Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיין צימער

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:23 pm

איך וויל בעטן רשות, פון א חשוב'ע מנהל.

אויב איך מעג דא אין דעם געהענגעל, צוזאמען נעמען אלע מיינע אלטע תגובות, עס זאל זיין אלעס אויף איין פלאץ.

דאס וועט זיין זייער א גרויסע נוצן, סיי פאר מיר, און סיי פאר אנדערע וואס ווילן דאס זען.

איך זאג שוין פון פאראויס א גרויסן דאנק אייך אלע.

ווייל ווי איך קען אייך, ווייס איך אז עס וועט אייך נישט שטערן, מיטן אייבערשטענס הילף.

Advertisement

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:30 pm

יו עסקד פאר איט, יו גאט איט.

לאמיר זוכה זיין צו קיבוץ תגובות פון קוטשער, להנאתו ולהנאתינו.

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:51 pm

קרעמער.

איך האב אייביג געוואוסט אז אויף דיר קען מען זיך פארלאזן, אויף דיר קען מען לייען, דיין ווארט איז א ווארט, און אז איר זענט טראסטבאר.

אבער יעצט האסטו מיר אמתדיג איבערראשט, אזוי שנעל אנגעקומען צו הילף.

זאלסט באצאלן ווערן מיט אלעס גוטס וואס דו וואונטשט דיר אין לעבן.

א שיינעם דאנק.

דינסטאג דצמבר 25, 2007 10:07 pm

איך קוק שוין אביסל צייט דא
און עס איז זייער א שיינע פלאץ דא
וויל איך אויך מיט השי"ת הילף דא זיין

נאר א פראבלעם האט זיך געמאכט
אז איך הייס קוטשער
און א צווייטער הייסט שוין אלעקסיי אויך אזוי ווי א קוטשער

וויל איך פרעגן פון מענטשן דא
זאל איך מאכן א נייע נאמען
וואס האלט איר
יישר כח פאראויס


זיצן זיך די דריי אידעלעך צונאזאם

דער בעל עגלה
אלעקסיי
און דער קוטשער

וואו זיצט א קוטשמע
נאר אין קרעטשמע

נישט ער זיצט דארט
ער וואוינט דארט

דארט איז זיין היים
אזוי איז אים נגזר געווארן משמים

פונעם היים און ביזן
דרייט ער זיך אין די וויזן

דער קרעטשמער א טרינק בראנפן דערלאנגט
יעדנס הארץ ער פאנגט

אלעקסיי בעט קאניאק
דער בעל עגלה דארף שליוואויץ
און דער קוטשער פראסטע וואדקע

דער קרעטשמער אזאנס נאכנישט בייגעוואוינט
א קוטשער דעם קרעטשמער ער נישט שוינט

ניין דינערט ער נישט ביי מיר
דא טרינקט מען וואס איך סארוויר

די קוטשערס שטילערהייט מען שמועסט אפ
מען גייט דעם קרעטשמער מאכן דעם גאוה אראפ

מען גייט אים לערנען טאנצן
און מיט א סטרייק באזאלצן

געזאגט און געטאן
יעצט שוין מיט א הויכע טאן

טרינקען גייען מיר נישט
ביסט דו וועסט אונז אלע האבן איינגערישט

וויאזוי עס וועט איינעם נאר גלוסטן
צו ווערן אין די גוסטען

דער קרעטשמער קלוגער פון זיי אלע
וואס פון א קוטשער און בעל עגלה

וועל איך האבן שרעק
איך וועל זיי גוט באצאלן בעק
וואקט ער זיך אזוי שטיל אוועק
נישט צו געבן די מינדעסטע ערוועק
אז ער גייט אונטערזוכן זייערע זעק

ער איז שוין צוריק
די קוטשערס האבן נאכנישט געגעבן קיין איין טרינק

זיי סטראשענען אלע אוועקצוגיין
אן צו לאזן א גולדן אויף זיין געביין

שפירנדיג זיך געווינען
און פריילעך איבערן זינען

לאזן זיי זיך ארויס אין א טענצל אויפן וועג ארויס
גייענדיג זוכנדיג א נייע הויז

קומענדיג ארויס פון שוועל
האט זיי באטראפן דאס העל
דער קרעטשמער האט זיי אפגעשינדן די פעל
און געמאכט פון זייער סטרייק א טעל
צובראכן זייער געהויבן זעל

וואס האט פאסירט וואונדערט איר זיך געוויס
איך וועל אייך נישט לאזן שטיין אויף די פיס

צו יעדע בוים א שטריק איז צוגעבינדן
אבער קיין איין פערד צו טרעפן פאר קיין געלט איז נישטא

באמס באמס באמס


עי מילער
וואס ווילסטו פון א פראסטער קוטשער
א גוטן טאג פארגינסטו מיר אויך נישט

גענוג שוין וואס איז אנגעשריבן
פעלט דען דאס אויס
ווער דארף דעים דאקטער


מאשקע.
איך שעם זיך צו זאגן הויך, דאס געזיכט איז מיר עטוואס פאררויטלט, אבער אין מיינע לאנד קארטן און אטלאסן, האב איך נישט געפונען די שטעט וואס דו דערמאנסט, אוי ווי ביסטאך א פערטיגע קוטשער, דו קענסט די שטעט אזוי ביים נאמען פון אויסענווייניג, אן קיין שטאלפער אדער א שטאמעל.

איך בעט דיר נאר, גיי מיט מיר נישט קאנקורענץ, ווייל מיט אזא קוטשער איז בכלל נישט קיין קונץ א קאנקורענט צו זיין, גלייב א קוטשער אויפן ווארט, דא איינמאל וועס עס שאטן פאר די עקאנאמיע, איך מיין מיין פארשטייט זיך.

יחי מאשקע!


אויב קענט עטץ טאנצן פונקט אזוי ווי מיין פערד
גיי איך שוין טאנצן מיט ענק יעצט


וואס גריסט מען יעצט חברה
לערנטס מיר אויס

איך ווייס נישט אויב
1) מיטאג
2) אדער נאכמיטאג
3) אדער אווענט
4) אדער סתם טאג


אה דאס זוך איך טאקע
א ארט ווי קיינער רעגט זיך נישט
אלעס פארברענגט געמיטליך ווארעם און ריין
אויף מיין אזוי באליבטע מאמע לשון


איך האב נישט געוואלט אז מיטוואך זאל זיין אונטער דינסטאג
האב איך אים ארויפגעברענגט העכער דינסטאג

כדי די קליינע קינדערעלעך
זאלן נישט א טעות האבן


סאכדעס סאכדעס

אין די איי אוו די בעהאלדער זאגט טאנטע דוואשע אימער

וואס ביי איינעם איז שיין
איז ביי א דריטן קלוג

דער זיידע זאגט אבער אייביג
חכמת אדם תאיר פניו
קלוג קומט פון שיין

שדכנות געלט פארן שלום מאכן
אין אנו שולחים

ווארים
ולהפועתכם אנו מחכים


איך גיי שרייבן עפארדעבל יעדע שורה איין ווארט
איך
האב
נישט
צייט
קוקן
אלע
דפים

איינער
קען
פליעז
מאכן
א
תמצית

בקיצור
פון
אלע
דפים

אבער
נאר
עפארדעבל


אין דעם שקר איז אויך דא אביסל אמת

ווער ווייסט אויב איך בין יעצט דא געווען

עס ווענד זיך אויב דאס הייסט גע'טענה'ט

ווייל אויב נישט טענה'ט לאקשן ברעט
אז איך בין נישטא געווען


איינער ווייס פשט פון די אלע פשט'ס
די תירוץ אויף אלעם איז איין ווארט

פשט!!!!

עס איז נישט מיינס
עס איז לחיים ולברכה'ס חידוש
איך האב נאר אזו געלאכט שרייב איך עס איבער


אה העלא אלעקסיי
מיט דיר האב איך געוואלט רעדן טאקע

איך האב מיך נישט געכאפט
די גאנצע מעשה
איז געווען אומווילנדיג

הערש נאך מיין באשאפן דעם נאמען
זע איך אז עס איז דא אלעקסיי א קוטשער

איך האב אפילו געפרעגט עצות
קוק אין שלום עליכם אשכול

איינער האט געענטפערט
אז קוטשער איז קוטשער
און אלעקסיי איז אלעקסיי

וואס האלסטו טאקע
זאל איך טוישן דעם נאמען מיינע
איך מיין צו פרעגן עס באדערט דיר


וועמענס קוטשער איך בין
איך וועל דיר זאגן דעם אמת
מען קען נאך זוכה זיין אין מיר
ליידער ליידער קיינער וויל נישט
איך שטיי אזוי ליידיג
אן א ברעקל ארבעט
און אן א שטאך ווערק
כליפ כליפ כליפ


אלעקסיי
צום וויפלטן מאל דו מאכסט מיר שוין היינט בשמחה
היינט איז מיר אנגעשריבן געווארן
צו ווערן פריילאך דורך אלעקסיי
אויב מיינסטו אז איך לאך נישט
האסטו א טעות
לא כי צחקתי


נאר וואס יא
דו אלס בעש"ט קוטשער קענסטו עפעס
עס האט זיך עפעס אנגעקלעפט אין דיר
אבער איך בין א פשוטער קוטשער
וואס רייט אזוי איינזאם און עלנד
אויף די וועגנער און אויף די שטעגנער
ווילסטו פון אזא איינעם
ער זאל פארשטיין זאכן פון אלכסנדר פון מצרים
בתמי'


א לעקסיי א לעקסיי
דער קוטשער כאפט א בליק

א לעקסיי א לעקסיי
ער גייט נישט ארויס פון קאפ

א לעקסיי א לעקסיי
אבער צום קוטשער קומט עס נישט

וערי ווערי נייס
ביסטו דירעקט געגאנגען און איבערגעשריבן אפאר שורות
פון די הייליגע סוכה
פאר וועם
פאר א פשוטע קוטשער

אח אחשס רעזי נטא
מחא טוייב חעזל קעזי נאט
איה מאח נאט איהם
מאח נאט איהם גויי ראט לעזי נאט

אינטרעסאנט נאר
אז מיר קוטשערס ווערן נישט דערמאנט דארט

מעגליך אז יא וואס ווייס איך דען
פילייכט איינע פון די אראמישע ווערטער
איז דער טייטש פון קוטשער

ווער ווייסט
ווער ווייסט
איי די דע ריי ריי רא ראם


קרעמער

אז דו דערציילסט שוין יא אלעס
אזא שיינע מעשה
בין איך בין סתם נייגעריק
יענער האט זיך נישט אויפגערעגט
אדער פארשעמט
וואס איז די ענד אוו די סטארי


קרעמער.
אזוי האב איך געטראכט, געלויבט דעם פון אויבן, וויאזוי איך האב געטראכט אזוי איז מקוים געווארן, און פונקט ווי איך האב דן געווען א איד לכף זכות, זאל מיר דער הייליגער בורא אויך דן זיין לכף זכות.


דאס איז א איינפאל

איין גרויסע יישר כח פאר יעדן אויף אמאל

איך כאפ מיך צו דערצו

א גרויסע יישר כח פאר אלע שיינע שרייבערס דא
אינקלאדינג מיין בעל עגלה

עטס מיינטס עס איז די זעלבע זאך
ניין
אויסדריקליך נישט

קוטשער איז קוטשער
און בעל עגלה איז בעל עגלה

א בעל עגלה וועט קיינמאל נישט זיין קיין קוטשער
און די זעלבע פארקערט

קיינער זאל מיך אבער נישט פרעגן וואס איז די חילוק
ווייל איך ווייס אויך נישט


WOW WOW WOW
אזא געלונגענע שרייבער דער אלעקסיי

איך האב שוין מער נישט מורא
קיינער גייט מיר שוין נישט פארטוישן מיט אלעקסיי

נישט אז איך קען נישט שרייבן אזא ארטיקל
קוים וואס איך קען עס פארשטיין

אבער עס איז ממש העכסט מייסטערווערק

אלעקסיי

זאלסט וויסן אז דו ביסט א געלונגען שטיקל

אויב דו וועסט דאס גוט וויסן
האסטו ערנסטע מעגליכקייטן
צו שטייגן און שטייגן
עווענטועל ווערנדיג פון די עליטע
וואס דו ביסט שוין עכט יעצט אויך

יא אלעקסיי מיין פריינט
איך האב דיר שוין געענטפערט דארט
גיי קוק


א גוט שטיקל אויפטרעף דער ניען ניען

לויט דעם פארשטיי איך שוין זייער גוט
דעם אויספיר פון די ניגון
ביי אונז אין חדר פלעגט מען אויספירן
אבער א גוי מעג יא קניען

ווערט דאך שווער פארוואס א גוי מעג יא
איך קען נישט די דינים פון בני נח
אבער א גוי טאר אויך נישט דינען ע"ז
אזויפיל ווייס איך יא

נאר לויט דיין חידוש
וואס דו קלוגע איד האסטוך אליינס געענטפערט
פארשטיי איך שוין

ווייל די גוים גייען דאך מיט קורצע הויזן


מילער מילער געערטער געשעצטער איינגעזעצטער מיטגלידער

אזוי האט דאס פאסירט
איך האב גארנישט געטאן

פון אויבן איז געווען אזוי געפירט
אז פונקט ביים 100'סטן תגובה פון אלעקסיי דער בע"ש קוטשער
זאל איך באקומען ערלויבעניש צו שרייבן דא

פון וואו האב איך געדארפט וויסן אז היינט איז אלעקסיי'ס טאג
ווער זאל מיר דאס אויסזאגן

די וועלדער
די פעלדער
די ביימער
די וואסערפאלן
די אינדן
די וואלד רויבער
אדער דער פערד אליינס

פארגעסט נישט מען רעדט דא פון א קוטשער

אצינד
שריי איך אויס ווי הויך איך קען ארויפגיין
מיט א פויק און א פידל צוגעשפילט אין דער זייט

איך בין קוטשער און קוטשער בין איך
איך בין נישט אלעקסיי און אלעקסיי איז נישט איך

שיען שיען שיען א יוד טאר נישט מישען


מיט יום טוב ערליכ'ס אוהעל אוהעל ניגון

אוי קוטשער קוטשער קליינטשיגע אידעלע
ביסטאך גארנישט אזא קליינע וויידעלע

אז מילער האט אזא שיינס אפגעשריבן
און אזוי שיין דיר ענטפאנגען

ווייזט דאס דאך אויף דיין גרויסקייט
וואס ער האט געטון אין דיר זען ברייט

אבער וואס איז נעבעך אלעקסיי שולדיג
אזא שיינע געהענגל זאל ווערן אנגעפירקלדיג

אלעקסיי אלעקסיי
זאג איך מיט אפשיי

זיי נישט בייז
אויף אזא קליינע לייז

ווייל דיין שרייבן איז דאך אזוי שיין
זיצט יעדער דא אזוי פיין

און אינדערמיט
שמועסט מען געמיט

אלעס אדאנק אלעקסיי


דער ערשטער שרייבט
סקיצע אהער סקיצע אהין
דער עיקר אז
סקיצעלט דעם בויך


יענטאאש

נעקסט טיים שרייב כאטש איינגערינגעלט
אז עס איז תרתי משמע

עס האט מיר געדויערט צייט צו כאפן
איך האב מיך געקוילערט


יעצט האב איך א באמבע שאלה
אויב איינער ווערט געבוירן אין טאג פון קידוש החמה
און ער לעבט 73 יאר

צי וועט מען שרייבן אויף זיין מצבה
אז דער מענטש האט נעבעך נישט געהאט די זכי'
אין זיין גאנץ לעבן צו ווערן דריי יאר

נישט קיין קאפל
נישט קיין ציצית
נישט קיין פאות

איך האב נישט געכאפט
אז עס קען נאך ווערן בעסער

וואס טוט זיך מיט דעם איד
וואס האט שוין נעבעך נישט קיין האר ביי די 74

וואו מאכט מען אים פאות

דאס איז אין בעפארברייטונג צום קידוש החמה
נעקסטע יאר
זייטס גרייט


פשיהא
אזא שלום עליכם מיט אזא הבטחה
דאס קען נאר א אין באווייזן

איך קען דאס נישט
איך בין דאך נאך אלעם פארט א קוטשער
אפגעהיטן זאל איך ווערן
אויב איך וועל אייביג דא זיין

ווייב און קינדער
שאף און רינדער
וועלן צו מיינע שמערצן גארנישט געבן קיין לינדער
אויב איך וועל נישט מיטן באשעפערס ווינדער
וואס ער איז ביי יעדע פייער דער צינדער
אויף ברויט ווערן א ערפינדער
שוין זאפארט אצינדער


סאכדעס מיין לעכטיג קינד.

וואס וועל איך נישט טון דיר פארגעניגן צו שאפן.
אלדינגס און אלעס.

אפילו גראמער וועל איך ווערן פאר דיר
.

ווער איז מען
קען זיין טאקע יעדער איינער
אבער נישט א קוטשער
א קוטשער איז נישט קיין מען
אפילו נישט קיין מענטש
ער איז נאר א קוטשער
דאס אלץ
מער נישט



געערטער דיין
א שאלה איך האב

פארוואס האט דער באשעפער מיר געמאכט פאר א קוטשער

עס איז וואר אז איך קען נישט אזוי לערנען
אבער דאווענען טו איך יא פרום

וואגלנדיג און פארנדיג אין די פארקערן
קומט ווינציג אויס צו נאנט זיין מיט אידישקייט

זייטס מוחל אידן
איך האב עס ארויפגעברענגט פון אפגרונט
ווייל איך מוז דאך זיין עפעס נייעס עפעס אינטרעסאנט
נישט סתם נאך א קרעטשמערער

מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:26 am

איך האב פארשטאנען אז דו גייסט מאכן א מפתח פון דיינע 'אשכולות' אדער עטליסט לענגערע תגובות, סתם אלע תגובות וואס איז שלעכט מיט דעם http://www.yiddishworld.com/forum/search. ... 8%F9%F2%F8

נישט אז איך האב עפעס דערקעגן, איך פרעג פלעין.

מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:08 pm

יאנאש, שכוח, האסט מיר אויסגעכאפט מיין קשיא.

פרייטאג דצמבר 28, 2007 9:23 am

יגרסהדותא

פרעג בעסער
וואס האט גורם געווען אז דו זאלסט אנהייבן צוריק שרייבן
אמער דו שרייבסט דאך יעצט
אבער אויף די שאלה קען איך אויך ענטפערן
פשוט
מיין תגובה
איז עס אמת יגרסהדותא טייערער


איין מינוט יגרסהדותא
איך כאפ מיך יעצט א שרעקליכע זאך
אויב מען הערט אמאל אויף שרייבן
ווייס איך שוין נישט
אויב דער דיין שרייבט נאך
דעמאלטס וועט אונזער גאנצער ארבעט
זיין אלעס ארויסגעווארפן צייט
אוי וויי אשאד אשאד
קוים שוין ארויסגעשריגן די ווייטאגליכע עגבערונג
זאל עס נאך אין מיסט גיין
און קען זיין אז ווען ער וועט שוין יא ענטפערן
וועל איך שוין נישט זיין
אפשר וועל איך שוין האבן דענסטמאל אויפגעהערט שרייבן
אין וואספארא בלאטע בין איך דא אריינגעפאלן טאטע זיסער


סאכדעס
קיש קיש
וואס ווען מען זאגן א קוטשער געקושט

יוי פונקט דעם שטערן

קוים יעצט

האט מיר דער פערד מיינער
אריינגעשליידערט דעם וויידעל זיינער
אינעם שטערן מיינער אריינער

אלעס וועל איך טון אבי דעם דיין מחי' זיין
אז איך קען נישט זיין א דיין
כאטש מכבד זיין דעם דיין


עפעס זע איך האסטו שייכות מיטן דיין
בעט איך דיר שוין פראטעקציע

פרעג שוין דעם דיין
אויב איז מעגליך פאר א קוטשער צו ווערן מגולגל
און אויב די ענטפער וועט זיין א שרעקליכע יא
פרעג אים אויב מען קען ווערן נאכאמאל א קוטשער חלילה


לאקשן ברעט אזוי.
אויב אזוי.
אהיים קיין כינע גייען מיר אצינד.
ליבער וועלטל זיי מיר געזונט.


אוי אלעקסיי וואוילער

דו האסט דאך די זכי'
דארפט נישט אויף על המחי'
מיט אזא א גרויסע טהור'ער
וואס דו ביסט טאקע באהאפטן

ווייסט וואס די וועלט זאגט שוין
אז מען ליגט אין שניי ווער דארף וואסער
און אז מען פאשעט שאף ווער דארף פלייש

אבער איך קוטשער
אז איך וועל זיין אייביג מחובר
קען איך חלילה ווערן אויס מחובר
ערגעץ אנדערש

שא שא שא
פלויי פלויי פלויי
אל תפתח פה


נא נא נא אלעקסיי חאווער

נישט דאס זאג איך
גרייזט טאקע נישט צו פיל
ווייל געזאגט האב איך יא עפעס
נאר פונקט נישט דאס פערצופאל

איך וויל ביי מיר אויף די קאמפיוטער
נישט זיין שטענדיג צוגעבינדן און באהאפטן
שוין נאכן אוועקוואנדערן פונעם קרעטשמע

איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט
מוז זיין דו פארשטייסט יא
איי פארוואס זאגסטו אז נישט
נישט אומזיסט זאגסטו אומן שונא

אבער הלוואי רבונו של עולם
ווען וועל איך שוין זיין א אומן דערין


אלעקסיי
האלט קאפ
און קוק א תגובה ארויף און אראפ
און אז נישט וועל איך דיר אויך זאגן
ווען מען ווערט געבוירן דאן יערט מען זיך
אז ער לעבט נאר 73
האט ער נאר געהאט 2 יום הלדת'ס
איז ער נאר 2 יאר
פארשטייסט שוין
שעם זיך נישט
אויב נישט זאג ארויס ניין
איך וועל נישט אויפגעבן אזוי שנעל אויף דיר
אפשר דאך וועל איך קענען ווערן א אלעקסיי


איך הער
האסט מיר דערמאנט

בעפארן לערנען קוטשער פאך
האב איך שטודירט פיקסעריי

האב איך געטראכט אויב שוין פיקסער
וועל איך שוין פיקסן פערד

אוי וועל איך זיי צופיקסן

מה נאמר ומה נדבר
ביזדעווייל האבן זיי מיר נאר געפיקסט
נישט סתם פרעג בעסער נישט

אבער געוואלד און געשריגן
וויאזוי פיקסט מען א גרינעם דינסטאג

אזא שטודיע האט מען אפילו אין גימנאזיום נישט אויסגעלערנט


קלערסט דאך אזוי גוט

די קליינע זענען שוין גרויס געווארן
זעענדיג דעם קוטשער
זענען אלע צוגעלאפן צו אים
ארומענמנדיג אים אין א רינג
ארויסווייזנדיג זייער גרויסקייט
ווי גלייך ער וואלט געווען א פאליציי מאן


היות

איך גלייך זייער
און ליב זייער
מיין טייערע מאמע
וואס איז אויך פערצופעל מיין זעליגע מוטער

אלס א הכרת הטוב
האב איך געטראכט
וועל איך איר באווירדן
מיט א ספעציעלע געהענגל

וואס וועט אנגערופן ווערן אויף איר נאמען
און צו איר געדענקעניש

די מוטער וואס איך באצי מיך דאהי
איז די אלעמען באקאנטע געערטע מאמע לשון

וואס טייל קינדערלעך רופן איר אן מיטן צונאמען אידיש

אט די מאמע אידיש
האט מיך זייער באצויבערט
מיט איר רייכקייט
שיינקייט
איידעלקייט
און מער פון אלעם
הייליגקייט

אט די מאמע
איז די מאמע פון אלע דייטש אפשטאמיגע אידישע קינדער
לזאת תקרא אם כל חי

כדי נישט צו אנווערן צייט
און פאר'מיאוס'ן דעם געהענגל
דורכן פארשמירן פאפיר
און אויסגיסן טינט
פאר גארנישט און פאר נישט

וועל איך שוין איבערלאזן פיס טריט
פון די מוטער

וואס איז דאס מוטער
און וואס איז דאס מאמע

ווען איז זי א מוטער און ווען א מאמע
ווער רופט איר מאמע און ווער מוטער

פארוואס זאל מען נישט זאגן מוטער לשון
איי ווי שיין דאס וואלט געפאסט פאר איר
ווער עס האט געקענט מיין מוטער
און האט פארשטאנען אויפן ווינק איר געברויך

וואלט דאך אין לעבן געגאנגען
צו זאגן מוטער מוטער טייערע מוטער


און פארוואס האט זי נישט קיין מאן אונזער מאמע
פארוואס קומט זיך נישט אונז ארימע אומשולדיגע קינדער
א טאטע
אדער א פאטער

ווען וואלט מען ווען יא געהאט וואלט איך דאך געקענט פרעגן די זעלבע פראגע

וואס איז דאס פאטער
און וואס איז דאס טאטע

ווען איז ער א פאטער און ווען א טאטע
ווער רופט אים טאטע און ווער פאטער


איי וואספארא פארגעניגן איר פארשאפט מיר אידעלעך.
זעענדיג וואספארא שעצונג איר טוט שיקן צו מיין אזוי געערטע ג-טזעליגער מוטער.
לאזנדיג די שיינע פאלאצעל וואס איך האב געאייביגט פאר אירעט וועגן, אזוי שיין און ריין, ציכטיג און זויבער.

מאמיש א נחת, וואלט מיין מאמע געזאגט אזוי מאמיש אין מאמע לשון, וואס זאל איך אייך זאגן, אשאד אשאד איר האט מיין מאמע'ן נישט געקאנט, אוי איז דאס געווען א מאמע, נו שוין נאך א מאמע, זאגט ער דארט ביים רעכטן זייט ווינקל, ניין ניין ניין, מיין טייערע פריינד, נישט נאך א מאמע, דאס איז געווען א מאמע, א עכטע ריעל מאמע, א מאמע מיט אלע פיטשיווקעס.

א מאמע וואס האט ביי קיין ליכט צינדן נישט פארפעלט צו וויינען, דעם שירצל אנצוטון, די הענט פארדרייען גאנצע 7 מאל.
איך ווייס נישט אויב עס איז געווען קעגן די זיבן הקפות פון די חופה, אדער די זיבן פון די ספר תורה אין שול, גרעסערע השגות פון דעם האט דאך די מאמע נישט געקענט האבן.
אבער דאס איז געווען א מאמע, א מאמע צום געדענקן, וואס מיינט איר באמאמע איך מיך אזויפיל היינט, ס'טייטשט איר ברויכט דאך וויסן, נישט מער, איך האב געהאט אזא א מאמע, איינס אין די וועלט, קיינמאל, קיינמאל נישט געהאט א צווייטע ווי זי.
דאס האט מען נישט געקענט נאכמאכן פאר קיין געלט, און פאר קיין כבוד, א אייגנארטיגקייט וואס זי האט ארויסגעוויזן, א חן וואס האט איר ארומגענומען, ווי די זון און שטערנס געלאכטן.

רעדנדיג פון אזא מאמע ווערט דער הארץ אנגעפילט מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט אזא מאמע צו האבן איז דאך די גרעסטע גליק אין לעבן, דא רעדט מען דאך פון די באקאנטע מרת. מאמע, אזוי האט מען איר גערופן, סתם מאמע האט געמיינט די מאמע, ווען מ'האט נאר געשריגן מאמע, האט שוין יעדער געוואוסט פון וועמען מ'רעדט דא, וואס הייסט מ'רעדט דאך יעצט פון די מאמע.
אבער פון די צווייטע זייט, אז מ'איז שוין נישט היינט נעבן אזא מאמע, שרייט דאך דאס, ווייטאג, לייד, און פייניגונג, איי איי איי ווי נעמט מען נאך אזא מאמע.
איי מאמע ליבע מאמע, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי, פארוואס לאזטו מיר דא אליינס, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי.


קרעמער

וואס זאל איך דיר זאגן.
עס דערקענט זיך איר האט מיין מאמען נישט געקענט.
פון וואו איך הער ווייסט יא צו זאגן פונעם קוטשערס מאמע, איז דאך וואונדערליך, נישט אומזיסט הייסט ער איך הער, ער הערט טאקע און נאך ווי ער הערט.
אבער געזען האט ער אויך שוין נישט די זכי' געהאט, וואלט ער מיין מאמע געזען, וואלט ער נישט געענדיגט שרייבן פון איר, מיין מאמע, פון איר, ענדיגן עה נישט שייך בכלל נישט, די באקאנטע צדקנית, די אויסגערופענע בעלת חסד, די באוואוסטע עסקנ'טע, די בארימטע גוט הארץ, פון איר עה נישט מעגליך צו ענדיגן.

טאקע נישט קיין רעבעצין געווען, אבער אלע רעבעצינס זענען ביי איר געקומען זיך לערנען, מיין מאמע האט אחוץ דעם קוטשער, אויפגעשטעלט א דור פון רעבעצינס, און גלייבט מיר ברידער מיינע, ווען נישט מיין מאמע וואלט אפילו א קוטשער נישט געווען, איך מיין צו זאגן, דאס וואס איך בין יא איז אויך אדאנק מיין מאמע.

איך זאג דיר נאכאמאל קרעמער, העסטו ווען איר געקענט, וואלט דיר אפילו אין שלאף-פאנטאזיע נישט ארויפגעקומען די ווארט שוועקי, איך מיין ווי קומט א טשוואק צו די מאמע.

קרעמער.

נישט אז די מאמע האט נישט געהאלטן פון קיין טשוואק, דייקא איז די מאמע געווען א גרויסע חסידות'טע פון טשוואקן, ווי נאר מען האט געזען א טשוואק האט מען עס געברענגט צו די מאמע.
און די מאמע זיך באדאנקענדיג פאר יעדע טשוואק באזונדער, ווי דאס וואלט געווען פון גאלד אויסגעשניצט, אין זילבער אריין פארמירט, פון דימאנד געמאכט, צי וואס.
וואס די מאמע האט געטון מיט אט די אלע טשוואקן ווייסט איין איינציגער באשעפער, נאר ער ווייסט און קיינער נישט, ווארום די מאמע האט מיט די טשוואקן זיך פארנומען טעג און נעכט, זומערס און ווינטערס, פרילינגס און הערבסטס.

אבער קוק אן א וואוילקייט פון מיין מוטער, ווי נאר עס האט דער פרייטאג געטאן ערשיינען, עס האט נאר דער אווענט געקלאפט, דער זון ארונטערגעגאנגען אונטערן האריזאנט, און דער פיצקעלע שטערנס אויסגעוואקסן, האט די מאמע אלע טשוואקן שיינערהייט איינציגווייז פארפאקט אין שופלאד, ארומוויקלענדיג זיי מיט אזא שמאטעלע, אזא גאבלאן וואס זי האט אין זיי אריינגענייט די ווערטער שבת קודש, דאס איז דאך מוטעריש שטוינענד.

און דו רעדסט פון מה טובו, וואס רעדסטו, דו ווייסט דען ווי גוט דו זאגסט, עה נישט גוט זאגסטו, זאגסט גאלד, נישט סתם גאלד, גין גינגאלד, די מאמע האט דאך געלעבט און געאטעמט מיט מה טובו, אויפגעשטאנען מיט מה טובו און געלייגט מיט מה טובו, אזש ביזן לעצטן טאג האט די מאמע שטענדיג געמורמעלט נאכאנאנד, די קינדער האבן שוין נישט געברויכט צובייגן די אויערן לעפל, מען האט שוין געוואוסט פון פאראויס, יעצט זאגט די מאמע מה טובו, עס איז הימל און ערד און מה טובו, עס איז לעבן און טויט און מה טובו.


דריי מאל גארנישט
האט דאס שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט

און איך פראסטער קוטשער
בין טאקע נישט דריי
אבער צוויי מאל גארנישט
בין איך יא
און נאך ווי

וועל איך זאגן די זעלבע אויפקלערנדיגע וויכטיגע רייד

זאל קיינער נישט מיינען
אז איך בין עפעס אזא פשוטער קוטשער

זאל זיך נישט יאווען ווער אימער
אז מיר זענען טאקע נישט מער ווי א קוטשער

ניין ניין האלט דאס אליינס

איך בין דער באקאנטער וועלטס קוטשער
וואס זיין הערונג גייט פון איין עק וועלט ביזן אנדערע עק
פון ווינקל צו ווינקל
פון ברעג צו ברעג
פון בארטן צו בארטן
פון פארט צו פארט
פון מזרח צו מעריב
פון דרום צו צפון
פון הימל ביז ערד
און פאר פייער און פאר וואסער

עטס זאלטס נאר וויסן וועם איך האב שוין אלס געקוטשערט
דער האר וועט זיך אייך אויפשטעלן
אזש דער דאשיק וועט א שפרונג טאן

דער נאז וועט זיך פאר שעים באהאלטן
דער פנים פאר'בוריקע'ן
דער שטערן פאר'קריידע'ן

די בארימסטע אנערקענסטע אנגעזעענסטע באעערסטע ארויפגעקוקטע געשעצטע מאיעסטעטישע פערזענליכקייטן
האבן שוין איבערגעלאזט זויל פלעקן אויף מיין וואגן פאדלאגע

איר הערט
און איך קוטשער זאג און באפעל און הייס אהער און אהין
ווי א פרעזוס צו זיינע איינגעשטעלטע
אזוי איז קוטשער צו אט די פערזענליכקייטן
איי ווי גוט דאס שפירט זיך
מה יפית ומה נעמת

מיינט איר אז וועגן דעם בין איך עפעס א ווייס איך וואס קוטשער געווארן
עה וואס עפעס
הייבט זיך נישט אן
איך בין געבליבן א פראסטער קוטשער

נישט אומזיסט רופט מען מיך קוטשער
א קוטשער בין איך און א קוטשער וועל איך בלייבן


ביי אש קודש ווייס מיר שוין
אבער וואס טוט זיך ביי אש קרעטשמע

אדער צום ווייניגסטענס ביי אש קוטשער
א קוטשער האט דאך נישט פיל פארבינדונג מיט קודש


נו וואס זאל א קוטשער טון
נישט דאווענען און נישט טאנצן

צוויי מאל גיהנם
אז נישט יענע וועלט
כאטש דער וועלט


ארבעטס אויס עפעס טייערע אידן פאר אזא קוטשער ווי איך
עפעס שפיר איך ווי עס טאנצט אין מיר
איך מוז איינמאל פאר אלעמאל טאנצן
אז די וועלט זאל מיט מיר מיטטאנצן
בערג און טאלן זאלן מיטטאנצן

זאל טאקע יעדער איינזען
טאקע אויך דער קוטשערעל
אז אלעס טאנצט
אלעס גלאנצט
אלעס פלאנצט
אלעס שפרינגט און לויבט דעם הייליגן בורא

איי נאר אמונה נאר אמונה
אין בורא כל העולמים


באקום איך א בריוועלע
פון א איד דא א זיסעלע
אפילו וואס איך קען אים נישט

אז מיין קורצע שורות
פאר די נערוון מאכט אים צרות
אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט

טייערע ברידער
וואס האלט איר
זאל איך דאס טוישן אינגאנצן

אנהייבן שרייבן
אין די ברייטן
עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן

איי וויאזוי וועט דאס קלאפן
עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן
ווען מען דארף גראמען

דאן וועט מען דאך נישט כאפן
א אנפאנג מיט א סופ'ן
זינגסט מיט מיר אלע צוזאמען

איי ברידער וואס האלט איר
חברים וואס טראכט איר
זאגטס מיר אלע אייער דעת

וויאזוי מען וועט דא זאגן
אזוי וועל איך ענק נאכיאגן
און דעם פערד אזוי טון א שמייס

די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון
מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך
אויף לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך


לחיים ולברכה
קודם שלום עליכם
אז דו ווילסט א לענגערע עליכם שלום געבן
זייער חשוב און פיין
שרייב עס אריין אין מיין ברוכים הבאים שלום עליכם געהענגל
איך וועל מיך דאך אזאנס פרייען
צו האבן מיט מיר א לחיים

איך האב פרובירט אלעס זאל גראמען אבער זעט אויס א קוטשער קען נישט
ניטאמאל קען א קוטשער כאפן וואס פונקטליך גראמט נישט

וועל איך פרובירן אין ברייטער שורות אפשר אזוי וועט עס גיין

באקום איך א בריוועלע פון א איד דא א זיסעלע אפילו וואס איך קען אים נישט אז מיין קורצע שורות פאר די נערוון מאכט אים צרות אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט טייערע ברידער
וואס האלט איר זאל איך דאס טוישן אינגאנצן אנהייבן שרייבן אין די ברייטן עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן איי וויאזוי וועט דאס קלאפן עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן ווען מען דארף גראמען דאן וועט מען דאך נישט כאפן א אנפאנג מיט א סופ'ן זינגטס מיט מיר אלע צוזאמען איי ברידער וואס האלט איר חברים וואס טראכט איר זאגטס מיר אלע אייער דעת וויאזוי מען וועט דא זאגן אזוי וועל איך ענק נאכיאגן און דעם פערד אזוי טון א שמייס די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך אויף לאמיר זיך שטארקן אידעלעך


אפילו אפילו אפילו
לחיים מיט צייטליך זענען מיר שוין גענוג און איבער גענוג קעגן אזא פשוטע קוטשער ווי איך בין

דאך דאך דאך
וועל איך ווארטן צו הערן וואס מיינע איבריגע גוטע פריינד און יועצים וועלן האבן צו זאגן אין דעם ענין
מיין מאמע זאגט מיר אייביג
שיע
בראף יועץ

עס שטערט מיך נישט אז זי רופט מיך אזוי פלעין שיע נישט שיעלע נישט שיעלישעל נישט שיע טייערער
ווייל נאך אלעם בין איך דאך נאך אלץ א קוטשער אפילו ביים מאמען בלייבט מען א קוטשער


יישר כח איך טו זאגן פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער וואס האבן זיך געלאזט הערן די מיינונג, זייער א שיינע זאך.

די מערסטע האב איך געהאט פארגעניגן פון מילער'ס אויפריכטיגע רייד, וואס אפילו איך קען עכט נישט פאלגן ווייל איך האב נישט קיינע צייטונגען אדער אויסגאבעס, ווייל ווי קומט די זאכן צו א קוטשער, אבער אזויפיל האט ער מיר יא אויסגעלערנט, צו נוצן פאראגראפן, נישט געפערליך, איך קען מיך טוישן, איך מיין דאך נאר עטס זאלטס פארגעניגן האבן פון מיר, דאס אלעס.

פרשנדתא, דיר פארשטיי איך נישט, דו ביסט מודה אז דו שרייבסט נישט, נאר יעצט שרייבסטו.
אויב דו שרייבסט נישט וואס רעדסטו דיך אזוי אפ, לערן דיך פון מיר נעם דיך שרייבן פעסט מיט א פלייס, מיט ענערגיע.
קוק אן וואס א שרייבער ווי מיר קען אויפטון, ארויסנעמען אלטע פארגעסענע שרייבערס פון די צעלן, און זיי באנייען מיט א פרישקייט.

געטס מיר נאך אפאר טאג דא אזוי מיט מיין אייגנארטיגקייט און ארגינעלקייט, אלע טויטע גיין אויפשטייען תחית המתים, עס וועט נישט זיין א משתמש דא וואס זאל זיך נישט לאזן הערן ערגעץ, איך וועל אזאנס פארפלייצן די קעמערלעך און געהענגלעך מיט מיינע פערדערייאישע דערקוטשערונגען, אזש מען וועט מיינען אז דער גרויסער פארפלייצונג איז צוריק געקומען.

צום שלוס: אויב איך גיי דא בלייבן דא מיט דעם ניק, איך דארף זען וואס די מנהלים, אדער איין מנהל וואס האט זיך עפעס אפגערעדט ערגעץ גייט טון.
ביזדערווייל האב איך מיך שוין אויסגעלערנט צו נוצן א שטרעכל מיט א פינטל ביים ענדע.

מיר ווילן הערן מיר ווילן הערן, ווי מער ווי מער, מיר ווייסן קוים קוים, די פאס איז לער, פילטס עס אן מיט אלדאס גוטס, יישר כח.


קוק איך מיך אזוי אום, אנטפלעקן זיך צו מיינע אויגן, גרויסע נייעסן.

קרעמער איך הער מילער סאכדעס, שרייען מיט די העכסטע טענער, אז קוטשער זאל ווייטער אנגיין, סאכדעס קען אפילו באשטיין אזוי ווי די זאך איז אן קיינע ענדערונגען.
פילייכט קרעמער מיינט אויך דאס צו זאגן, טויש דיך קיין האר נישט, בלייב אזוי ווי דו שטייסט וועסט צוריקקוקן וועט זיין ביטער ווי זאלץ.
איז אפשר דרייט מען צוריק דעם דאשיק אויף רעכטס, צוריק צום אלטן אויסגעטראטענעם וועג, אהיים צום טאטן.

אדער לויט לחיים ולברכה און אויך צייטליך, איז דאך גוט אזוי ווען מען גראמט כאטשיג, איז קען זיין איך וועל מיך נעמען גראמען אין גרויסען, איך וועל נאר רעדן גראמענדיג, דאס איז אויך א גוטע עצה, פאר מיין חיונה, גראמענדיג וועל איך מעגליך ציען מער קונדן, ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען.

אבער פאר פרשנדתא, וואס איך האף איך אז ער האט זיך געטון פרייען, זעענדיג ווי שטארק איך האב מיך מיט אים גערעכנט, און אלעס געטוישט פאר פרשנדתא, ער האט דאך מיך אזוי שיין בארימט, און געוואונטשן, פרשנדתא אויף דיר זאגט מען אז דיינע קינדער לערנען תורה אין בני ברק, אמאל בין איך דארט דורך געפארן איך האב זיי טאקע געזען לערנען זייער פלייסיג, וואויל צו דיר פרשנדתא.


סאכדעס
אז איך וועל פארשאפן א פארגעניגן פאר א איד וועל איך שרייבן און שרייבן.
ווער רעדט נאך אז איך וועל פאראורזאכן סאכדעס'ן צו מאכן א געהענגל איבער יום טוב, ווער האט דאס ערווארטעט פון מיר קוטשער.
זעטס נאר זעטס, די אלע וואס האבן מיך אזוי אויסגעלאכט, קוקטס צו וואס איך בין צוגעקומען, א עכטע קוטשער, איך שמייס און מען פארט.


איז אזוי
א לאקשן וועגט דאך נישט צו פיל, נאר עטליכע מיליגראם, וועט עס נישט קאסטן מערער פון 25 פענגאס.
אויב אבער ווילסטו אויך מיטנעמען דעם ברעט, איז א מעלאר א שטיקל, דאס וועגט דאך שוין עטליכע קילאגראם, וועט עס קאסטן 50 פארינט.


איי בטלן קוטשער.
ווייסט דאך ניטאמאל פון וואו ער קומט, אין אבות האט מען געלערנט אמאל, אז מען דארף קוקן פון וואנעט מען קומט, איי געוואלד און וואוהין מען גייט גיין.

איז אזוי.
פון וואו קען א לאקשן קומען.
נאר פון לאקאש-האזא-מעדיע, באשטימט אזוי דאס איז א וועג פון פונקט 147 קילאמעטער, נו שוין געזאגט זאל בלייבן אזוי, נאר בלייבט נאר, און קוטשער בלייבט קוטשער, און רייזע בלייבט רייזע, און לאקשן בלייבט לאקשן.

אינדערמיט וועט מען אבער מוזן צוויי אפשטעלן מאכן, איינס אין פיזעש-סאבאסלוי, נעבן עגער און ווערפעלעט, און דערנאך אין הוידא-שאמשאן, נעבן הוידא-האטהאז און הוידא-נאנאש.

איז גוט לאקשן ברעט, אדער יא.


קרעמער.
עס קוקט מיר אויס ווי דו ביסט א ווערטלער, א קלוגער, א טיפזיניגער, א גוטזאגער, א כאפער, א שנעלער, א געדענקער.
דאס איז שוין מבינות פון א קוטשער.

שטעל דיר שוין פאט-עזר, וואס א געהעריגע איד וואלט שוין געזען אויף דיר.


מיט אט די קורצע ווערטער, וויל איך מיר איך קוטשער, געזעגענען דא פונעם קרעטשמע מיט אירע איינוואוינער, אלע מיינע גוטע פריינט און טייערע ברידער.

צו באצייכענען אין איין ווארט מיין וואוילזיין דא, וועל איך זאגן איט וואז עי פלעזשור.

געמיינט האב איך אז איך קען פריילעך מאכן אידן, איינגערעדט האב איך זיך אז איך וועל מאכן אינטרעסאנט, ארויפציען ביי אידן א שמייכל אויף די לעפצן.
דאס איז דאך געווען מיין גאנצע כוונה, מיין גאנצע ציל, פארדעם בין איך אריינגעקומען און פארדעם האב איך מיך געפונען דא.

ווי נאר איך האב איינגעזען אז איך וועל דאס נישט קענען אזוי באווייזן, האב איך אפגעמאכט אז עס טויג נישט די זאך, עס לוינט נישט די הארעוואניע.

איך זאג נישט, איך גלייב אמת'דיג אז געוויסע האבן פארגעניגן געהאט, און עטליכע אפילו זיך צושמייכעלט, ווייל איך זעלבסט בין פון די, נאר נישט יעדער האט ארויסגעשריבן, נו נישט יעדער שטייט אין פיר מיט א קוטשער, עס פאסט דאך נישט, עה איך גרויסער אלט געזעצענער זאל אין ווארט שטיין מיטן קוטשער, נאו נישט אין דעם גלגול.

פאר דעם אלעם וואלט זיך עס נאך געלוינט, אבער אזוי ווי איך האב געזען אז עס איז דא מער ווי אפאר טייערע אידן וואס שטערט זיי זייער מיין אנוועזנהייט, אזוי ווי איך בין אינעם ערשטן טאג נאכנישט געווען אזוי באהאווענט און אויסגעקענט מיט יעדנס קוריאזן, און יעדנס קפידא'ס וויאזוי יענער דארף שרייבן כדי ער זאל קענען ליינען, און די געזעצן פונעם קולט מיט די רעגולאציעס פון די קולטיסטן, איז מיר נאך געווען אביסעלע פרעמד, הפנים איך האב געפעילט דעם טעסט.

אלזא, ליג איך מיר פארזינקען אין מיינע געדאנקען, פאטער אין הימל, פארדעם בין איך א קוטשער, אז איך זאל קענען אזויפיל אידן מצער זיין, ברענגן איבל, פארעקלן, גיין אויף געהירן, און נאך פון די שיינע אויסדרוקן, מיט וואס מען האט דעם נייען גאסט געטון אויפנעמען.

מאמעניו דאס איז דען מיין תכלית, דאס איז דאך פונקט קאפויער, מיטן פנים צום וואנט, ממש דאס פארקערטע פון וואס איך האב געצילט.

מיינט נישט חלילה איך וויל אייך דא מוסר'ן, איך ווייס דאך קוים ווער איז וואס, איך האב נישט קעגן קיינעם, מיר פערזענליך האט דאך קיינער גארנישט געמיינט, מען מיינט נאר דעם קוטשער, עה ניטאמאל דאס, מען מיינט יעדער זאל זיין די זעלבע עס זאל אויסקוקן שיין, עס איז שוין אזא אור אלטע אנגענומענע מיינונג, אין סדום איז שוין אויך געווען אזא קולט, ווער עס איז געווען גרויס האט מען קליין געמאכט, און ווער קליין אויסגעצויגן.

שיינט דער אייבערשטער אריין א ליכטיגקייט אין שכל, איך קום פעסט צום באשלוס, ניין!! איך וועל פאר קיין געלט אין די וועלט נישט פאראורזאכן אומאמגענעמליכקייטן פאר וואוילע אידישע קינדער, וואס איך האב די זכי' צו זיין א חלק פון זיי.

די אידן וואס ווארט זיי אפ די גרעסטע גליק אין די וועלט, וואס זענען אנגעגרייט צו זיין די אויסדערוועלטע פון אלע פעלקער און יעדער וועט דאס איינזען, הערשן אויף די גאנצע וועלט, וואס הונדערטער גויאישע קנעכט וועלן אנכאפן יעדע ציצה פון יעדע עק פון יעדע איד, וואס די מלאכים וועלן שטיין פון אינדרויסן און פרעגן מיט קנאה, פון די געטרייע קינדער, וואס האט דער אייבערשטער געזאגט, לערנענדיג תורה מיט ענק.

און איך פראסטער קוטשער בין אויך באשאפן צו אידישע עלטערן, געלויבט דעם גרויסן באשעפער, ווילאנג איך האלט נאך מיט אידישע פארברענגס, איך גיי אין שול דאווענען, פריי מיך מיט זייערע פריידן, און לייד מיט מיט זייערע ליידן, בין איך דאך איינס מיט דעם באליבט פאלק ישראל.

אט פאר די אידן, די ברידער מיינע, זיי וועל איך נאר גוטס טון, אויב קען איך נישט, עס איז מיר נישט באשערט אויסצופירן מיין פליכט גענצליך, וועל איך פרובירן אויסצופירן אנדערע פליכטן וואס איך קען יא בעסער אויספירן, מיט דעם פון אויבנס הילף.

צום לעצט, בעפאר איך גיי, געזעגען איך מיך מיט אלע טייערע מיטגלידער, איך בעט יעדן איבער, איך האב נישט געמיינט קיין שלעכטס, וועם איך האב חס ושלום מצער געווען, זאל מיר מוחל זיין, און דער אייבערשטער זאל אונז אלע מוחל זיין, און שיקן משיח צדקנו זאל אונז אויסלייזן בקרוב בימינו אמן.


לאקשן ברעט.

נאך דיינע ווארימע טרייסט ווערטער, האב איך ערנסט געטראכט אז פאר דיר אליינס גיי איך צוריק קומען.
האסט אזוי שיין אראפגעלייגט און איבערצייגט מיך, די ריכטיגקייט און ווארהייט פון די וואס נוצן יא דעם שכל פון געבורט.
און אזוי שטארק ארויסגעברענגט די ווייטאג וואס דיר האט עס פארשאפט נאך בעפאר מיין באשלוס, און קלוגערהייט ערקלערט אז איך זאל עס נישט צום הארץ נעמען.
נאך אזעלכע רייד, האב איך געטראכט אויב נישט פאר מיר, דעמאלטס פאר לאקשן ברעט, און אויב נישט פאר לאקשן ברעט דעמאלטס פאר ירא שמים דיין ברודער.
וואס אן קיין ספק, בין אויך א ברודער פאר ענק, ווייל אויב האסטו געליינט מיין ארטיקל אויף מיין מאמע, וואלסטו פארשטאנען אז אויפצוציען קינדער ווי ירא שמים און לאקשן ברעט, דארף מען האבן אזא מאמע ווי די מאמע איז געווען, וואויל איז די מאמע וואס האט ענק אזוי שיין און איידל ערצויגן.

ווי פאסיג און שיין איז ירא שמים'ס חתימה.
"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן"
דאס שרייט ארויס, ערליכקייט, ווארימקייט, אידישקייט.

אבער לתועלת פון קרעטשמע מוז איך עס טון, איך וועל שוין דעם צומישעניש פון קוטשער'ס נישט פארעכטן אזוי שנעל, עס איז שוין געווארן צו א שטארקע פאקט.
אלזא, מוז איך אומווילנדיג אפטרעטן.

און פון פיל ליבשאפט צו די טרייסט ווערטער וואס דו האלסט אין איין אראפברענגן, ווי ג-ט ברוך הוא, טרייסט די מאמע רחל, ברענג איך עס נאכאמאל אראפ.
"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן"

פרייטאג דצמבר 28, 2007 9:41 am

יאנאש און איך הער.
איך פארשטיי נישט וואס ענק פארשטייען נישט.

איך זוך נישט צו מאכן א מפתח, און נאכדעם ברויכן צו קליקן הונדערט מאל, נאכצוזוכן אלעס פארווארפן.
איך וויל מען זאל קענען ליינען אלע תגובות אין א רייע מיטן גאנצקייט אויף איין פלאץ, תגובה נאך תגובה.

אבער געלויבט דער פון אויבן, אז איר האט גארנישט דערקעגן.
דאס איז פאר מיר ווי באלזאם פאר'ן וואונד.
א איד זאל נישט האבן דערקעגן מיר עפעס.

זונטאג דצמבר 30, 2007 6:34 pm

ווייסטע וואס, ווען דו ענדיגסט נעם מיינע אויך, סעט זעכער נישט נעמען צו לאנג, אפשר א האלב יאר, אבער נישט מער ווי א יאר, סאו, מעיבי יו וואנע דו איט פאר מי?

זונטאג דצמבר 30, 2007 9:40 pm

איך הער, איך וואלט דאס אייך גערן געטאן.
עס וועט מיר נאר נעמען זעער פיל טייערע צייט, איך רייז ארום אין די וועלדער שטענדיג, איך האב נישט די צייט וואס פעלט זיך אויס.
שוין מיינע נישטיגע איז נאך מיטגעגאנגען, צווישן איין בוים און צווייטן.
אבער דיינע אכט טויזענט און פינף הונדערט און אכט און צוואנציג, דאס וועט נעמען פאר מיר אויב איך וועל דערלעבן, ווער ווייסט ווי לאנג
געדענק ימינו כצל עובר, ווי א שאטן גייט עס דורך.
מיט אנטשולדיגונג,
דער קוטשער

מאנטאג דצמבר 31, 2007 8:04 pm

קוטשער וואס גייסטו טוהן מיט די תגובות אין דעם אשכול? גייסט עס אויך אריינקאפירן אין גאנצע רייע?
שרייב א תגובה

Advertisement