאזוי ער האט זיך אויסגעלערנט ווען ס'געשעהט וואס. דאס הייסט אז א מענטשנס געדאנקען גאנג ארבעט אלעמאל נארמאל און לאגיש.

ווען א אויג זעהט נישט געהעריג קענסטו זאגן אז די פאר מענטשן זענען אנדערש ווי רוב, אבער כמעט אלע וואס מ'רופט היינט חולי נפש, איז עס דוקא ווייל דער מח ארבעט אזוי ווי גאט ב"ה האט באפוילן. דאס הייסט אלע געדאנקען ארבעטן די זעלבע לאגיש און נארמאל.

למשל לאמיר זאגן א סאלדאט אין מיליטער, וועט האבן ענגזייעטי, ווייל ס'דא פארוואס, איז ער נישט משוגע אויב ער נעמט מעדיקעשאן, אזוי אויך איינער וואס האט ענגזייעטי קענסטו נישט זאגן אז ס'דא עפעס וואס ארבעט שלא לפי הסדר. אלעס ארבעט פיין ב"ה, נאר דער מענטש איז אין א מלחמה זאנע, אבער נישט ווייל עפעס קעמיקאלן זענען נישט אין ארדענונג, (אוודאי האט עס צום סוף אן השפעה אויף די קעמיקאלן) נאר ווייל ער מיינט אז אזוי דארף מען טון.

א הדס שוטה קענסטו נישט צוריק מאכן נארמאל, אבער א מענטש וואס האט דיעות וואס דארף ווערן אפדעטעד, איז נארמאל, אויב וואלט ער געווען משוגע, וויאזוי איז שייך אים צו מאכן נארמאל. און ס'איז אלעמאל שייך, צו שטייגן און צו וואקסן אגאנצן לעבן.
משה בער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בער »

שמאטע האט געשריבן:
אטא דאס הייסט "חולי נפש". דער מענטש האט א "מחלה" בנפשו, נישט אנדערש ווי דער וואס האט א מחלה בגופו.
איז איינער וואס האט א געוואוקס אין מוח ל"ע 'משוגע' ווייל די 'מוח' איז אינוואלווד אין די מחלה?! אודאי אז נישט.
סעים הער.
.

עקזעקטלי, ווען איינער האט אלצהיימערס רח"ל מיינט נאכנישט אז ער איז 'משוגע'
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

ממש אזוי האט געשריבן:צוויי פראגעס

וואס מיינט דאס משוגע????

ווער מאכט אפ וואס ס'מיינט משוגע?????

ביי דעם כינעזער, מיינט רעדן רואיג משוגע, און ביים ניו יארקער מיינט רעדן רואיג: עפעס איז ראנג מיט יענעם. אין בארא פארק מיינט גריסן 'גוט שבת' פאר א סטרעינדזשער משוגע, אינדערצייט וואס אין ווילימאסבורג ווענדט זיך וועמען איר גריסט; א דענעלי סמארטפאן מענטש אדער אן ערליכן אנשטענדיגן בעל בית.

אויב איינער ברויך צוקומען צו נעמען מעדיצין פאר זיין גייסטישע געזונט, און ער נעמט דאס, וואס איז די פראגע? אויב ער איז משוגע? פארוואס זאל ער זיין משוגע? ער איז זייער אויפריכטיג מיט זיין מצב.
איז אפשר מיינט איר צו פרעגן אויב דאס אז ער האט דעפרעסיע מאכט אים משוגע? אדער דאס וואס ער ליידט פון אויסידי איז ער משוגע?

איינער וואס האט א קראנקהייט איז משוגע?

און בכלל וואו פונקטליך איז עס נוגע צו ער איז משוגע?

שידוכים? מען קוקט נישט אויב יענער איז משוגע, מען קוקט אויף זיינע מידות אויף זיינע מעגליכקייטן ארויסצוקריכן פון די קראנקהייט, מען קוקט אויב ער איז שוין היינט געזונט.

דאס אריינלייגן אין פרעים, קאטאגאזירן, און באשליסן אן איין ווארטיגע הגדרה 'משוגע' אויף דער וואס נעמט מעדיצין, איז אויב איך מעג אנרופן א שלעכטיקייט. עס איז אן אלט פארצייטישקייט צו משפט'ן יענעם. דער הייליגער ווארקער רבי זי''ע האט אמאל געזאגט וואס איז די לפנים משורת הדין פון הוי דן לכף זכות, אז מען זאל בכלל נישט דן זיין!!

ממילא פארשטיי איך נישט מיינע הארן, צואוואס קראצט איר זיך די שטערן אויף עפעס וואס איז נישט נוגע. איר ווילט זיך צונויף שמועסן אין דעם נושא, געזונטערהייט, אבער פליז אויף זאכן וואס זענען אביסל און נאר אביסל מער 'למעשה'דיג גערעדט אדער וואס מען קען האבן נוצן דערפון.

מיט פארשטאנד

איך האב געמאכט א עקסטרעמען קעפל אויפציוועקן דעם עולם צום מציאות אז עס איז ליידער דא מענטשען וואס האלטן אזוי עיין לקמי'
זאכליך האט געשריבן:צום קעפל. יא.

קענסט אפשר זאגן אז ער טאר נישט ווערן אראפגעקוקט, אבער ער איז נאכאלץ משוגע.

די דעפענישאן פון משוגע איז אז די קעמיקאלן אינעם גייסטישען צוזאמשטעל פונעם מענטש זענען ל"ע אומבאלאנסירט.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

זאכליך איי עם דיסעפוינטעד. סאררי
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויב איינער האט די קוראזש דאס צו שרייבן, מוז זיין אז ס'נאך פאראן נאך אסאך אזוינע בתוכינו וואס טראכטן אזוי. דעיס איז סעד.

איך קען שרייבן אגאנצע נאכט, באט איין פוינט: עס איז דא 3 מאל אזויפיל ענקזייעטי ליידנדע ביי "נארמאלע" ווי ביי משוגעים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Wow איך כאפ דא קלעפ פון אלע זייטן (פאבליק, אישי). וועלמיר באלד זיך פרובירן צו דיפענדען...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ממש אזוי האט געשריבן:צוויי פראגעס

וואס מיינט דאס משוגע????

ווער מאכט אפ וואס ס'מיינט משוגע?????

ביי דעם כינעזער, מיינט רעדן רואיג משוגע, און ביים ניו יארקער מיינט רעדן רואיג: עפעס איז ראנג מיט יענעם. אין בארא פארק מיינט גריסן 'גוט שבת' פאר א סטרעינדזשער משוגע, אינדערצייט וואס אין ווילימאסבורג ווענדט זיך וועמען איר גריסט; א דענעלי סמארטפאן מענטש אדער אן ערליכן אנשטענדיגן בעל בית.

אויב איינער ברויך צוקומען צו נעמען מעדיצין פאר זיין גייסטישע געזונט, און ער נעמט דאס, וואס איז די פראגע? אויב ער איז משוגע? פארוואס זאל ער זיין משוגע? ער איז זייער אויפריכטיג מיט זיין מצב.
איז אפשר מיינט איר צו פרעגן אויב דאס אז ער האט דעפרעסיע מאכט אים משוגע? אדער דאס וואס ער ליידט פון אויסידי איז ער משוגע?

איינער וואס האט א קראנקהייט איז משוגע?

און בכלל וואו פונקטליך איז עס נוגע צו ער איז משוגע?

שידוכים? מען קוקט נישט אויב יענער איז משוגע, מען קוקט אויף זיינע מידות אויף זיינע מעגליכקייטן ארויסצוקריכן פון די קראנקהייט, מען קוקט אויב ער איז שוין היינט געזונט.

דאס אריינלייגן אין פרעים, קאטאגאזירן, און באשליסן אן איין ווארטיגע הגדרה 'משוגע' אויף דער וואס נעמט מעדיצין, איז אויב איך מעג אנרופן א שלעכטיקייט. עס איז אן אלט פארצייטישקייט צו משפט'ן יענעם. דער הייליגער ווארקער רבי זי''ע האט אמאל געזאגט וואס איז די לפנים משורת הדין פון הוי דן לכף זכות, אז מען זאל בכלל נישט דן זיין!!

ממילא פארשטיי איך נישט מיינע הארן, צואוואס קראצט איר זיך די שטערן אויף עפעס וואס איז נישט נוגע. איר ווילט זיך צונויף שמועסן אין דעם נושא, געזונטערהייט, אבער פליז אויף זאכן וואס זענען אביסל און נאר אביסל מער 'למעשה'דיג גערעדט אדער וואס מען קען האבן נוצן דערפון.

מיט פארשטאנד

וואס מיינט סמארטפאון דענעלי מענטש?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

נחום וואהלינער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:ב"ה כהיום איז דא א שטארקע אויפוואכאונג אין די נושא פון מענטל העלף ביים חרדישען ציבור, אין איינער וואס נעמט פילן פאר OCD ADHD DISPERSION ANXIETY וכדומה איז בכלל נישט אראפ געקוקט כלפי אמאל, פארקערט די וואס דארפן עס אין נעמען עס נישט זיי זענען די אראפ געקוקטע.

אמאל ווען ס'איז געקומען צו א שידוך אין מ'האט געהערט אז ער/זי נעמט פילן איז שוין נישט גיווען פון וואס צו רעדן,

כהיום גארנישט !! געטוישט
עס איז זייער א ווייטאגליכער טעמע, אבער וויפיל מער אויפוואכונג ס'דא אז אידן זאלן נעמען פיעלן, איז דאס ביי שידוכים נאך אלץ זייער א גרויסער פראבלעם.

היינט וועט מען זיך נישט אזוי שנעל גט'ן אז מ'געפונט אויס אז די מאן/ווייב איז אויף פילן [פארשטייט זיך וען ס'העלפט און מ'ארבעט מיט] ווי פאר 10-15 יאר צוריק.
פארקערט אסאך וואלטן זיך געפריידט אז די צווייטער זאל שוין נעמען וואס ער/זי דארף....

וואו קען מען זעהן סטאטיסטיקס בנושא?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

שנאפס האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:צוויי פראגעס

וואס מיינט דאס משוגע????

ווער מאכט אפ וואס ס'מיינט משוגע?????

ביי דעם כינעזער, מיינט רעדן רואיג משוגע, און ביים ניו יארקער מיינט רעדן רואיג: עפעס איז ראנג מיט יענעם. אין בארא פארק מיינט גריסן 'גוט שבת' פאר א סטרעינדזשער משוגע, אינדערצייט וואס אין ווילימאסבורג ווענדט זיך וועמען איר גריסט; א דענעלי סמארטפאן מענטש אדער אן ערליכן אנשטענדיגן בעל בית.

אויב איינער ברויך צוקומען צו נעמען מעדיצין פאר זיין גייסטישע געזונט, און ער נעמט דאס, וואס איז די פראגע? אויב ער איז משוגע? פארוואס זאל ער זיין משוגע? ער איז זייער אויפריכטיג מיט זיין מצב.
איז אפשר מיינט איר צו פרעגן אויב דאס אז ער האט דעפרעסיע מאכט אים משוגע? אדער דאס וואס ער ליידט פון אויסידי איז ער משוגע?

איינער וואס האט א קראנקהייט איז משוגע?

און בכלל וואו פונקטליך איז עס נוגע צו ער איז משוגע?

שידוכים? מען קוקט נישט אויב יענער איז משוגע, מען קוקט אויף זיינע מידות אויף זיינע מעגליכקייטן ארויסצוקריכן פון די קראנקהייט, מען קוקט אויב ער איז שוין היינט געזונט.

דאס אריינלייגן אין פרעים, קאטאגאזירן, און באשליסן אן איין ווארטיגע הגדרה 'משוגע' אויף דער וואס נעמט מעדיצין, איז אויב איך מעג אנרופן א שלעכטיקייט. עס איז אן אלט פארצייטישקייט צו משפט'ן יענעם. דער הייליגער ווארקער רבי זי''ע האט אמאל געזאגט וואס איז די לפנים משורת הדין פון הוי דן לכף זכות, אז מען זאל בכלל נישט דן זיין!!

ממילא פארשטיי איך נישט מיינע הארן, צואוואס קראצט איר זיך די שטערן אויף עפעס וואס איז נישט נוגע. איר ווילט זיך צונויף שמועסן אין דעם נושא, געזונטערהייט, אבער פליז אויף זאכן וואס זענען אביסל און נאר אביסל מער 'למעשה'דיג גערעדט אדער וואס מען קען האבן נוצן דערפון.

מיט פארשטאנד

וואס מיינט סמארטפאון דענעלי מענטש?

אן אויסדרוק אויף מענטשן וואס איז פאר זיי שווער צו גריסן אנדערע. ס׳איז א ווארט אין איטאליעניש. כ׳האב געמיינט אז דו פארשטייסט עס
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אה כ'האב געמיינט האסט אריינגעלייגט מענטשן אין א פרעים און קאטאגאריזירט, און דערנאך געשריבן דערקעגן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

שנאפס האט געשריבן:אה כ'האב געמיינט האסט אריינגעלייגט מענטשן אין א פרעים און קאטאגאריזירט, און דערנאך געשריבן דערקעגן

נא, וואס עפעס. לחיים נאדיר א שנאפס
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וואס הייסט וואס עפעס, ליין איבער און זאג מיר צו כ'בין משוגע ל"ע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זאכליך זאגט נאך וואס וויקי באצייכענט די ווארט "משוגע"
המונחים "משוגע" ו"שיגעון" הם מונחים עתיקים, הקיימים אלפי שנים (מתקופת המקרא, יוון העתיקה ועוד), אך כינוי זה על השלכותיו התרבותיות בשפות שונות, מוכר כיום כאמירה שטחית, ואינו בגדר אבחנה רפואית. הרפואה המודרנית נמנעת כיום משימוש במונח זה, ומשתמשת במקומו במושגים מחלת נפש או הפרעה נפשית;
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

שנאפס האט געשריבן:וואס הייסט וואס עפעס, ליין איבער און זאג מיר צו כ'בין משוגע ל"ע

ביסט גערעכט. השתגעתי
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

רצון טוב האט געשריבן:זאכליך זאגט נאך וואס וויקי באצייכענט די ווארט "משוגע"
המונחים "משוגע" ו"שיגעון" הם מונחים עתיקים, הקיימים אלפי שנים (מתקופת המקרא, יוון העתיקה ועוד), אך כינוי זה על השלכותיו התרבותיות בשפות שונות, מוכר כיום כאמירה שטחית, ואינו בגדר אבחנה רפואית. הרפואה המודרנית נמנעת כיום משימוש במונח זה, ומשתמשת במקומו במושגים מחלת נפש או הפרעה נפשית;

וויקי זאגט אז עס איז אמירה שטחית. זאכליך האט נישט געסאונדט אזוי שטחי, ער האט עס געמיינט מיטן גאנצען ערענסטקייט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ממש אזוי האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:זאכליך זאגט נאך וואס וויקי באצייכענט די ווארט "משוגע"
המונחים "משוגע" ו"שיגעון" הם מונחים עתיקים, הקיימים אלפי שנים (מתקופת המקרא, יוון העתיקה ועוד), אך כינוי זה על השלכותיו התרבותיות בשפות שונות, מוכר כיום כאמירה שטחית, ואינו בגדר אבחנה רפואית. הרפואה המודרנית נמנעת כיום משימוש במונח זה, ומשתמשת במקומו במושגים מחלת נפש או הפרעה נפשית;

וויקי זאגט אז עס איז אמירה שטחית. זאכליך האט נישט געסאונדט אזוי שטחי, ער האט עס געמיינט מיטן גאנצען ערענסטקייט

וויקי זאגט די מאדערנע ניצן נייע ווערטער ווי חולי הנפש/מעדעצין וכו' פאר די וואס מען האט אמאל באטיטלט מ....
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

צ/ק
קלאר אז נישט!

דעטאלן איז נישט אינטערעסאנט,
זוכט איר דוי?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

איך וויל קלארשטעלן אז איך בארעכטיג בכלל נישט די מענטשן וואס ווילן נישט נעמען מעדיצינען פאר חולי הנפש, אדרבא, איינער וואס איז געווארן ראקעמענדירט דורך א מומחה צו נעמען מעדיצינען זאל נעמען און ער דארף נעמען. און אויב וועט ער נישט נעמען איז ער עתיד ליתן את הדין פאר זיין נשמה, זיין ווייב'ס זיינע קינדער און אלע ארום אים.

דער וואס נעמט נישט ווייל ער האט מורא פון מה יאמרו הבריות איז גארנישט בעסער ווי דער וואס האט זיך צובראכן די פיס און ער וויל נישט קיין מיט קראטשעס ווייל ער שעמט זיך.
אדרבא ער איז סאך ערגער. ווייל דער וואס וויל נישט גיין מיט קראטשעס ליידט נאר ער אליין, אבער ביי חולי הנפש ליידט אנדערע אויך.

צווייטענס, איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז דאס עצם נעמען פילן מיינט אז יענער איז משוגע, חס ושלום, דאס נעמען פילן איז די ערשטע טריט צו ווערן צוריק נארמאל. משוגע איז דער וואס דארף נעמען און ער נעמט נישט.

לעצם העניין.
פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער איז ל"ע בלינד אויף אלע גוים געזאגט גייט קיינער נישט זאגן אז ס'פעלט אים גארנישט, סיי אויב ער איז אזוי געבוירן, און סיי אויב ס'האט פאסירט דורך אן אינצידענט. למעשה האט ער יעצט א חסרון וואס גיבט אים די טיטל בלינד.

יא, ס'איז ווייטאגליך, ס'רייסט ביים הארץ, אבער ס'טוישט נישט דעם טיטל.

ביי חולי הנפש איז די כלל די זעלבע. סיי אויב ער איז געבוירן מיט דעם קרענק למשל אוטיזם, און סיי אויב ס'האט פאסירט שפעטער למשל א מלחמה וועטעראן וואס ליידט פון פחדים, כאטשיג מיר ווילן אים נישט מצער זיין, אבער דאס זאגן אז דער מענטש באקומט נישט קיין טיטל איז געלייגט די קאפ אין זאמד.

שמאטע וויל זאגן אז משוגע מיינט דער וואס דרייט זיך אויף די גאסן און..... (פיל אין די בלענק). קען זיין אז משוגע איז נישט די ריכטיגע טיטל, אבער א טיטל האט עס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

זאכליך האט געשריבן:איך וויל קלארשטעלן אז איך בארעכטיג בכלל נישט די מענטשן וואס ווילן נישט נעמען מעדיצינען פאר חולי הנפש, אדרבא, איינער וואס איז געווארן ראקעמענדירט דורך א מומחה צו נעמען מעדיצינען זאל נעמען און ער דארף נעמען. און אויב וועט ער נישט נעמען איז ער עתיד ליתן את הדין פאר זיין נשמה, זיין ווייב'ס זיינע קינדער און אלע ארום אים.

דער וואס נעמט נישט ווייל ער האט מורא פון מה יאמרו הבריות איז גארנישט בעסער ווי דער וואס האט זיך צובראכן די פיס און ער וויל נישט קיין מיט קראטשעס ווייל ער שעמט זיך.
אדרבא ער איז סאך ערגער. ווייל דער וואס וויל נישט גיין מיט קראטשעס ליידט נאר ער אליין, אבער ביי חולי הנפש ליידט אנדערע אויך.

צווייטענס, איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז דאס עצם נעמען פילן מיינט אז יענער איז משוגע, חס ושלום, דאס נעמען פילן איז די ערשטע טריט צו ווערן צוריק נארמאל. משוגע איז דער וואס דארף נעמען און ער נעמט נישט.

לעצם העניין.
פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער איז ל"ע בלינד אויף אלע גוים געזאגט גייט קיינער נישט זאגן אז ס'פעלט אים גארנישט, סיי אויב ער איז אזוי געבוירן, און סיי אויב ס'האט פאסירט דורך אן אינצידענט. למעשה האט ער יעצט א חסרון וואס גיבט אים די טיטל בלינד.

יא, ס'איז ווייטאגליך, ס'רייסט ביים הארץ, אבער ס'טוישט נישט דעם טיטל.

ביי חולי הנפש איז די כלל די זעלבע. סיי אויב ער איז געבוירן מיט דעם קרענק למשל אוטיזם, און סיי אויב ס'האט פאסירט שפעטער למשל א מלחמה וועטעראן וואס ליידט פון פחדים, כאטשיג מיר ווילן אים נישט מצער זיין, אבער דאס זאגן אז דער מענטש באקומט נישט קיין טיטל איז געלייגט די קאפ אין זאמד.

שמאטע וויל זאגן אז משוגע מיינט דער וואס דרייט זיך אויף די גאסן און..... (פיל אין די בלענק). קען זיין אז משוגע איז נישט די ריכטיגע טיטל, אבער א טיטל האט עס.

קודם כל ש'כח פאר זיך נישט משוגע מאכן.. ,און געבן דיין פארענטפערונג סטעיטמענט. מיר 'משוגעים' האבן בכליון עייניים געווארט אויף דעם. (וואס קענען מיר טוהן, יעדער האט זיך זיינע משוגע'תן).
צווייטענס, אנטשוליגט פארן משוגע מאכן אבער דיין לעצטע שורה וווי די זאגסט קלאר אן זיך משוגע מאכן (איך האף אז איך מאך דיר נישט משוגע) אז דאס ליידן פון גייסטישע מחלות קומט דעפינעטלי מיט א נאמען א טיטול. האסט זייער גוט געזאגט, די טיטול איז 'קראנק'. איינער וואס איז אוטיסטיק איז מער ענדליך צו איינער וואס איז בלינד; א פערמענאנטע דיסעביליטי. א מענטש מיט דעפרעסיע אדער פחדים איז קראנק. די חילוק צווישן די ביידע איז אז קרענק קען מען יוזשעלי אויסהיילן אויב מען טוט די ריכטיגע מיטלען.

א דאנק

#משוגע איז נישט דאס ווארט
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

@זאכליך עס איז דא אסאך מדריגות
עס איז דא מענטשען וואס פילען וועט זיי הייבען די קוואליטי פון לעבען אבער זיי זענען און דרייען זיך נישט ארום משוגע אפילו אן די פילען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”