יגרסהדותא
פרעג בעסער
וואס האט גורם געווען אז דו זאלסט אנהייבן צוריק שרייבן
אמער דו שרייבסט דאך יעצט
אבער אויף די שאלה קען איך אויך ענטפערן
פשוט
מיין תגובה
איז עס אמת יגרסהדותא טייערער
איין מינוט יגרסהדותא
איך כאפ מיך יעצט א שרעקליכע זאך
אויב מען הערט אמאל אויף שרייבן
ווייס איך שוין נישט
אויב דער דיין שרייבט נאך
דעמאלטס וועט אונזער גאנצער ארבעט
זיין אלעס ארויסגעווארפן צייט
אוי וויי אשאד אשאד
קוים שוין ארויסגעשריגן די ווייטאגליכע עגבערונג
זאל עס נאך אין מיסט גיין
און קען זיין אז ווען ער וועט שוין יא ענטפערן
וועל איך שוין נישט זיין
אפשר וועל איך שוין האבן דענסטמאל אויפגעהערט שרייבן
אין וואספארא בלאטע בין איך דא אריינגעפאלן טאטע זיסער
סאכדעס
קיש קיש
וואס ווען מען זאגן א קוטשער געקושט
יוי פונקט דעם שטערן
קוים יעצט
האט מיר דער פערד מיינער
אריינגעשליידערט דעם וויידעל זיינער
אינעם שטערן מיינער אריינער
אלעס וועל איך טון אבי דעם דיין מחי' זיין
אז איך קען נישט זיין א דיין
כאטש מכבד זיין דעם דיין
עפעס זע איך האסטו שייכות מיטן דיין
בעט איך דיר שוין פראטעקציע
פרעג שוין דעם דיין
אויב איז מעגליך פאר א קוטשער צו ווערן מגולגל
און אויב די ענטפער וועט זיין א שרעקליכע יא
פרעג אים אויב מען קען ווערן נאכאמאל א קוטשער חלילה
לאקשן ברעט אזוי.
אויב אזוי.
אהיים קיין כינע גייען מיר אצינד.
ליבער וועלטל זיי מיר געזונט.
אוי אלעקסיי וואוילער
דו האסט דאך די זכי'
דארפט נישט אויף על המחי'
מיט אזא א גרויסע טהור'ער
וואס דו ביסט טאקע באהאפטן
ווייסט וואס די וועלט זאגט שוין
אז מען ליגט אין שניי ווער דארף וואסער
און אז מען פאשעט שאף ווער דארף פלייש
אבער איך קוטשער
אז איך וועל זיין אייביג מחובר
קען איך חלילה ווערן אויס מחובר
ערגעץ אנדערש
שא שא שא
פלויי פלויי פלויי
אל תפתח פה
נא נא נא אלעקסיי חאווער
נישט דאס זאג איך
גרייזט טאקע נישט צו פיל
ווייל געזאגט האב איך יא עפעס
נאר פונקט נישט דאס פערצופאל
איך וויל ביי מיר אויף די קאמפיוטער
נישט זיין שטענדיג צוגעבינדן און באהאפטן
שוין נאכן אוועקוואנדערן פונעם קרעטשמע
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט
מוז זיין דו פארשטייסט יא
איי פארוואס זאגסטו אז נישט
נישט אומזיסט זאגסטו אומן שונא
אבער הלוואי רבונו של עולם
ווען וועל איך שוין זיין א אומן דערין
אלעקסיי
האלט קאפ
און קוק א תגובה ארויף און אראפ
און אז נישט וועל איך דיר אויך זאגן
ווען מען ווערט געבוירן דאן יערט מען זיך
אז ער לעבט נאר 73
האט ער נאר געהאט 2 יום הלדת'ס
איז ער נאר 2 יאר
פארשטייסט שוין
שעם זיך נישט
אויב נישט זאג ארויס ניין
איך וועל נישט אויפגעבן אזוי שנעל אויף דיר
אפשר דאך וועל איך קענען ווערן א אלעקסיי
איך הער
האסט מיר דערמאנט
בעפארן לערנען קוטשער פאך
האב איך שטודירט פיקסעריי
האב איך געטראכט אויב שוין פיקסער
וועל איך שוין פיקסן פערד
אוי וועל איך זיי צופיקסן
מה נאמר ומה נדבר
ביזדעווייל האבן זיי מיר נאר געפיקסט
נישט סתם פרעג בעסער נישט
אבער געוואלד און געשריגן
וויאזוי פיקסט מען א גרינעם דינסטאג
אזא שטודיע האט מען אפילו אין גימנאזיום נישט אויסגעלערנט
קלערסט דאך אזוי גוט
די קליינע זענען שוין גרויס געווארן
זעענדיג דעם קוטשער
זענען אלע צוגעלאפן צו אים
ארומענמנדיג אים אין א רינג
ארויסווייזנדיג זייער גרויסקייט
ווי גלייך ער וואלט געווען א פאליציי מאן
היות
איך גלייך זייער
און ליב זייער
מיין טייערע מאמע
וואס איז אויך פערצופעל מיין זעליגע מוטער
אלס א הכרת הטוב
האב איך געטראכט
וועל איך איר באווירדן
מיט א ספעציעלע געהענגל
וואס וועט אנגערופן ווערן אויף איר נאמען
און צו איר געדענקעניש
די מוטער וואס איך באצי מיך דאהי
איז די אלעמען באקאנטע געערטע מאמע לשון
וואס טייל קינדערלעך רופן איר אן מיטן צונאמען אידיש
אט די מאמע אידיש
האט מיך זייער באצויבערט
מיט איר רייכקייט
שיינקייט
איידעלקייט
און מער פון אלעם
הייליגקייט
אט די מאמע
איז די מאמע פון אלע דייטש אפשטאמיגע אידישע קינדער
לזאת תקרא אם כל חי
כדי נישט צו אנווערן צייט
און פאר'מיאוס'ן דעם געהענגל
דורכן פארשמירן פאפיר
און אויסגיסן טינט
פאר גארנישט און פאר נישט
וועל איך שוין איבערלאזן פיס טריט
פון די מוטער
וואס איז דאס מוטער
און וואס איז דאס מאמע
ווען איז זי א מוטער און ווען א מאמע
ווער רופט איר מאמע און ווער מוטער
פארוואס זאל מען נישט זאגן מוטער לשון
איי ווי שיין דאס וואלט געפאסט פאר איר
ווער עס האט געקענט מיין מוטער
און האט פארשטאנען אויפן ווינק איר געברויך
וואלט דאך אין לעבן געגאנגען
צו זאגן מוטער מוטער טייערע מוטער
און פארוואס האט זי נישט קיין מאן אונזער מאמע
פארוואס קומט זיך נישט אונז ארימע אומשולדיגע קינדער
א טאטע
אדער א פאטער
ווען וואלט מען ווען יא געהאט וואלט איך דאך געקענט פרעגן די זעלבע פראגע
וואס איז דאס פאטער
און וואס איז דאס טאטע
ווען איז ער א פאטער און ווען א טאטע
ווער רופט אים טאטע און ווער פאטער
איי וואספארא פארגעניגן איר פארשאפט מיר אידעלעך.
זעענדיג וואספארא שעצונג איר טוט שיקן צו מיין אזוי געערטע ג-טזעליגער מוטער.
לאזנדיג די שיינע פאלאצעל וואס איך האב געאייביגט פאר אירעט וועגן, אזוי שיין און ריין, ציכטיג און זויבער.
מאמיש א נחת, וואלט מיין מאמע געזאגט אזוי מאמיש אין מאמע לשון, וואס זאל איך אייך זאגן, אשאד אשאד איר האט מיין מאמע'ן נישט געקאנט, אוי איז דאס געווען א מאמע, נו שוין נאך א מאמע, זאגט ער דארט ביים רעכטן זייט ווינקל, ניין ניין ניין, מיין טייערע פריינד, נישט נאך א מאמע, דאס איז געווען א מאמע, א עכטע ריעל מאמע, א מאמע מיט אלע פיטשיווקעס.
א מאמע וואס האט ביי קיין ליכט צינדן נישט פארפעלט צו וויינען, דעם שירצל אנצוטון, די הענט פארדרייען גאנצע 7 מאל.
איך ווייס נישט אויב עס איז געווען קעגן די זיבן הקפות פון די חופה, אדער די זיבן פון די ספר תורה אין שול, גרעסערע השגות פון דעם האט דאך די מאמע נישט געקענט האבן.
אבער דאס איז געווען א מאמע, א מאמע צום געדענקן, וואס מיינט איר באמאמע איך מיך אזויפיל היינט, ס'טייטשט איר ברויכט דאך וויסן, נישט מער, איך האב געהאט אזא א מאמע, איינס אין די וועלט, קיינמאל, קיינמאל נישט געהאט א צווייטע ווי זי.
דאס האט מען נישט געקענט נאכמאכן פאר קיין געלט, און פאר קיין כבוד, א אייגנארטיגקייט וואס זי האט ארויסגעוויזן, א חן וואס האט איר ארומגענומען, ווי די זון און שטערנס געלאכטן.
רעדנדיג פון אזא מאמע ווערט דער הארץ אנגעפילט מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט אזא מאמע צו האבן איז דאך די גרעסטע גליק אין לעבן, דא רעדט מען דאך פון די באקאנטע מרת. מאמע, אזוי האט מען איר גערופן, סתם מאמע האט געמיינט די מאמע, ווען מ'האט נאר געשריגן מאמע, האט שוין יעדער געוואוסט פון וועמען מ'רעדט דא, וואס הייסט מ'רעדט דאך יעצט פון די מאמע.
אבער פון די צווייטע זייט, אז מ'איז שוין נישט היינט נעבן אזא מאמע, שרייט דאך דאס, ווייטאג, לייד, און פייניגונג, איי איי איי ווי נעמט מען נאך אזא מאמע.
איי מאמע ליבע מאמע, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי, פארוואס לאזטו מיר דא אליינס, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי.
קרעמער
וואס זאל איך דיר זאגן.
עס דערקענט זיך איר האט מיין מאמען נישט געקענט.
פון וואו איך הער ווייסט יא צו זאגן פונעם קוטשערס מאמע, איז דאך וואונדערליך, נישט אומזיסט הייסט ער איך הער, ער הערט טאקע און נאך ווי ער הערט.
אבער געזען האט ער אויך שוין נישט די זכי' געהאט, וואלט ער מיין מאמע געזען, וואלט ער נישט געענדיגט שרייבן פון איר, מיין מאמע, פון איר, ענדיגן עה נישט שייך בכלל נישט, די באקאנטע צדקנית, די אויסגערופענע בעלת חסד, די באוואוסטע עסקנ'טע, די בארימטע גוט הארץ, פון איר עה נישט מעגליך צו ענדיגן.
טאקע נישט קיין רעבעצין געווען, אבער אלע רעבעצינס זענען ביי איר געקומען זיך לערנען, מיין מאמע האט אחוץ דעם קוטשער, אויפגעשטעלט א דור פון רעבעצינס, און גלייבט מיר ברידער מיינע, ווען נישט מיין מאמע וואלט אפילו א קוטשער נישט געווען, איך מיין צו זאגן, דאס וואס איך בין יא איז אויך אדאנק מיין מאמע.
איך זאג דיר נאכאמאל קרעמער, העסטו ווען איר געקענט, וואלט דיר אפילו אין שלאף-פאנטאזיע נישט ארויפגעקומען די ווארט שוועקי, איך מיין ווי קומט א טשוואק צו די מאמע.
קרעמער.
נישט אז די מאמע האט נישט געהאלטן פון קיין טשוואק, דייקא איז די מאמע געווען א גרויסע חסידות'טע פון טשוואקן, ווי נאר מען האט געזען א טשוואק האט מען עס געברענגט צו די מאמע.
און די מאמע זיך באדאנקענדיג פאר יעדע טשוואק באזונדער, ווי דאס וואלט געווען פון גאלד אויסגעשניצט, אין זילבער אריין פארמירט, פון דימאנד געמאכט, צי וואס.
וואס די מאמע האט געטון מיט אט די אלע טשוואקן ווייסט איין איינציגער באשעפער, נאר ער ווייסט און קיינער נישט, ווארום די מאמע האט מיט די טשוואקן זיך פארנומען טעג און נעכט, זומערס און ווינטערס, פרילינגס און הערבסטס.
אבער קוק אן א וואוילקייט פון מיין מוטער, ווי נאר עס האט דער פרייטאג געטאן ערשיינען, עס האט נאר דער אווענט געקלאפט, דער זון ארונטערגעגאנגען אונטערן האריזאנט, און דער פיצקעלע שטערנס אויסגעוואקסן, האט די מאמע אלע טשוואקן שיינערהייט איינציגווייז פארפאקט אין שופלאד, ארומוויקלענדיג זיי מיט אזא שמאטעלע, אזא גאבלאן וואס זי האט אין זיי אריינגענייט די ווערטער שבת קודש, דאס איז דאך מוטעריש שטוינענד.
און דו רעדסט פון מה טובו, וואס רעדסטו, דו ווייסט דען ווי גוט דו זאגסט, עה נישט גוט זאגסטו, זאגסט גאלד, נישט סתם גאלד, גין גינגאלד, די מאמע האט דאך געלעבט און געאטעמט מיט מה טובו, אויפגעשטאנען מיט מה טובו און געלייגט מיט מה טובו, אזש ביזן לעצטן טאג האט די מאמע שטענדיג געמורמעלט נאכאנאנד, די קינדער האבן שוין נישט געברויכט צובייגן די אויערן לעפל, מען האט שוין געוואוסט פון פאראויס, יעצט זאגט די מאמע מה טובו, עס איז הימל און ערד און מה טובו, עס איז לעבן און טויט און מה טובו.
דריי מאל גארנישט
האט דאס שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט
און איך פראסטער קוטשער
בין טאקע נישט דריי
אבער צוויי מאל גארנישט
בין איך יא
און נאך ווי
וועל איך זאגן די זעלבע אויפקלערנדיגע וויכטיגע רייד
זאל קיינער נישט מיינען
אז איך בין עפעס אזא פשוטער קוטשער
זאל זיך נישט יאווען ווער אימער
אז מיר זענען טאקע נישט מער ווי א קוטשער
ניין ניין האלט דאס אליינס
איך בין דער באקאנטער וועלטס קוטשער
וואס זיין הערונג גייט פון איין עק וועלט ביזן אנדערע עק
פון ווינקל צו ווינקל
פון ברעג צו ברעג
פון בארטן צו בארטן
פון פארט צו פארט
פון מזרח צו מעריב
פון דרום צו צפון
פון הימל ביז ערד
און פאר פייער און פאר וואסער
עטס זאלטס נאר וויסן וועם איך האב שוין אלס געקוטשערט
דער האר וועט זיך אייך אויפשטעלן
אזש דער דאשיק וועט א שפרונג טאן
דער נאז וועט זיך פאר שעים באהאלטן
דער פנים פאר'בוריקע'ן
דער שטערן פאר'קריידע'ן
די בארימסטע אנערקענסטע אנגעזעענסטע באעערסטע ארויפגעקוקטע געשעצטע מאיעסטעטישע פערזענליכקייטן
האבן שוין איבערגעלאזט זויל פלעקן אויף מיין וואגן פאדלאגע
איר הערט
און איך קוטשער זאג און באפעל און הייס אהער און אהין
ווי א פרעזוס צו זיינע איינגעשטעלטע
אזוי איז קוטשער צו אט די פערזענליכקייטן
איי ווי גוט דאס שפירט זיך
מה יפית ומה נעמת
מיינט איר אז וועגן דעם בין איך עפעס א ווייס איך וואס קוטשער געווארן
עה וואס עפעס
הייבט זיך נישט אן
איך בין געבליבן א פראסטער קוטשער
נישט אומזיסט רופט מען מיך קוטשער
א קוטשער בין איך און א קוטשער וועל איך בלייבן
ביי אש קודש ווייס מיר שוין
אבער וואס טוט זיך ביי אש קרעטשמע
אדער צום ווייניגסטענס ביי אש קוטשער
א קוטשער האט דאך נישט פיל פארבינדונג מיט קודש
נו וואס זאל א קוטשער טון
נישט דאווענען און נישט טאנצן
צוויי מאל גיהנם
אז נישט יענע וועלט
כאטש דער וועלט
ארבעטס אויס עפעס טייערע אידן פאר אזא קוטשער ווי איך
עפעס שפיר איך ווי עס טאנצט אין מיר
איך מוז איינמאל פאר אלעמאל טאנצן
אז די וועלט זאל מיט מיר מיטטאנצן
בערג און טאלן זאלן מיטטאנצן
זאל טאקע יעדער איינזען
טאקע אויך דער קוטשערעל
אז אלעס טאנצט
אלעס גלאנצט
אלעס פלאנצט
אלעס שפרינגט און לויבט דעם הייליגן בורא
איי נאר אמונה נאר אמונה
אין בורא כל העולמים
באקום איך א בריוועלע
פון א איד דא א זיסעלע
אפילו וואס איך קען אים נישט
אז מיין קורצע שורות
פאר די נערוון מאכט אים צרות
אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט
טייערע ברידער
וואס האלט איר
זאל איך דאס טוישן אינגאנצן
אנהייבן שרייבן
אין די ברייטן
עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן
איי וויאזוי וועט דאס קלאפן
עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן
ווען מען דארף גראמען
דאן וועט מען דאך נישט כאפן
א אנפאנג מיט א סופ'ן
זינגסט מיט מיר אלע צוזאמען
איי ברידער וואס האלט איר
חברים וואס טראכט איר
זאגטס מיר אלע אייער דעת
וויאזוי מען וועט דא זאגן
אזוי וועל איך ענק נאכיאגן
און דעם פערד אזוי טון א שמייס
די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון
מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך
אויף לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך
לחיים ולברכה
קודם שלום עליכם
אז דו ווילסט א לענגערע עליכם שלום געבן
זייער חשוב און פיין
שרייב עס אריין אין מיין ברוכים הבאים שלום עליכם געהענגל
איך וועל מיך דאך אזאנס פרייען
צו האבן מיט מיר א לחיים
איך האב פרובירט אלעס זאל גראמען אבער זעט אויס א קוטשער קען נישט
ניטאמאל קען א קוטשער כאפן וואס פונקטליך גראמט נישט
וועל איך פרובירן אין ברייטער שורות אפשר אזוי וועט עס גיין
באקום איך א בריוועלע פון א איד דא א זיסעלע אפילו וואס איך קען אים נישט אז מיין קורצע שורות פאר די נערוון מאכט אים צרות אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט טייערע ברידער
וואס האלט איר זאל איך דאס טוישן אינגאנצן אנהייבן שרייבן אין די ברייטן עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן איי וויאזוי וועט דאס קלאפן עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן ווען מען דארף גראמען דאן וועט מען דאך נישט כאפן א אנפאנג מיט א סופ'ן זינגטס מיט מיר אלע צוזאמען איי ברידער וואס האלט איר חברים וואס טראכט איר זאגטס מיר אלע אייער דעת וויאזוי מען וועט דא זאגן אזוי וועל איך ענק נאכיאגן און דעם פערד אזוי טון א שמייס די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך אויף לאמיר זיך שטארקן אידעלעך
אפילו אפילו אפילו
לחיים מיט צייטליך זענען מיר שוין גענוג און איבער גענוג קעגן אזא פשוטע קוטשער ווי איך בין
דאך דאך דאך
וועל איך ווארטן צו הערן וואס מיינע איבריגע גוטע פריינד און יועצים וועלן האבן צו זאגן אין דעם ענין
מיין מאמע זאגט מיר אייביג
שיע
בראף יועץ
עס שטערט מיך נישט אז זי רופט מיך אזוי פלעין שיע נישט שיעלע נישט שיעלישעל נישט שיע טייערער
ווייל נאך אלעם בין איך דאך נאך אלץ א קוטשער אפילו ביים מאמען בלייבט מען א קוטשער
יישר כח איך טו זאגן פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער וואס האבן זיך געלאזט הערן די מיינונג, זייער א שיינע זאך.
די מערסטע האב איך געהאט פארגעניגן פון מילער'ס אויפריכטיגע רייד, וואס אפילו איך קען עכט נישט פאלגן ווייל איך האב נישט קיינע צייטונגען אדער אויסגאבעס, ווייל ווי קומט די זאכן צו א קוטשער, אבער אזויפיל האט ער מיר יא אויסגעלערנט, צו נוצן פאראגראפן, נישט געפערליך, איך קען מיך טוישן, איך מיין דאך נאר עטס זאלטס פארגעניגן האבן פון מיר, דאס אלעס.
פרשנדתא, דיר פארשטיי איך נישט, דו ביסט מודה אז דו שרייבסט נישט, נאר יעצט שרייבסטו.
אויב דו שרייבסט נישט וואס רעדסטו דיך אזוי אפ, לערן דיך פון מיר נעם דיך שרייבן פעסט מיט א פלייס, מיט ענערגיע.
קוק אן וואס א שרייבער ווי מיר קען אויפטון, ארויסנעמען אלטע פארגעסענע שרייבערס פון די צעלן, און זיי באנייען מיט א פרישקייט.
געטס מיר נאך אפאר טאג דא אזוי מיט מיין אייגנארטיגקייט און ארגינעלקייט, אלע טויטע גיין אויפשטייען תחית המתים, עס וועט נישט זיין א משתמש דא וואס זאל זיך נישט לאזן הערן ערגעץ, איך וועל אזאנס פארפלייצן די קעמערלעך און געהענגלעך מיט מיינע פערדערייאישע דערקוטשערונגען, אזש מען וועט מיינען אז דער גרויסער פארפלייצונג איז צוריק געקומען.
צום שלוס: אויב איך גיי דא בלייבן דא מיט דעם ניק, איך דארף זען וואס די מנהלים, אדער איין מנהל וואס האט זיך עפעס אפגערעדט ערגעץ גייט טון.
ביזדערווייל האב איך מיך שוין אויסגעלערנט צו נוצן א שטרעכל מיט א פינטל ביים ענדע.
מיר ווילן הערן מיר ווילן הערן, ווי מער ווי מער, מיר ווייסן קוים קוים, די פאס איז לער, פילטס עס אן מיט אלדאס גוטס, יישר כח.
קוק איך מיך אזוי אום, אנטפלעקן זיך צו מיינע אויגן, גרויסע נייעסן.
קרעמער איך הער מילער סאכדעס, שרייען מיט די העכסטע טענער, אז קוטשער זאל ווייטער אנגיין, סאכדעס קען אפילו באשטיין אזוי ווי די זאך איז אן קיינע ענדערונגען.
פילייכט קרעמער מיינט אויך דאס צו זאגן, טויש דיך קיין האר נישט, בלייב אזוי ווי דו שטייסט וועסט צוריקקוקן וועט זיין ביטער ווי זאלץ.
איז אפשר דרייט מען צוריק דעם דאשיק אויף רעכטס, צוריק צום אלטן אויסגעטראטענעם וועג, אהיים צום טאטן.
אדער לויט לחיים ולברכה און אויך צייטליך, איז דאך גוט אזוי ווען מען גראמט כאטשיג, איז קען זיין איך וועל מיך נעמען גראמען אין גרויסען, איך וועל נאר רעדן גראמענדיג, דאס איז אויך א גוטע עצה, פאר מיין חיונה, גראמענדיג וועל איך מעגליך ציען מער קונדן, ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען.
אבער פאר פרשנדתא, וואס איך האף איך אז ער האט זיך געטון פרייען, זעענדיג ווי שטארק איך האב מיך מיט אים גערעכנט, און אלעס געטוישט פאר פרשנדתא, ער האט דאך מיך אזוי שיין בארימט, און געוואונטשן, פרשנדתא אויף דיר זאגט מען אז דיינע קינדער לערנען תורה אין בני ברק, אמאל בין איך דארט דורך געפארן איך האב זיי טאקע געזען לערנען זייער פלייסיג, וואויל צו דיר פרשנדתא.
סאכדעס
אז איך וועל פארשאפן א פארגעניגן פאר א איד וועל איך שרייבן און שרייבן.
ווער רעדט נאך אז איך וועל פאראורזאכן סאכדעס'ן צו מאכן א געהענגל איבער יום טוב, ווער האט דאס ערווארטעט פון מיר קוטשער.
זעטס נאר זעטס, די אלע וואס האבן מיך אזוי אויסגעלאכט, קוקטס צו וואס איך בין צוגעקומען, א עכטע קוטשער, איך שמייס און מען פארט.
איז אזוי
א לאקשן וועגט דאך נישט צו פיל, נאר עטליכע מיליגראם, וועט עס נישט קאסטן מערער פון 25 פענגאס.
אויב אבער ווילסטו אויך מיטנעמען דעם ברעט, איז א מעלאר א שטיקל, דאס וועגט דאך שוין עטליכע קילאגראם, וועט עס קאסטן 50 פארינט.
איי בטלן קוטשער.
ווייסט דאך ניטאמאל פון וואו ער קומט, אין אבות האט מען געלערנט אמאל, אז מען דארף קוקן פון וואנעט מען קומט, איי געוואלד און וואוהין מען גייט גיין.
איז אזוי.
פון וואו קען א לאקשן קומען.
נאר פון לאקאש-האזא-מעדיע, באשטימט אזוי דאס איז א וועג פון פונקט 147 קילאמעטער, נו שוין געזאגט זאל בלייבן אזוי, נאר בלייבט נאר, און קוטשער בלייבט קוטשער, און רייזע בלייבט רייזע, און לאקשן בלייבט לאקשן.
אינדערמיט וועט מען אבער מוזן צוויי אפשטעלן מאכן, איינס אין פיזעש-סאבאסלוי, נעבן עגער און ווערפעלעט, און דערנאך אין הוידא-שאמשאן, נעבן הוידא-האטהאז און הוידא-נאנאש.
איז גוט לאקשן ברעט, אדער יא.
קרעמער.
עס קוקט מיר אויס ווי דו ביסט א ווערטלער, א קלוגער, א טיפזיניגער, א גוטזאגער, א כאפער, א שנעלער, א געדענקער.
דאס איז שוין מבינות פון א קוטשער.
שטעל דיר שוין פאט-עזר, וואס א געהעריגע איד וואלט שוין געזען אויף דיר.
מיט אט די קורצע ווערטער, וויל איך מיר איך קוטשער, געזעגענען דא פונעם קרעטשמע מיט אירע איינוואוינער, אלע מיינע גוטע פריינט און טייערע ברידער.
צו באצייכענען אין איין ווארט מיין וואוילזיין דא, וועל איך זאגן איט וואז עי פלעזשור.
געמיינט האב איך אז איך קען פריילעך מאכן אידן, איינגערעדט האב איך זיך אז איך וועל מאכן אינטרעסאנט, ארויפציען ביי אידן א שמייכל אויף די לעפצן.
דאס איז דאך געווען מיין גאנצע כוונה, מיין גאנצע ציל, פארדעם בין איך אריינגעקומען און פארדעם האב איך מיך געפונען דא.
ווי נאר איך האב איינגעזען אז איך וועל דאס נישט קענען אזוי באווייזן, האב איך אפגעמאכט אז עס טויג נישט די זאך, עס לוינט נישט די הארעוואניע.
איך זאג נישט, איך גלייב אמת'דיג אז געוויסע האבן פארגעניגן געהאט, און עטליכע אפילו זיך צושמייכעלט, ווייל איך זעלבסט בין פון די, נאר נישט יעדער האט ארויסגעשריבן, נו נישט יעדער שטייט אין פיר מיט א קוטשער, עס פאסט דאך נישט, עה איך גרויסער אלט געזעצענער זאל אין ווארט שטיין מיטן קוטשער, נאו נישט אין דעם גלגול.
פאר דעם אלעם וואלט זיך עס נאך געלוינט, אבער אזוי ווי איך האב געזען אז עס איז דא מער ווי אפאר טייערע אידן וואס שטערט זיי זייער מיין אנוועזנהייט, אזוי ווי איך בין אינעם ערשטן טאג נאכנישט געווען אזוי באהאווענט און אויסגעקענט מיט יעדנס קוריאזן, און יעדנס קפידא'ס וויאזוי יענער דארף שרייבן כדי ער זאל קענען ליינען, און די געזעצן פונעם קולט מיט די רעגולאציעס פון די קולטיסטן, איז מיר נאך געווען אביסעלע פרעמד, הפנים איך האב געפעילט דעם טעסט.
אלזא, ליג איך מיר פארזינקען אין מיינע געדאנקען, פאטער אין הימל, פארדעם בין איך א קוטשער, אז איך זאל קענען אזויפיל אידן מצער זיין, ברענגן איבל, פארעקלן, גיין אויף געהירן, און נאך פון די שיינע אויסדרוקן, מיט וואס מען האט דעם נייען גאסט געטון אויפנעמען.
מאמעניו דאס איז דען מיין תכלית, דאס איז דאך פונקט קאפויער, מיטן פנים צום וואנט, ממש דאס פארקערטע פון וואס איך האב געצילט.
מיינט נישט חלילה איך וויל אייך דא מוסר'ן, איך ווייס דאך קוים ווער איז וואס, איך האב נישט קעגן קיינעם, מיר פערזענליך האט דאך קיינער גארנישט געמיינט, מען מיינט נאר דעם קוטשער, עה ניטאמאל דאס, מען מיינט יעדער זאל זיין די זעלבע עס זאל אויסקוקן שיין, עס איז שוין אזא אור אלטע אנגענומענע מיינונג, אין סדום איז שוין אויך געווען אזא קולט, ווער עס איז געווען גרויס האט מען קליין געמאכט, און ווער קליין אויסגעצויגן.
שיינט דער אייבערשטער אריין א ליכטיגקייט אין שכל, איך קום פעסט צום באשלוס, ניין!! איך וועל פאר קיין געלט אין די וועלט נישט פאראורזאכן אומאמגענעמליכקייטן פאר וואוילע אידישע קינדער, וואס איך האב די זכי' צו זיין א חלק פון זיי.
די אידן וואס ווארט זיי אפ די גרעסטע גליק אין די וועלט, וואס זענען אנגעגרייט צו זיין די אויסדערוועלטע פון אלע פעלקער און יעדער וועט דאס איינזען, הערשן אויף די גאנצע וועלט, וואס הונדערטער גויאישע קנעכט וועלן אנכאפן יעדע ציצה פון יעדע עק פון יעדע איד, וואס די מלאכים וועלן שטיין פון אינדרויסן און פרעגן מיט קנאה, פון די געטרייע קינדער, וואס האט דער אייבערשטער געזאגט, לערנענדיג תורה מיט ענק.
און איך פראסטער קוטשער בין אויך באשאפן צו אידישע עלטערן, געלויבט דעם גרויסן באשעפער, ווילאנג איך האלט נאך מיט אידישע פארברענגס, איך גיי אין שול דאווענען, פריי מיך מיט זייערע פריידן, און לייד מיט מיט זייערע ליידן, בין איך דאך איינס מיט דעם באליבט פאלק ישראל.
אט פאר די אידן, די ברידער מיינע, זיי וועל איך נאר גוטס טון, אויב קען איך נישט, עס איז מיר נישט באשערט אויסצופירן מיין פליכט גענצליך, וועל איך פרובירן אויסצופירן אנדערע פליכטן וואס איך קען יא בעסער אויספירן, מיט דעם פון אויבנס הילף.
צום לעצט, בעפאר איך גיי, געזעגען איך מיך מיט אלע טייערע מיטגלידער, איך בעט יעדן איבער, איך האב נישט געמיינט קיין שלעכטס, וועם איך האב חס ושלום מצער געווען, זאל מיר מוחל זיין, און דער אייבערשטער זאל אונז אלע מוחל זיין, און שיקן משיח צדקנו זאל אונז אויסלייזן בקרוב בימינו אמן.
לאקשן ברעט.
נאך דיינע ווארימע טרייסט ווערטער, האב איך ערנסט געטראכט אז פאר דיר אליינס גיי איך צוריק קומען.
האסט אזוי שיין אראפגעלייגט און איבערצייגט מיך, די ריכטיגקייט און ווארהייט פון די וואס נוצן יא דעם שכל פון געבורט.
און אזוי שטארק ארויסגעברענגט די ווייטאג וואס דיר האט עס פארשאפט נאך בעפאר מיין באשלוס, און קלוגערהייט ערקלערט אז איך זאל עס נישט צום הארץ נעמען.
נאך אזעלכע רייד, האב איך געטראכט אויב נישט פאר מיר, דעמאלטס פאר לאקשן ברעט, און אויב נישט פאר לאקשן ברעט דעמאלטס פאר ירא שמים דיין ברודער.
וואס אן קיין ספק, בין אויך א ברודער פאר ענק, ווייל אויב האסטו געליינט מיין ארטיקל אויף מיין מאמע, וואלסטו פארשטאנען אז אויפצוציען קינדער ווי ירא שמים און לאקשן ברעט, דארף מען האבן אזא מאמע ווי די מאמע איז געווען, וואויל איז די מאמע וואס האט ענק אזוי שיין און איידל ערצויגן.
ווי פאסיג און שיין איז ירא שמים'ס חתימה.
"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן"
דאס שרייט ארויס, ערליכקייט, ווארימקייט, אידישקייט.
אבער לתועלת פון קרעטשמע מוז איך עס טון, איך וועל שוין דעם צומישעניש פון קוטשער'ס נישט פארעכטן אזוי שנעל, עס איז שוין געווארן צו א שטארקע פאקט.
אלזא, מוז איך אומווילנדיג אפטרעטן.
און פון פיל ליבשאפט צו די טרייסט ווערטער וואס דו האלסט אין איין אראפברענגן, ווי ג-ט ברוך הוא, טרייסט די מאמע רחל, ברענג איך עס נאכאמאל אראפ.
"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן"