בלאט 1 פון 1

האלאוי!? ס'דא א פאבליק טעלעפאן אין קרעטשמע?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:47 pm
דורך גוטזאגער
אז כ'ברויך רופן א בעל עגלה - למשל.. ווי רופט מען דא ארויס?
אז כ'וויל א שטייגער מאכן אפאר פאני קאלס.. פון קרעטשמע ארויס, ווי פארשטעק איך מיך..? ווי איז די טעלעפאן בודקע?
אז כ'וויל זיך האלטן ביזי.. אז מ'זוכט איינעם אין שטיבל.. כ'וויל וויסן ווען מ'דאווענט ווען ס'גייט זיין די נעקסטע סעודה'לע..
געוואלד, מ'דארף האבען א טעלעפאן.. ;k9;

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:53 pm
דורך קוטשער
אה גוטזאגער זאגסט אזוי גוט. דו דארפסט א בעל עגלה קענסט מיך רופן ווען דו ווילסט נאר.

איך קום גראד צו לויפן, שנעל - געשווינד - פלינק- געאיילט - איך בין נישט טייער אויך נישט, גלייב נישט מיינע אומצופרידענע קונדן.

וואס בין איך שולדיג אז זיי זענען נישט צופרידן, זיי זענען קיינמאל נישט צופרידן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 10:45 pm
דורך קרעמער
קוק ווער ס'איז צוריק??? קוטשער באטשי, אזוי לאנג האט גענומען די לעצטע רייזע דיינע? ביסט אפשר ארומגעפארן די גאנצע וועלט אין 80 טעג?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 10:55 pm
דורך מאשקע
נישט קיין שלעכטע פלאן, און נישט שלעכט געזאגט, מר. נישט-שלעכט-זאגער.

נו, וועט מען טאקע פאררופן א מיטינג מיט די הויכראנגיקע שישקעס פון דער קרעטשמע עף-סי-סי. בילדער פונעם מיטינג וועלן נאכפאלגן אינעם (פאפירנעם) כל הגולם כולו...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 7:59 am
דורך גוטזאגער
הע! דער פידל שפילער האט זיך פארהאנקערט אויפן טעלעפאן..
http://***************/watch?v=xeRG_DzQ7lM
דער איז סחורה.. ווער איז דאס, ווער ווייסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:56 am
דורך אלעקסיי
איך בין אויך דא, איך בין גרייט, דארפסט נישט קיין פובליק פאון, היינט ארבייט אלעס מיט אישית.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 1:16 pm
דורך abimlaibt
קוטשער האט געשריבן:וואס בין איך שולדיג אז זיי זענען נישט צופרידן, זיי זענען קיינמאל נישט צופרידן.

איך שטעל מיך אויך אזוי פאר , זיי זענען אלעמאל שולדיגע,

ווי אויך ביסטו מער צופרידען פון זיי ווי זיי פון דיר...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 11:43 pm
דורך גוטזאגער
כ'בין היבש נייגעריג ווער דער יונגערמאן איז, וואס שפילט און מאכט די שטיקעס.
ווער ס'ווייסט זאל מיך קלונגען...